☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די געהיימניספולע "זעלדע'ס"‎‎

די געהיימניספולע "זעלדע'ס"‎‎

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15455

קהל'ס נער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:13 pm

· #505790
די געהיימניספולע "זעלדע'ס"‎‎
די וויליאמסבורגע זענען באקאנט מיט די געשעפט צווישן בית הספר און פארקאש זילבער סטאר, ס'דא אזא נאכגעלאזטע געשעפט מיט א ציריסענע שלאק שוין נישט אקטיוו פאר קנאפע צעהן יאר, עכ"פ ביז 15 צי מער יאר צוריק פלעיגט דארט זיין א סעיף ספעיס פאר געוויסע וואס זענען אויף די אנדערע זייט פון די נערמאלקייט ספעקטרום, כ'געדעינק ס'פלעיגט זיך דארט דרייען א יוד וואס איין פאה איז עים געוועין געדרייט ארום די אויער און ביי די אנדערע פאה האט ער געהאט א גראבע צעפ, שוין עכ"פ לעצטנס האב איך מיך דערמאנט פון יענע מיסטריעזע עפאכע און כ'האב מיך פרובירט צי נאכפרעיגן אויף די געשעפט, כ'בין מיט גארנישט ארויס געקימען, אחוץ אז די געשעפט האט געהייסן/הייסט "זעלדע'ס".
אשר על כן, אויף צי שטילן מיין נייגער בעיט מען די עלטערע וויליאמסבורגע איינוואוינער אריינציקימען מיט מער אינפאו.

תוהו ובוהו » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 3:29 am

· #505816
איי איי איי דער פחד וואס פלעגט מיר ארומנעמען נאר דורכצואוואקן דעם געשעפט... טונקל, מיסטעריעז, שרעק-אנווארפענד מיט א טוץ קינדערישע לעגענדעס ארום דעם פלאץ.

אינעם פיצקעלע וויליאמסבורגער יוניווערס איז דאס געווען אונזער ערשטע באגעגעניש מיט די unknown...

אבער באלד דערויף ביי לי קארנער ראדני פלעגט קוני ז"ל מיר געבן א דאללאר צו קענען אויספאנטשען (וואט א זאפטיגע נאסטאלגישע ווארט...) א סאדע און מיר דערמאנט אז משוגעים קענען אויכט גוטס טון...

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 4:00 am

· #505818
אז מ'רעדט שוין פון זעלדא'ס איז אויך דא מיכל'ס...

טריי סטעיט » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 10:23 am

· #505829
געווען א ירושה הויז ווי איין משפחה מיטגליד האט זיך דארט אריינגעזעצט אין געשעפט צו מאכן חזקה. דער לעבט שוין נישט אפאר יאר, אבער ער איז געווען א פילפארביגע אידל. געלעבט פאר אלקא דמאיר ענני. ער האט געוואוינט אין מאנסי. אמאל ארויסגעקומען א אידישע מאָווי וואס האט געהייסן "א געשעפט" האט ער געשפילט אלס מנהל.

כלבאשבוע » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 11:42 am

· #505846
ר׳ יעקב גרינבערג ע״ה
📎 Zelda.png

חדשים » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 11:44 am

· #505847
גירסא דינקותא, איך בין אויפגעוואקסן אויף די גאס. עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די ציטער ווען ער האט מיר אמאל אריינגערופן אין די סטאר. אוי בין איך אוועקגעלאפן...

היסטאריע » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 4:31 pm

· #505866
כלבאשבוע
ר׳ יעקב גרינבערג ע״ה
האט ער געהאט א ברודער שמערל?

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 4:56 pm

· #505870
היסטאריע: יא. איך האב איהם גוט געקענט. ער איז אויך געווען א פארליטענער מענטש. אויך געווען א גרויסער בעל טובה.

די פאני זאך וואס מ'האט דאמאלס געשמועסט אין וויליאמסבורג אז אין זעלדע'ס סטאר איז געווען א מאן. און מעכל'ס (טוי) סטאר איז געווען א פרוי...!

פאלאצ'ינטא » זונטאג אוגוסט 7, 2022 9:31 pm

· #505926
ער אליין איז געוועהן שמעריל איך האב איהם גוט געקענט