☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15437

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:47 am

· #505199
חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 2:07 am

· #505204
א פרוי זיך נישט שערן איז גאר הארב.

מ'האט חתונה אינגער ווי אלגעמיין, נאר אין די חסידות, זייער טיפיקעל קאטשעניו שידוכים, נאר מיט די הדרכה אין די חסידות.

אלעס איז גאר ''ערענסט'', פון א חתונה ביז פורים, פון שמחת תורה ביז ל''ג בעומר, אלעס איז משוגע איינגעהאלטן און פארדעג'עט.

זיין ''שארף'', און זיך שטופן און הארגענען ביים טיש און ביים רב אין שטוב, אן קיין ציוויליזאציע, איז די נארמע.

nespresso » דאנערשטאג יולי 28, 2022 4:08 am

· #505207
Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות
די מישט צאם פרום מיט פארמאכט בעלז איז פארמאכט אבער נישט פרום (עס איז גראדע דא דארט אסאך פרומע יונגעלייט)
די זעלבע איז מיט מרכז

אלע צוזאמען » דאנערשטאג יולי 28, 2022 9:26 am

· #505213
דערהויבענע איד
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
אבי געהאקט.
וועגן כולל יונגערלייט קען זיין ביסט גערעכט אבער נעם אויך אין אכט אז בעלזא איז פון די גרעסטע הויפן אין א''י, סא אטעמאטיש האבן זיי מער אין כולל.
וועגן ארבעטן ביסטו 100% נישט גערעכט, ווען ר' יושע פינק איז דא געווען עטליכע חדשים צירוק, האט ער גערעדט פאר די פרויען א גאנצע דרשה ווי נישט אויסגעהאלטן ס'איז צו פוילעצען די צייט, און ער האט גענדיגט מיט אזא ליין 'ענדערש ארבייטן אגאנצע טאג און לערנען איין שעה, ווי לערנען אגאנצע טאג, און גיין ליידיג איין שעה'.
דרייוון פאר פרויען איז א פלי פון רוחב מעינסטרים מוסדות.
געלט שלעפן, וואס האט דאס מיט פארמאכטקייט?
ישיבת זענען סאדיסטיש, וואו, פון ווי נעמסטו דאס? וויל די האסט געזעהן איין קליפ פון א''י ווי מ'שלאגט א בחור, אין ב''פ איז נישט דא אזא מציאות ווי הייבן הענט אויף א קינד.
אבי זיך ארויפצוזעצן אויף א חסידות.
בעלזא איז מער פארמאכט ווי וויזניץ? ווי אחוץ פלעסטיק גלעזער און די רבי'ס געפילטע פיש ווייסט מען גארנישט! מער פון סקווירא ווי מ'טערעראזירט יעדעם איינעם צו האבן איין סארט מזוזה האלטער! קיינמאל.

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 28, 2022 10:33 am

· #505216
Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות
[ציטאט אראפגענומען]
דא קומט אריין די שאלה וויאזוי מ'רעכנט אויפגעקלערטקייט.
זיי האבן א גרעסערע פראצענט גאר שטארקע פויערן וואס קענען אנקומען צו שחרית ביים ליינען קייענדיג גאם, אבער אויב פאר איינער וועט זיך דאכטן אז עמיצער האט געזאגט א האלב קרום ווארט כלפי בעלזא וועט זייער אויפגעקלערטקייט שנעל נעמען א 360.
ביי מיר מיינט אויפגעקלערט אז מ'האט די פעהיגקייט צו אנקוקן סיי וואס מיט אן אביעקטיווע בליק און נישט נאר וואס די ארומיגע געזעלשאפט לאזט צו.
כלפי דעם הינזיכט בין איך מער נוטה צו זאגן אז א רעגלמעסיגער היינטיגער סאטמארער אינגערמאנטשיק איז מער אפן ווי א בעלזער.
קיין סטאטיסטיקס האב איך טאקע נישט געמאכט אבער פאר יעדע סאטמארער אינגערמאן וואס איך קען, קען איך צוויי בעלזער און אזוי האט זיך מיר ארויסגעוויזן.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:37 am

· #505220
nespresso
די מישט צאם פרום מיט פארמאכט בעלז איז פארמאכט אבער נישט פרום (עס איז גראדע דא דארט אסאך פרומע יונגעלייט)
די זעלבע איז מיט מרכז
ס'איז ביידע. אזוי ווי מיינע דוגמאות וואס כ'האב געשריבן.

קל וחומר » דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:41 am

· #505221
Re: חסידות בעלזא- א פרומע פארמאכטע חסידות
איך וואלט געזאגט אז ס'האט יא מיט פאטריאטישקייט, דאס איז וואס מ'באקט אריין אין זיי פון יונגווייז אן און זיי האבן נישט די אפענקייט עס צו טשאלענדשן.
און נניח אז ס'איז ווי זייער זיידע, וואלט אן אויפריכטיגער מענטש געקענט הערן קריטיק אויף זיין באליבטן זיידן און אים נאכאלס רעספעקטירן פאר זיינע מעלות און זייענדיק זיין שאר בשרו.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:45 am

· #505222
אלע צוזאמען
דערהויבענע איד
וועגן כולל יונגערלייט קען זיין ביסט גערעכט אבער נעם אויך אין אכט אז בעלזא איז פון די גרעסטע הויפן אין א''י, סא אטעמאטיש האבן זיי מער אין כולל.
וועגן ארבעטן ביסטו 100% נישט גערעכט, ווען ר' יושע פינק איז דא געווען עטליכע חדשים צירוק, האט ער גערעדט פאר די פרויען א גאנצע דרשה ווי נישט אויסגעהאלטן ס'איז צו פוילעצען די צייט, און ער האט גענדיגט מיט אזא ליין 'ענדערש ארבייטן אגאנצע טאג און לערנען איין שעה, ווי לערנען אגאנצע טאג, און גיין ליידיג איין שעה'.
בעלזא איז מער פארמאכט ווי וויזניץ? ווי אחוץ פלעסטיק גלעזער און די רבי'ס געפילטע פיש ווייסט מען גארנישט! מער פון סקווירא ווי מ'טערעראזירט יעדעם איינעם צו האבן איין סארט מזוזה האלטער! קיינמאל.
ווען איך רעדט פון מער כולל אינגערלייט מיין איך מער פראצענטואל. בעלזא איז די איינציגסטע חסידות וואס האט די מושג - בעיקר אין א''י - פון ''אברכים'' איינער וואס לערנט אין כולל א גאנץ לעבן.

ר' יושע פינק'ס איין דרשה מיינט גארנישט, אין בעלזא קען יעדער דרש'ענען וואס ער וויל, די פאקט איז אז ס'איז דא אסאך אינגערלייט וואס יושב'ן אפ ווייל אזוי.

סקווירא ביסטו גערעכט אז ס'איז מער פארקנאקט, איך האב בעיקר פארגלייכט צו א''י חסידות'ן, ווי דארט איז די הויפטקווארטיר פון בעלזא, און אין א''י איז יעצט די פאליטיק וועגן די חינוך.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:45 am

· #505223
.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 28, 2022 11:50 am

· #505224
אלע צוזאמען
ישיבת זענען סאדיסטיש, וואו, פון ווי נעמסטו דאס? וויל די האסט געזעהן איין קליפ פון א''י ווי מ'שלאגט א בחור, אין ב''פ איז נישט דא אזא מציאות ווי הייבן הענט אויף א קינד.
אבי זיך ארויפצוזעצן אויף א חסידות.
איך האב געלערנט אין די בעלזא מוסדות אין א''י. די פעטש קען איך נישט פון די קליפס. אין ב''פ איז טאקע אנדערש. אזוי ווי דו גייסט נישט צוגלייכן גור אין א''י און אין ב''פ.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 28, 2022 5:39 pm

· #505241
כולל אינגעלייט איז דא אסאך אבער עס איז נישט קיין פראבלעם צי גיין ארבעטן מען קוקט נישט אראף אויף אן ארבעטער
אברהם דירנפעלד קען דרשנען וויפיל ער וויל לאו דווקא אז מען פאלגט עם אפילו ער האט די מערסטע טיטלען דארט.
כבוד בעלזא איז טאקע איינע פון די 3 חמורות.
די ישיבות זענען נישט ערגער ווי סיי וועלכע ישיבות זייערס גלייכן קענסט נישט צוגלייכן סאטמאר אמעריקא צי בעלזא מדינת ישראל.
נישט פארגעסן שיך און זאקן
א גארטל איז לאו דווקא ישיבות נאר גאנץ בעלזא.
דרייוון איז אזוי ווי איבעראל.
חב"ד איז נישט הארב אבער ברסלב איז בבל יראה ובל ימצא
געלט געלט געלט
פרויען זיך שערן איז ווי אלע אנדערע.

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:43 pm

· #505298
.

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:48 pm

· #505300
דערהויבענע איד
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)
אין הכי נמי, אבער קיינער צוינגט נישט צי זיין אין כולל, די קינדער פליען נישט פון מוסד און ס'נישטא קיין פיער פרעשיר, איך זעה נישט קיין שום סיבה אז בעלזא זאל נישט מעגן פילעווען זייער מהלך אין עבודת ה'.

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.
גארנישט אנדערש פון פאטריאטיזם, נאר אין א הייליגע נאמען, איז דעיס "פרום" אדער "פארמאכט"?

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.
שקר וכזב.
דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'


סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.
ספרי חב"ד מותר לכתחילה, לגבי ברסלב ביסטו גערעכט.

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
גערעכט, איך געב טאקע נישט פאר קיין איינע פון זיי, און וואס האט דעיס מיט פרומקייט?

נישט אז בעלזא איז א אויפגעקלערטע חסידות, אבער אין דיין תגובה האסטו געשריבען 99% שטותים.

מתבודד » פרייטאג יולי 29, 2022 6:56 pm

· #505307
מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'
דאס הייבט מיר אויף מיין בלוט דרוק! אין מיינע אויגן איזעס חוזק געמאכט פון אידישקייט (לשיטתם אז דאס איז אידישקייט ). שוין אזוי ווי די רעפארמער, להבדיל, וואס פאר די רייט פרייס קענסטו ווערן א כהן...

אזא אפענע קארופציע אז א בעלזער זאך זיך נישט שעמען עס צו שרייבן!?!

שאלתיאל » מוצ"ש יולי 30, 2022 4:04 pm

· #505312
איך וויל זיך באציען צום ערשטע נקודה וואס דו האסט בארירט.

דו שרייבסט אז בעלז אין א"י האט די מערסטע כולל אינגעלייט. כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער אין א"י איז אנדערש ווי אין אמעריקע אדער אייראפע, דארט איז בלייבן לערנען אין כולל יארן לאנג נאך דער חתונה א זאך וואס כמעט יעדער טוט, און דער וואס גייט ארבעטן דער איז דער אוטסיידער און דער קלאס 2 איד. עס קומט פון די ליטאים אבער ביי די חסידים איז אויך אזוי. פארט אין דעם הינזיכט אין פראפארציע צו דער אלגעמיינע מצב איז בעלזא סאך בעסער פון אלע אנדערע חסידות'ן. נישט נאר מען מאכט דיר נישט משוגע צו בלייבן אין כולל נאר דער רבי שטופט יונגעלייט צו גיין ארבעטן. דער רב איז געווען דער ערשטע גרויסע רבי אין א"י וועלכע האט געלאזט גיין שטודירן אין קאלעדזש, ער אליין קען זיך אויס פונקטליך מיט אלעס מסלולים און מקצועות און עצה'ט זיינע חסידים וואס צו שטודירן.

קהל'ס נער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:27 pm

· #505325
מתבודד
מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'
דאס הייבט מיר אויף מיין בלוט דרוק! אין מיינע אויגן איזעס חוזק געמאכט פון אידישקייט (לשיטתם אז דאס איז אידישקייט ). שוין אזוי ווי די רעפארמער, להבדיל, וואס פאר די רייט פרייס קענסטו ווערן א כהן...

אזא אפענע קארופציע אז א בעלזער זאך זיך נישט שעמען עס צו שרייבן!?!
וואס דען? זאל איך עס שטיפען אינטער די קארפעט? אזוי וועט אויפהערן?

מתבודד » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:42 pm

· #505330
.

מתבודד » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:43 pm

· #505331
ניין. אבער טו דיך כאטש נישט אויף מיט דעם

קהל'ס נער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:54 pm

· #505333
מתבודד
ניין. אבער טו דיך כאטש נישט אויף מיט דעם
איך קען גארנישט טוען אקעיגן קארופציע, די איינציגסטע זאך איז עס אויפדעקן, און מיט דעים טי איך מיך אויף.

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 31, 2022 12:06 am

· #505335
שאלתיאל
איך וויל זיך באציען צום ערשטע נקודה וואס דו האסט בארירט.

דו שרייבסט אז בעלז אין א"י האט די מערסטע כולל אינגעלייט. כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער אין א"י איז אנדערש ווי אין אמעריקע אדער אייראפע, דארט איז בלייבן לערנען אין כולל יארן לאנג נאך דער חתונה א זאך וואס כמעט יעדער טוט, און דער וואס גייט ארבעטן דער איז דער אוטסיידער און דער קלאס 2 איד. עס קומט פון די ליטאים אבער ביי די חסידים איז אויך אזוי. פארט אין דעם הינזיכט אין פראפארציע צו דער אלגעמיינע מצב איז בעלזא סאך בעסער פון אלע אנדערע חסידות'ן. נישט נאר מען מאכט דיר נישט משוגע צו בלייבן אין כולל נאר דער רבי שטופט יונגעלייט צו גיין ארבעטן. דער רב איז געווען דער ערשטע גרויסע רבי אין א"י וועלכע האט געלאזט גיין שטודירן אין קאלעדזש, ער אליין קען זיך אויס פונקטליך מיט אלעס מסלולים און מקצועות און עצה'ט זיינע חסידים וואס צו שטודירן.
טאקע דאס האב איך געשריבן. פראצענטואל שטופט מען מער ווי אין אנדערע פלעצער צו בלייבן ביים לערנען. איך ווייס גאר גוט די מצב אין א''י, און צו דעם האב איך זיך באצויגן. טראכט פון וויזניץ ישראל, וויפיל אברכים זענען דא פראצענטואל, אפילו פון גור האט בעלזא מער.

די רב שטופט אויסדרוקליך נישט אינגעלייט צו גיין ארבעטן, סה''כ האט מען גע'כשר'עט גיין ''שטודירן'' אין א ''מכללה'' ווי מ'לערנט אביסל מטמטיקה און עי. בי. סיס, וואס מרופט "אנגלית"... זאכן וואס יעדע וויליאמסבורגער קען.

בת קול » זונטאג יולי 31, 2022 12:07 am

· #505336
קהל'ס נער
דערהויבענע איד

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'


ס׳איז דא א סיבה פארוואס דו האסט אויסגעלאזט די שנעלסטע וואקסענדיגע בעלזא קהילה לעיקוואד, און די רב׳ס פסק איבער פרויען דרייוון?

דערהויבענע איד » זונטאג יולי 31, 2022 12:17 am

· #505339
קהל'ס נער
דערהויבענע איד
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)
אין הכי נמי, אבער קיינער צוינגט נישט צי זיין אין כולל, די קינדער פליען נישט פון מוסד און ס'נישטא קיין פיער פרעשיר, איך זעה נישט קיין שום סיבה אז בעלזא זאל נישט מעגן פילעווען זייער מהלך אין עבודת ה'.
פילעווען יא, פרעידיגען נישט

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.
גארנישט אנדערש פון פאטריאטיזם, נאר אין א הייליגע נאמען, איז דעיס "פרום" אדער "פארמאכט"?

פארמאכט. קלאר?

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.
שקר וכזב.

וואס איז שקר? פחעסטיק גלעזער? גארטעל? פעטש?

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'

פיין
סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.
ספרי חב"ד מותר לכתחילה, לגבי ברסלב ביסטו גערעכט.

איך וויס פון אינגערלייט וואס האבן זוכה געווען צו ווערן געסטראשעט פון ''רב'ס שטוב'' אויב דרייען זיי זיך אין מעייני ישראל - חב''ד

געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
גערעכט, איך געב טאקע נישט פאר קיין איינע פון זיי, און וואס האט דעיס מיט פרומקייט?

גארנישט מיט פרומקייט, סתם מאניופולעישען

נישט אז בעלזא איז א אויפגעקלערטע חסידות, אבער אין דיין תגובה האסטו געשריבען 99% שטותים.

ביטע פיר מיט מיר א נארמאלע ראצינאלע דיסקאשען, הייב נישט אן לעיבלען און שימפן בו בזמן ווען דו האסט מסכים געווען א חלק מיט מיר, עקט נישט ווי איינער וואס מ'האט צוגערירט זיין קרוין

קומזיץ » זונטאג יולי 31, 2022 12:22 am

· #505340
as a belser i know alot of people including me that r going to a weekly shiur of chabad

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 1:16 am

· #505344
בת קול
קהל'ס נער
דערהויבענע איד

דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'


ס׳איז דא א סיבה פארוואס דו האסט אויסגעלאזט די שנעלסטע וואקסענדיגע בעלזא קהילה לעיקוואד, און די רב׳ס פסק איבער פרויען דרייוון?
ניין ס'נישטא קיין סיבה, אדרבה קים אריין מיטן פסק?
אויב גייסטו זאגן אז ס'איז מען זאל ווארפן פונעם מוסד, איז עס נישט אמת, ווייל ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט, סה"כ ניצט די ווארפער דעם רב'ס נאמען!

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 1:23 am

· #505346
דערהויבענע איד
קהל'ס נער
דערהויבענע איד
איך דריי זיך אין די אמעריקאנע חסידי'שע גאס, וואס איז דאמינעיטעד ביי סאטמער, און מ'הערט זיך אן אסאך זאכן אויף בעלזא, זיי זענען לינק, אויפגעקלערט, אא''וו.

חברה כ'האב פאר ענק גרויס נייעס, בעלזא איז פון די מערסטע פארמאסכטע חסידות'ער, נאך די טשאלמער'ס, גור, און מרכז וויזניץ. איך זאג עס נישט מיט אהבה אדער הערצה, איך קען פשוט נישט פארליידן אז אזויפיל מענטשן מייינען טאקע אז בעלזא איז מיט עפעס אפען, ווי דער מאמר החכם ''נישטא נאך אזא מצוצם ווי א בעלזא אויפגקלערטער''.

איך גיי דא אויסרעכענען א ליסטע, און איך בעט פון די בעלזא דא, און די נישט בעלזא זאלן מיר ארויסהעלפן:


בעלזא אין א''י האט די מערסטע כולל אינגערלייט נאך די לטאים, און מ'מאכט פיין משוגע נישט צו גיין ארבעטן. (עיין ר' אברהם דירענפעלד'ס דרשות.)
אין הכי נמי, אבער קיינער צוינגט נישט צי זיין אין כולל, די קינדער פליען נישט פון מוסד און ס'נישטא קיין פיער פרעשיר, איך זעה נישט קיין שום סיבה אז בעלזא זאל נישט מעגן פילעווען זייער מהלך אין עבודת ה'.
פילעווען יא, פרעידיגען נישט

מאכן א ''כבוד בעלזא'' גייט אין די בלוט פאר א יעדע שמויגער, פון די קינדער ביז די גרויסע זיידעס.
גארנישט אנדערש פון פאטריאטיזם, נאר אין א הייליגע נאמען, איז דעיס "פרום" אדער "פארמאכט"?

פארמאכט. קלאר?
פאטריאטיזם, קלאר?

די ישיבות קטנות וגדולות איז סאדיסטיש לייק נעווער ביפאר, פון משגעת'ן פון פלעסטיק גלעזער און גיין אנגעגארטעלט א גאנצען טאג, ביז פעטש און דערנידערונגען.
שקר וכזב.

וואס איז שקר? פחעסטיק גלעזער? גארטעל? פעטש?
וואס איז אמת?
דרייווען פאר פרויען איז א פלי פון די מוסדות.

דעיס האט נישט מיט בעלזא, דעיס האט מיט די לאקאלע מוסדות, למשל אין ב.פ. און מותר לכתחילה, א"י יהרג ואל יעבור, מאנסי פאר די רייט פרייס מעיג מען, אין לאנדען דארפסטו זיין גיט מיט די ראשי הקהלה וכו'

פיין
סטראשונגען און פייניגען יעדער וואס ליינט ספרי חב''ד און ברסלב. אומן אין ראש השנה איז א באלדיגע פלי פון בית המדרש און פון די מוסדות.
ספרי חב"ד מותר לכתחילה, לגבי ברסלב ביסטו גערעכט.

איך וויס פון אינגערלייט וואס האבן זוכה געווען צו ווערן געסטראשעט פון ''רב'ס שטוב'' אויב דרייען זיי זיך אין מעייני ישראל - חב''ד
יוסל קוטה לערנט אפציעל פאר תניא, אין ישיבה ואין פוצה פה
געלט שלעפט מען ווי אין קיין ''איין'' אנדערע פלאץ, יעדן טאג פאר עפעס א צווייטע בית המקדש וואס מ'בויעט, יעדע מאל מיט אנדערע תירוצים.
גערעכט, איך געב טאקע נישט פאר קיין איינע פון זיי, און וואס האט דעיס מיט פרומקייט?

גארנישט מיט פרומקייט, סתם מאניופולעישען

נישט אז בעלזא איז א אויפגעקלערטע חסידות, אבער אין דיין תגובה האסטו געשריבען 99% שטותים.

ביטע פיר מיט מיר א נארמאלע ראצינאלע דיסקאשען, הייב נישט אן לעיבלען און שימפן בו בזמן ווען דו האסט מסכים געווען א חלק מיט מיר, עקט נישט ווי איינער וואס מ'האט צוגערירט זיין קרוין
ווי שימפ איך?

סבא דבהתא » זונטאג יולי 31, 2022 5:30 am

· #505360
אין יעדע חסידות איז דא צוקוועטשטע און מאידך גיסא די אויפגעקלערטע און ממילא ווען סקומט צו מעסטן דארף מען מען קוקן אויף די עווערעדזש בעלי בתים.
איז לאמיר געבן א קוק...
א בעל בתישע סאטמארער וועט סאך שנעלער שיקן זיין בחור צו אנדערע דרויסנדיגע ישיבות משא״כ בעלזא וועלן 99% נאר שוקן אין בעזלזא
דער סאטמערער וועט בדרך כלל זיך גיין קוויטלען ביי אנדערע גוטע אידן וואס זענען לאו דוקא סאטמערע (למשל אמשינאוו, הגרי״ם שעכטער וכדו׳) משא״כ א בעלזער וועט עס זיין ווי א מרידה אינעם רב זאל מאריך ימים זיין
די גאנצע איידיע פון א מענערישע יוניפארם עקזיסטירט נישט אין סאטמער (מען האט א אויסוואל פון דריי מינע היטן, פארשידענע סייזעס רעקלך וכו׳)
לפי ידיעתי איז אין סאטמער דא די וויניגסטע קפידות/מנהגים דורכאויסן יאר וויאזוי און וואס יא/נישט צו טון, כמעט אלעס איז יעדער טוט וואס זיינע עלטערן האבן געטון (און ביי יעדעם איז עס אנדערש)

דערהויבענע איד » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 4:46 pm

· #505578
קומזיץ
as a belser i know alot of people including me that r going to a weekly shiur of chabad
דערצייל מיר ווי אזוי ס'גייט צו די זאך. פילסט ווי א פלעינע מענטש וואס גייט צו א דף יומי שיעור, אדער דו פילסט זיך ווי א אינטערוועלטניק?
למשל דיין משפחה פארציילסטו אז דו הסט ליב חב''ד?

מרדכי מרדכי » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 5:27 pm

· #505684
דערהויבענע איד
קומזיץ
as a belser i know alot of people including me that r going to a weekly shiur of chabad
דערצייל מיר ווי אזוי ס'גייט צו די זאך. פילסט ווי א פלעינע מענטש וואס גייט צו א דף יומי שיעור, אדער דו פילסט זיך ווי א אינטערוועלטניק?
למשל דיין משפחה פארציילסטו אז דו הסט ליב חב''ד?
אין בעלז איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט חב"ד

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 9:20 am

· #505719
*הזמר ליפא שמעלצער נפגש אמש (רביעי) באופן סודי יחד עם *האדמו"ר מבעלזא במעונו האישי אשר בקריית יערים ״.*


הפגישה אשר התנהלה בפרטיות ללא נוכחים נוספים התארכה מעל המשוער.

בסופה של הפגישה , הזמר שר לפני האדמו"ר את השיר *"ארזי הלבנון"* -מילים מתוך הקינות ,ואף הוסיף במקום מילים נוספות ביידיש.

בשיחתנו עם הזמר לאחר הפגישה הוא סירב לחשוף פרטים על פרטי השיחה, והוסיף כי הפגישה נועדה עבור "הפינטעלע ייד שלי" (הנקודה יהודית שלי) ולא עבור פרסום."

אך ציין:"זכיתי לנסוך שמחה על פניו של האדמו"ר וכן גם כמה דמעות על הגלות."
אין בעלזא הערט מען ליפא שמלצער?
די רב האט באקומען א פרייוועט שאו
נ.ב. איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט

היסטאריע » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 9:56 am

· #505721
עס איז נישט קיין סוד, דער רב ליידט אויף דעפרעסיע, און זעהט אויס מען האט געברענגט ליפא צו הייבן זיינע ספיריטס. טאקע גארנישט ראנג.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:25 am

· #505725
היסטאריע
עס איז נישט קיין סוד, דער רב ליידט אויף דעפרעסיע, און זעהט אויס מען האט געברענגט ליפא צו הייבן זיינע ספיריטס. טאקע גארנישט ראנג.
פון די רעקארדינג וואס ליפא האט ארויסגעגעבן נאכדעם הערט זיך ענדערש
חוץ פון סאטמאר ווער נאך ווייסט פון דעם סוד?
וויאזוי האט מען זיך דערוויסט פון דעם סוד? האט מען עס ארויסגעקומען פון זיין טעראפיסט? האט ער עס אליינס געזאגט פאר איינעם?
אדער האבן דאס מענטשן וואס גלייכן עם נישט אליינס דיאגנאזירט?

דערהויבענע איד » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 2:33 pm

· #506500
אשרינו
📎 תעודת זהות בעלזא פרוי.pdf

קהל'ס נער » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 8:27 pm

· #506536
דערהויבענע איד
אשרינו
זעיט אויס ווי בעלזא טרייט נאך צימאכן גור

פאלגזאם » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:56 pm

· #506669
היסטאריע
עס איז נישט קיין סוד, דער רב ליידט אויף דעפרעסיע, און זעהט אויס מען האט געברענגט ליפא צו הייבן זיינע ספיריטס. טאקע גארנישט ראנג.
וואס פאלט דיר ביי אז מען מיינט אז ס'איז א סוד?