וואלווי מתבודד”שיקט’ס אריבער אפאר באקסעס לייק’ס פאר שטים”!!!
עניוועי איך מיין זאלסט נישט קוקן אויף לייקס נאר אויף די מספר פון קליקס אויף דיין אשכול, די נאמבער וואס דו זעסט דארט איז די נאמבער פון וויפיל מענטשן האבן הנאה געהאט! כה לחי!!
אין וועלכע פעלד ארבעטסטו? אין סייקאלאדזשי?
סא לאמיר דיר מסביר זיין אביסל די נושא פון לייקס במשנתו של מתבודד. ווען איך פלעג ליינען אויף אייוועלט, (קיינמאל נישט געשריבן דארט) פאר’ן אנטדעקן די אור פון אונזער הייליגע שטיבל, האב איך אלץ מיטגעפילט מיט די מתלוננים דארט אז מ’דארף איינשטעלן א לייק סיסטעם, בבחינת למה נגרע פון אנש ק”ש, (חוטא נשכר??!)
איינמאל כ’האב אנגעפאנגן שרייבן דאהי האב איך מיך ממש מחי’ געווען. כ’הב געלייקט און געווארן געלייקט און ס’געווען א מצב.. אבער מתבודד האט די שוואכקייטן מיט וואס די קאמפליצירטע בריאה הנקרא אדם איז באשאפן, אדער באקומען דורכאויס די יארן דורכן סופג זיין כל מיני מצבים וכו’, און נאך יעדע תגובה וואס כ’האב געשריבן איז חוזר וניעור די אלע זעקס’רישע מיני מחשבות, וואלט עס יא געדארפט שרייבן אדער נישט? ס’קומט דא אריין אדער ס’איז לגמרי שלא כענין? כ’האב גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט אדער מ’פארשטייט נישט קיין איין ווארט? וכהנה וכהנה, און דא קומט די לייקס אריין און זענען מחזק אדער מפריך די אלע מחשבות און דמיונות, דאס וואס כ’האב געמיינט קיינער גייט נישט פארשטיין איז געלייקט דורך האלב שטאט, און די תגובה וואס כ’האב מיך געקלאפט אין פלייצע ווי זאפטיג ס’איז האט קיין לייקס...
שוין. א”כ למה זה אנכי. לאמיר זאגן וואס כ’האב צו זאגן, אריינשרייען מיינע ווערטער אינעם גרויסן חלל הפנוי אריין און נעלם ווערן פון האריזאנט. לייק מיך נישט דיסלייק מיך נישט איך לייק דיך נישט און פערטיג. בקיצור ס’שווער זיך ארויסצוברענגן אבער ווער ס’פארשטייט פארשטייט, און די צופלויגענע זיבנער אדער גראדן איינסער זאל פליז נישט טרייען צו פארשטיין...
שוין, יעצט טו מיר נישט קיין טובה און לייק נישט דעם תגובה. (חוץ אויב דו קענסט זיך איידענטיפייען מיט הנכתב..)
איז צוריק צו דיין שאלה, צו איך טו אין סייקאלעזשי? די תירוץ איז יא, אבער עקסלוסיוו פאר איין מענטש, הק’ מתבודד.
אלקים עשה האדם ישר והם בקשוהו חשבונות רבים
נ נח נחמ נחמן מאומן
יש עניין שהכל נתהפך לטובה
ביי, גוט שבת.
אה, נישט פארגעסן צו עסן וואטערמעלאן ביי שלש סעודות...