☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » קודאס ר’ צבי מאיר ז”ב

קודאס ר’ צבי מאיר ז”ב

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15459

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 4:35 pm

· #505914
קודאס ר’ צבי מאיר ז”ב
פארט ארום א צעטיל ווי תלמידי רב ברלנד באדאנקען זיך פאר ר’ צבי מאיר זילבערבערג פארן אריינעמען בחורים פון ברלנדס קהילה אין זיין ישיבה.

אפגעזען וואס די קדושה סטאטוס פון רב ברלנד, איז זיכער אז זיינע חסידים’ס בחורים זענען בארעכטיגט צו לערנען אין א נארמאלע ישיבה פונקט ווי יעדע נארמאלע בחור, אויב זענען זיי אינטרעסירט. נאר א געווענליכע ישיבה וואס איז געווענליך מיוחד פאר מצויינים מיוחסים און בני עשירים, האבן געמאכט שוועריגקייטן פאר די שובו בנים חברה, במילא איז די אקט פון ר’ צבי מאיר ווערט צו פארשריבן ווערן לשבח.

איך ווייס נישט צופיל פון די פרשה, אבער וויפיל איך ווייס איז רצ”מ נישט קיין גרויסע חסיד פון רב ברלנד, נאר ער איז ווייניגער אינטרעסירט אין די ”נאמען” וואס זיין ישיבה גייט יא אדער נישט האבן דורכ’ן ארייננעמען די דאזיגע בחורים, ווי אנדערע ישיבות, און אים באדערט מער ווען א בחור וואס וויל לערנען דרייט זיך אין די גאסן, פשוט צוליב כבוד אין אנדערע שתותים.

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 4:41 pm

· #505915
.

היסטאריע » זונטאג אוגוסט 7, 2022 6:32 pm

· #505919
איך ווייס נישט דער גאנצע מעשה דא, אבער בחורים פין בערלאנד איז דא גוטע סיבות נישט אריין צונעמען, פשוט ווייל זיי זענען משועבד צו דער דעת פין א צודרייטער און נישט מעגליך צו וויסן פאראויס וואס ער וועט וועלען.

שמן למאור » זונטאג אוגוסט 7, 2022 7:17 pm

· #505920
עפעס קלעבט נישט דא... פארוואס זאלן זיי נישט לערנען אין שובו בנים? אויב מען וויל זיי נישט דארטן, דאן...

אגב איז די ישיבה פון רצ"מ יא באקאנט אריינצונעמען דוקה מצויינים, איך קען אפאר קנאקעדיגע בחורים פון אמעריקע וואס האבן זיך ממש געמוטשעט אריינצוגיין דארטן.

חוץ אויב די בחורים דא זענען עפעס ספעציעלע אויסגעריפענע עלוים און מתמידים... אבער עס איז נאכאלטס זייער אינטערסאנט.

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 8:42 pm

· #505922
היסטאריע
איך ווייס נישט דער גאנצע מעשה דא, אבער בחורים פין בערלאנד איז דא גוטע סיבות נישט אריין צונעמען, פשוט ווייל זיי זענען משועבד צו דער דעת פין א צודרייטער און נישט מעגליך צו וויסן פאראויס וואס ער וועט וועלען.
ריכטיג.
אבער איך מיין אז דאס איז נישט די מכריע ווען זיי שרייבן זיך איין, זיי נישט צו אננעמען. סוכ”ס איז עס א זאך וואס מ’קען זיך פון פאראויס אויסנעמען, און איך גלייב אז רצ”מ’ס ישיבה האט זיך אויך באווארענט אויף דעם.

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 8:46 pm

· #505923
עצי שטים
עפעס קלעבט נישט דא... פארוואס זאלן זיי נישט לערנען אין שובו בנים? אויב מען וויל זיי נישט דארטן, דאן...

חוץ אויב די בחורים דא זענען עפעס ספעציעלע אויסגעריפענע עלוים און מתמידים... אבער עס איז נאכאלטס זייער אינטערסאנט.
מן הסתם רעדט מען טאקע פון בחורים וואס וואלטן ענדערש געגאנגן אין א געהעריגע ישיבה ווי אין שובו בנים, דאס פארענטפערט ביידע קשיות...

מתבודד » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:35 pm

· #505944
די צעטל
📎 ברלנד בחורים.jpg

היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 1:06 am

· #505950
עצי שטים
עפעס קלעבט נישט דא... פארוואס זאלן זיי נישט לערנען אין שובו בנים? אויב מען וויל זיי נישט דארטן, דאן...

אגב איז די ישיבה פון רצ"מ יא באקאנט אריינצונעמען דוקה מצויינים, איך קען אפאר קנאקעדיגע בחורים פון אמעריקע וואס האבן זיך ממש געמוטשעט אריינצוגיין דארטן.

חוץ אויב די בחורים דא זענען עפעס ספעציעלע אויסגעריפענע עלוים און מתמידים... אבער עס איז נאכאלטס זייער אינטערסאנט.

וויפיל בחורים לערנען אין דער ישיבה? וואס טוט מען דארט אנדרעש?

שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 2:02 am

· #505952
היסטאריע
עצי שטים
עפעס קלעבט נישט דא... פארוואס זאלן זיי נישט לערנען אין שובו בנים? אויב מען וויל זיי נישט דארטן, דאן...

אגב איז די ישיבה פון רצ"מ יא באקאנט אריינצונעמען דוקה מצויינים, איך קען אפאר קנאקעדיגע בחורים פון אמעריקע וואס האבן זיך ממש געמוטשעט אריינצוגיין דארטן.

חוץ אויב די בחורים דא זענען עפעס ספעציעלע אויסגעריפענע עלוים און מתמידים... אבער עס איז נאכאלטס זייער אינטערסאנט.

וויפיל בחורים לערנען אין דער ישיבה? וואס טוט מען דארט אנדרעש?
פינקטליך ווייס איך נישט, אבער איך מיין אז עס איז רעלעטיוו קליין, די עיקר איז אז מען פארלאנגט גאר אסאך, שעות רציפות וכדומה אויף רצ"מ שטייגער.

תרמב » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 11:34 am

· #506403
די גאנצע צעטל שמעקט נישט גלאטיג, עס קען גאר זיין אז איינער האט דאס געמאכט צו פארשעמען ר' צבי מאיר'ס ישיבה אדער עפעס א ענדליכע זאך.