☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לייביש הכהן

לייביש הכהן

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15456

יעקב פאטאש » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:51 am

· #505807
לייביש הכהן
עס האט זיך געעפנט די פארגאנגענע פסח צייט א נייע טעלעגראם טשענעל וואס ריפט זיך לייביש הכהן.
לייביש איז א שרייבער ניק. ער לייגט ארויס אויפ'ן טשענעל מעשיות אין פארזעצינגען. ער איז א אויסערגעווענליכע שרייבער מען קען נישט טרעפן אזאנס ווי זיין סטייל שרייבען אין אינזער היימישע וועלט. איך וואלט זייער שטארק געוואלט וויסן וואס די חברים דא האבן צי זאגען.
דא איז א לינק צי זיין טשענעל. https://t.me/chillwithlibish

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:02 am

· #505809
לויט אלע אנדייטונגען זעט ער אויס צו זיין א קליינקעפיגע ישיבה קטנה/גדולה בחור, וואס זיכט זיך אויפצורייסן.
בכלל ספעלט ער זייער קינדעריש, פינקט ווי די תוכן.

דערהויבענע איד » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:07 am

· #505810
פיינע נייעס.

א שטארקע סענעס אף יומער, לייגט אראפ זאכן מורא'דיג גוט, א גוטע כוח הדמיון, מיט א מורא'דיגע חיות.

(אסאך מאל צו שמיציג)

יעקב פאטאש » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:22 am

· #505811
וואס זענען די אנדייטינגען?

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:40 am

· #505815
יעקב פאטאש
וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.

צפת » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:17 pm

· #505855
אפשר קען איינער ברענגען דא אבסל פון זיינע סחורה, מען זאל עס קענען ליינען און דעבאטירן צוזאמען?

שפילער » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:09 pm

· #505857
עצי שטים
יעקב פאטאש
וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.
ספעלונג איז נאט סא בעד

מי ימצא » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 1:54 pm

· #505858
ער איז זייער גוט. עכט גוט.

איין מעשה האב איך געליינט פון אים - פארשטייט זיך מיט די קעפל אז פרויען טארן עס נישט ליינען,
איך האב א גאנצע נאכט נישט געקענט שלאפן, פאר דע רעסט אף מיי לייף וועל איך אים מער נישט ליינען. בלי נדר.

( ביז איך ווער צוריק נייגערעג)

דערהויבענע איד » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 2:58 pm

· #505861
עצי שטים
יעקב פאטאש
וואס זענען די אנדייטינגען?
זיינע קינדערישע פאנטאזיעס, זיין נייגונג צו שמיץ, זיין שוואכע ספעלונג און בחורישע סטייל פון שרייבן.
ביי וועלכע עלטער סטאפט זיך די נייגונג אויף שמוץ?

שמן למאור » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 9:45 pm

· #513407
עפעס הער איך זאגן אז די אידענטיטעט פון דער לייביש הכהן איז ארויסגערינען. איינער האט אים געסטראשעט צו פארמאכן זיין טשענעל און נאך וואס ער האט נישט געוואלט האט ער פארשפרייט א בילד פון אים.

שלמה משנתו » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 10:08 pm

· #513409
שמן למאור
עפעס הער איך זאגן אז די אידענטיטעט פון דער לייביש הכהן איז ארויסגערינען. איינער האט אים געסטראשעט צו פארמאכן זיין טשענעל און נאך וואס ער האט נישט געוואלט האט ער פארשפרייט א בילד פון אים.

קהל'ס נער » מאנטאג דעצעמבער 5, 2022 10:27 pm

· #513410
,