☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » בד"ה: הגרי"ט ווייס גאב"ד עדה החרדית זצוק"ל

בד"ה: הגרי"ט ווייס גאב"ד עדה החרדית זצוק"ל

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15438

ששון ושמחה » דאנערשטאג יולי 28, 2022 12:43 pm

· #505227
בד"ה: הגרי"ט ווייס גאב"ד עדה החרדית זצוק"ל
די מצב ביי הגאון רבי יצחק טובי' ווייס גאב''ד עדה החרדית אין געווארן גאר קריטיש. מ'בעט אז מ'זאל מתפלל זיין. מרן יצחק טובי' בן ריקל לרפו''ש.

קרעפלעך » דאנערשטאג יולי 28, 2022 12:59 pm

· #505228
ווי אלט איז דער רב שליט''א?

ששון ושמחה » דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:17 pm

· #505230
96

תרמב » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:44 pm

· #505232
די מצב האט זיך סטאביליזירט, אבער מען דארף נאך אסאך רחמי שמיים, אזוי געבט מען איבער פון זיין שטוב.

ס'טוט מיר וויי אז אזא איד איז שרוי בצער, איך בין עטליכע מאל געווען ביי אים און דורכגעלייענט זיין ביכל, און ס'האט זיך מיר ארויסגעשטעלט אז מ'רעדט דא פון גאר א באטעמטע זיסע אידל, און נאך א ריזן תלמוד חכם אויך, די אלע סיקריקישע שטותים וואס קומען ארויס פון דארט פארשאטענען אביסל זיין שיינע אימעזש, חבל.

לאמיר זאגן » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:49 pm

· #505233
ער איז קיינמאל קיין סיקריק נישט געווען. בס"ה האט ער איינמאל געהאט א מיינונגס פארשטידנהייט מיט'ן ראב"ד, און די פארטייאישע דעמאגאגן זענען ארויפגעשפרינגען יעדער איינער אויפ'ן צווייטנ'ס וואגן, און גענומען שיטן פעך און שוועבל אויף דער אנדערער זייט. גראדע האבן די סיקריקים מער געגליכן דעם גאב"ד'ס שטעלונג דא, כמובן, און דערפאר איז שוין דער גאב"ד אפגעסטעמפלט געווארן ביי האלב סאטמאר אלס סיקריק. פאקט איז אבער אז ער איז א געהויבענער איד, א תלמיד חכם עצום, פול מיט חן.

זאל ער האבן א גאנצע רפואה.

סמבטיון » דאנערשטאג יולי 28, 2022 3:48 pm

· #505235
סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.

כלבאשבוע » פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 am

· #505270

תוכו כברו » מוצ"ש יולי 30, 2022 3:14 pm

· #505308
ברוך דיין האמת!

תוכו כברו » מוצ"ש יולי 30, 2022 3:29 pm

· #505309
תוכו כברו
ברוך דיין האמת!
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די לוי' ארויסגיין אום 12:00 אזייגער ביינאכט פון זיין שטוב אין די גבעת משה געגנט, דערנאך וועט עס אריבערגיין ביי כיכר זופניק אויפן וועג צום הר הזיתים ווי ער וועט קומען לקבורה.

תוכו כברו » מוצ"ש יולי 30, 2022 3:37 pm

· #505310
הגה"צ רבי יצחק טוביה זצוק"ל, נולד בסלובאקיע בשנת התרפ"ו להוריו ר' שלמה ז"ל ומרת ריקל וייס ע"ה. בצעירותו היגר לבדו ללאנדאן שם למד בישיבת תורת אמת בראשות הגאון רבי משה שניידר זצ"ל וכבר אז נודע בגאונותו ושקדנותו.

לאחר נישואיו עבר הגאב"ד לגייטסהעד, שם למד בכולל של הגאון רבי אליהו דסלר, ולאחר מספר שנים התמנה בעצמו לראש הכולל ומאז מסר שיעורים לאברכים הלומדים בכולל, אך כעבור מספר שנים שב להתגורר בלאנדאן, שם התקבל כר"מ בישיבת הרמה, לצד המשך השקידה על התורה וההלכה.

לאחר מספר חודשים מונה לכהן כרב בית הכנסת 'עץ חיים', תפקיד בו שימש מספר שנים בגאון וביכולת נדירה להנהיג את חברי הקהילה. בשנת תשכ"ז עבר הגאב"ד להתגורר באנטווערפען שבבעלגיע, שם מונה לחבר בית הדין, ואף כרב בית המדרש של חסידות גור.

הגאב"ד זצ"ל הפך במהרה לאחת הדמויות הבולטות והחשובות בקרב רבני הקהילות באנטווערפען, כאשר במשך למעלה משלושים שנה, הוא היה זה שהכריע בשלל שאלות הלכתיות ובנושאים שעלו על הפרק בגאונות ובידיעת התורה שאין שני לה.

בשנת תשס"ג, לאחר הסתלקותו של גאב"ד העדה החרדית דאז, האדמו"ר מדושינסקיא זצוק"ל, הוחלט על הבאתו לארץ ומינויו של רבי יצחק טוביה וייס לגאב"ד העדה החרדית, ולרבם של אנשי היישוב הישן של בני העדה החרדית (בירושלים), ומאז ועד היום שימש כגאב"ד העדה.

הגאב"ד בתגורר בביתו ברחוב גבעת משה בשכונת גוש 80 בירושלים, הבית שהפך למבצר תורה וקדושה, שם עסק בתורה ובהלכה במשך רוב שעות היממה, כאשר לשם היו עולים האדמו"רים וגדולי הרבנים, לצד בחורי ישיבות כדי להיבחן על המסכת שנלמדה בישיבה, ואברכי כוללים שבאו לדון בלימוד עם הגאב"ד בשלל סוגיות הלכתיות.

בחייו הורה הגאב"ד לא מעט על יציאה להפגנות בנושאים רבים בהם גיוס לצה"ל, פרשיית האם המרעיבה, חנויות הסעלפאונ'ס, וכמובן הוא זה שהוביל את ההתנגדות לבניית הרכבת הקלה ברחוב בר אילן בירושלים.

קשר מיוחד היה לגאב"ד עם אדמו"רים ורבנים גם מהקהילות שאינם נמנים על העדה החרדית, לצד פסיקה ועמידה בראשות בית הדין של העדה החרדית, ושלל הסוגיות ההלכתיות שעלו על הפרק במשך כמעט 20 שנה.

לאחרונה נחלש מאד הגאב"ד, מה שהצריך את פינויו לבית החולים. לאחר מספר ימי אישפוז הוא שוחרר לביתו, אך כעבור מספר שבועות אושפז שוב בשל זיהום חמור שהתפשט בגופו.

בשבועיים האחרונים מצבו ידע עליות ומורדות, אך בשעות האחרונות מצבו התדרדר, לצד עצרות תפילה שהתקיימו בבתי כנסיות לרפואתו, אך הגזירה נגזרה והוא השיב את נשמתו הטהורה ליוצרה.

תוכו כברו » מוצ"ש יולי 30, 2022 3:52 pm

· #505311
תוכו כברו
תוכו כברו
ברוך דיין האמת!
לויט ווי עס הייסט יעצט וועט די לוי' ארויסגיין אום 12:00 אזייגער ביינאכט פון זיין שטוב אין די גבעת משה געגנט, דערנאך וועט עס אריבערגיין ביי כיכר זופניק אויפן וועג צום הר הזיתים ווי ער וועט קומען לקבורה.
יעצט איז באשטעטיגט געווארן אז די לוי' וועט פארקומען מארגן זונטאג פארמיטאג.

בר גיורא » מוצ"ש יולי 30, 2022 5:13 pm

· #505314
ווער גייט איבערנעמען?
כהער אז סאיז דא א חשש ביי די קנאים אז די רב"ד וועט אויסרופען ביי די לויה אז דושינסקי רבי ווערט גאב"ד

Chasidishmashpia » מוצ"ש יולי 30, 2022 7:18 pm

· #505315
ברוך דיין האמת
נצחו אראלים את המצוקים

Chasidishmashpia » מוצ"ש יולי 30, 2022 7:22 pm

· #505316
סמבטיון
סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.
ללמדך אז ווען די באשעפער וויל איז ער ממליך מלכים און טיילט גדולה פאר וועם ער וויל. ממש א פלא אז די רב ז"ל איז געווארן גאב"ד ירושלים.

תוכו כברו » מוצ"ש יולי 30, 2022 7:58 pm

· #505317
מען דארף טוישן די נאמען פון די אשכול צו "ברוך דיין האמת הגרי"ט ווייס גאב"ד העדה החרדית"

כלבאשבוע » מוצ"ש יולי 30, 2022 9:28 pm

· #505318
📎 DFADDBD9-D159-4365-AD31-89D6D0B0994E.jpeg

חב''ד הויזן » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:18 pm

· #505324
[ציטאט אראפגענומען]
אליינס? וואס הייסט?

כ'שטעל מיך פאר אז ס'קומט עקשאן לגבי א נאכפאלגער. די עקסטרימיסטן האבן געהאט א גרינג פישל מיטן נפטר, און זיי קענען באשטיין צו פארזעצן מיט אזא סארט, ווי למשל ר' יהושע ראזענבערגער וכדו', אבער די מעינסטריעם גייט מסתמא אראפשטעלן א פיס יעצט.

די בעסטע זאך יעצט וואלט געווען צו קרוינען די ראב''ד אלס גאב''ד.

מיליאנער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:33 pm

· #505326
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס האט מען בכלל געוואלט אויפנעמען אזא פארטייאישע מענטש ווי ריח''מ? דאס וואלט דאך אינגאנצן חרוב געמאכט די עדה.

באהעלפער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:39 pm

· #505328
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס האט מען בכלל געוואלט אויפנעמען אזא פארטייאישע מענטש ווי ריח''מ? דאס וואלט דאך אינגאנצן חרוב געמאכט די עדה.
חרוב געמאכט די עדה? ס'נאך בכלל דא א כח העדה?

מיליאנער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:42 pm

· #505329
כ'רעדט פון צוואנציג יאר צוריק.

מיליאנער » זונטאג יולי 31, 2022 12:08 am

· #505337
אפיציעל איז ער געווען אומפארטייאיש. אינו דומה כלל צו ריח''מ.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 31, 2022 12:24 am

· #505341
[ציטאט אראפגענומען]
אז דו רעדסט פון קרתא פארקינג לאט דארף מען געדענקען אז די פארקינג לאט איז אנגעפיהרט און געמענדזשט געווארן דורך גויים. און דאס איז בעצם געווען א טובה פאר די חרד'ישע איינוואוינערס . ווייל די פרייע חברה (מערסטנס רוסישע אימיגראנטן, וועלכע רובם ככולם זענען בכלל נישט קיין אידן עפ"י הלכה) וועלכע זענען געגאנגען שאפינג אום שב"ק האבן געזוכט פארקינג. און אויב נישט דער לאט וואלטן זיי אראפגעקומען צו די אידישע געגנט. די הפגנות זענען געווען אן איבריגע זאך. ווייל די בחורימ'לאך וועלכע זענען ארויסגעגאנגען האבן צוערשט געמאכט קידוש אין ביהמ"ד. און זענען געווען אנגעשאשקעט. האבן זיי זיך גערייצט מיט די פאליס און די חילונים. האט מען זיי דאך ארעסטירט. און זיי זענען נישט אהיימגעגאנגען צו זייערע משפחות ביז מוצש"ק ווען עסקנים האבן זיי ארויסגענימען פן תפיסה.

תוכו כברו » זונטאג יולי 31, 2022 7:18 am

· #505366
בושה וחרפה: יעצט ביי די לוי' פון הגה"ק דער גאב"ד זצ"ל, האט בשעת די דברי הספד פונעם ראב"ד הגאון ר' משה שטרנבוך אויסגעבראכן גאר שווערע מהומות ווען א קליקע פון ארום צוואנציג דרייסיג ראדיקאלע פארשוינען, (סיקריקים) האבן אנגעהויבן שרייען און פארפירן מיטן ציל צו שטערן דעם ראב"ד פון מספיד זיין און א גרויסער טומל האט אויסגעבראכן אויפן ארט ווען דער אלגעמיינער ציבור פרובירט זיי אראפצוהאלטן פון ממשיך זיין מיט זייערע מעשים תעתועים. בסופו של דבר האט זיך דער ברייטער ציבור ב"ה געשטארקט אויף די קופה של שרצים און באוויזן זיי צו מאכן אומשעדליך.

קרעפלעך » זונטאג יולי 31, 2022 7:20 am

· #505368
שרייבט מען דארט וייס אדער וויס

ששון ושמחה » זונטאג יולי 31, 2022 9:02 am

· #505372
.
📎 Screenshot_20220731-085844.png

אינטערסאנטער » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 12:10 am

· #505467
סמבטיון
סתם גענימען א וואוילע יוד און אים אנגעטוהן א גאלדעדנע בעקיטשע, ער איז אלעמאל געווען א שטילע יוד א דיין אין אנטווערפן , פלעגט צו דאווענען אין גערע שטיבל אלע יאהרן, געגעסן הערינג מיט די גרעסטע אגודיסטן, איינמאל ער האט באקומען די טיטל גאב"ד האט ער זיך אויסגעדרייט דעם היטל און אנגעהויבן שטיפן דעם קנאות וואגן, ווער עס קען אים פערזענליך ווייסט אז איך בין גערעכט, און ער איז מיט קנאות גאר א ווייטע מחותן און מיט פירן די פאן פון מלחמות מיט די ציונים נאך ווייטער, ער פלעגט אויפטרעטן אלע יאהרן ביי די בעלזע דינערס אין אנטווערפן. זאל ער האבן א גאנצע רפואה, ער איז טייערע פיינע איידעלע יוד.
ער איז אלעמאל געווען אן איידעלער איד, און וועגן דעם האט ער זיך אין אנטווערפן נישט געשלאגן מיט קיינעם, געדאווענט אין גור'ע שטיבל ווי מען האט אים זייער מעריץ געווען.

דאך איז ער נאך אין אנטווערפן געווען זייער שטארק ביי אלע ענינים פון אידישקייט, ער האט געהאט אין זיך שטענדיג א מין שטארקייט וואס איז זעלטן געווען צו זעהן, דאס זענען מעיד אלע אנטווערפענע אידן, אז ער האט זיך געהאלטן צו פרינציפן וואס ער האט אוועקגעשטעלט אין די קהילה, און קיין שום רוח שבעולם האט אים נישט געקענט רירן.

אין פריוואטן לעבן איז ער געווען זייער זייער איידל און צוגעלאזן, אבער ביי די שחיטה און כשרות און סיי וואס איז ער געווען זייער שטארק און שטרענג, ער האט געפירט די קהילה דארט ביד רמה אין אנטווערפן, ער איז געווען ממש א מאשין דארט אין אנטווערפן וואס האט צוזעמען מיט'ן רב געטראגן די שטאט אויף די פלייצעס.
ווען רבי חיים קרייסווירטה איז נפטר געווארן האבן די מער בעלבתישע סארט ציבור אין אנטווערפן אים נישט געוואלט ווייל ער איז געווען צו פרום פאר זיי. שפעטער ווען ירושלים האט אים געכאפט איז דאס געווען א שטיקל פאטש פאר זיי אז זיי האבן אים פארלוירן.

ממילא איז שווער צו זאגן אז ער האט נישט געהאט מיט קיין קנאות קיין שייכות, ער איז שטענדיג געווען קנאיש געשטימט. די מיינסט מסתמא צו זאגן אז ער איז נישט געווען דוקא סאטמאר, יא דאס איז אמת אז ער איז נישט געווען דוקא א סאטמארער, אבער ער איז שטענדיג געווען ווי א פארצייטישע אונגארישע רב און האט שטארק אריינגעפאסט אין סאטמאר. חוץ מזה איז סאטמאר רב שטענדיג ביי אים געווען א הויכע נומבער, און שטענדיג איז ער געווען אויסגעשפראכן קעגן ציונות (נישט געוואלט אריינגיין אין די בניני הקהילה אין די טאג פון ה' אייר, און נאך אזעלכע סארט מעשיות וואס אלע אנטווערפענע אידן געדענקן דאס גוט)

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 2:20 am

· #505479
מיליאנער
[ציטאט אראפגענומען]
פארוואס האט מען בכלל געוואלט אויפנעמען אזא פארטייאישע מענטש ווי ריח''מ? דאס וואלט דאך אינגאנצן חרוב געמאכט די עדה.
ווער האט געוואלט? טאקע נאר אזעלכע וואס פארטייאישקייט שטייט ביי זיי העכער אלעס,אדער אזעלכע וועם מ'האט צוגעזאגט גאלדענע גליקן טאמער וועט מען דאס שטיצן.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 2:27 am

· #505480
[ציטאט אראפגענומען]
מער ווי דעם.
מאיר פרוש האלט זיך אלס פארטרערער פון "אנשי ישוב הישן". אסאך ירושלמי'ס וועלכע געהערן נישט צו א ספעציפישע קרייז האלטן זיך כפוף צום ביד"ץ עדה"ח למחצה לשליש ולרביע און אסאך פון זייערע קינדער גייען צו בחירות, וויל ער זיי האבן אויף זיין גוטע זייט.