☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ביבי נתניהו

ביבי נתניהו

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15431

שאלתיאל » דינסטאג יולי 26, 2022 12:46 pm

· #505063
ביבי נתניהו
זוכענדיג אין די אלטע פארשטויבטע ארכיוון פון שטיבל האב איך צו מיין שטוינונג נישט געטראפן קיין אשכול איבער איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע אידן אין אונזער עפאכע הלוא הוא מיסטער בנימין ''ביבי'' נתניהו. עוד חזון למועד ווען איך וועל שרייבן א ביגראפיע/אנאליז אויף דעם מערקוועדיגן פערזאן, עס איז צו פריה איצטער, ווארום זיין לעבנס געשיכטע האלט נאך אינמיטן געשריבן ווערן און זיין קאריערע איז נאך ווייט פון גענדיגט. ביז דעמאלט וועט דער אשכול דינען אלץ ווארעמע היים פאר אלץ וואס האט צוטון רינג און ארום דעם געוועזן איזראעלי פרעמיער.

נתניהו'ס פרומע איינקלעך אין מאה שערים

לעצטע וואך האט ביבי געבוירן אן אייניקל, א זון צו זיין טאכטער נועה רוט. מזל טוב! מען האט שפעקולירט צו דער גליקליכע זיידע וועט קומען צום ברית וואס איז פארגעקומען היינט (דינסטאג) אין ....ברסלב'ר קלויז אין מאה שערים. דער סנדק איז געווען ר' יעקב מאיר שכטר, ויקרא שמו בישראל 'נתן' על שם ר' נתן פון ברסלב.
וואס????
יא יא, נישט אלע ווייסן אבער נתניהו'ס טאכטער נועה איז א געהעריגע חרדית, זי וואונט מיט איר מאן הרב דניאל רוט, א ביזנעסמאן און הייטעקיסט, אין מאה שערים געגנט און זיי האבן פינף קינדער וועלכע לערנען אין אידיש רעדנדע מוסדות על טהרת הקודש פון דער ראדיקאלע ליטווישע פראקציע 'פלג הירושלמי'. פאר עטליכע יאר צוריק בעת ווען ר' זלמן לייב סאטמארער האט באזוכט די מדינה איז פארגעקומען א פאראדע ווי קינדער פון קנאישע חדרים האבן מקבל פניו געווען, צווישן זיי זענען געווען די אייניקלעך פון נתניהו. וואס דער שיקזאל קען אלץ צוברענגען..
די באציאונגען צווישן נתניהו און זיין טאכטער זענען לאנגע יארן געווען אויף האלד, קוים וואס ער האט זיך וויסענדיג געמאכט פון איר עקזיסטענץ. דער סיבה איז וויבאלד זי איז א טאכטער פון זיין ערשטע ווייב מרים קרן. זיין יעצטיגע דריטע ווייב שרה נתניהו וועלכע איז וואול באקאנט פאר אירע קאריאזן און מאנכע זעהן אין איר דעם לעגענדארן מיטאלאגישע קלאפטע פון די ביכער, האט געאסר'ט דעם מאן צו האבן דער מינדעסטע פארבינדונג מיט איר. זעט זיך אויס אז יעצט האט זיך עפעס געטוישט. צום ברית האט ער נישט געקענט קומען לאור דעם פראבלעמאטישע לאקאציע, מאה שערים, אבער לאור די שמחה בחצר הקודש האט ער און זיין רעבעצין באזוכט די טאטכער און דער איידעם אין ערהוילונגס היים אויף רחוב הנביאים.


https://www.bhol.co.il/news/1418267

אייניקלעך פון ביבי'ן ביים קבלת פנים פאר מהרז"ל מסאטמאר
📎 7aa60c11-7b0b-4fab-8236-661e13199d3b.jpg 📎 294747948_608947013934446_3581589866404928293_n (1).jpg

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 2:16 am

· #505106
[ציטאט אראפגענומען]
איז עס וועריפייד ביים מערכת...?

שאלתיאל » מיטוואך יולי 27, 2022 9:00 am

· #505112
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
איז עס וועריפייד ביים מערכת...?
ער איז נתניהו בערך ווי איך בין שאלתיאל אבי זרובבל. ס'איז א לץ וואס פאסמאקאוועט זיך אויפן ציבור.

שאלתיאל » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 1:34 pm

· #506492
איבעראשענדע נייעס: ביבי קומט ארויס מיט א אטא-ביאגראפיע איבער זיין לעבנס געשיכטע.
די בוך איז געשריבן געווארן אין די לעצטע מאנאטן ווען נתניהו איז געווען אין אפאזיציע און געהאט אביסל איבעריג צייט און איז פלאנירט צו ווערן פובליצירט אום נאוועמבער 22, דריי וואכן נאך די געפלאנטע וואלן אין מדינת ישראל. די בוך וועט ארויסקומען אין ענגליש און אין עברית צום זעלבן צייט. אין ענגליש דורך simon and schuster פובלישינג און אין עברית דורך שיבולת. עס איז שוין עוועילעבל פאר פרי-ארדער אויף עמעזאן.

https://www.amazon.com/Untitled-PM-Be-Confirmed-Threshold-ebook/dp/B09XVQ9CNC/ref=sr_1_1?crid=3T2C588B9U10E&keywords=bibi+my+story&qid=1660671634&s=books&sprefix=bibi+my+story%2Cstripbooks-intl-ship%2C339&sr=1-1
📎 1.jpeg

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 11:39 pm

· #506569
שאלתיאל:אז די אייניקלעך פון ביבי נתניהו זענען געגאנגען מקבל פנים זיין ר' זלמן לייב דער סאטמאר'ע רבי איז נישט אזוי ווייט אינטרעסאנו ווי אז די אייניקלעך פון ר' זלמן לייב דער סאטמאר'ע רבי וועללן מקבל פנים זיין פאר נתניהו. און נישט שרייען פוי...!

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 1:37 am

· #506572
בערל...!!!!!

פאלגזאם » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 9:53 pm

· #506667
שאלתיאל
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
איז עס וועריפייד ביים מערכת...?
ער איז נתניהו בערך ווי איך בין שאלתיאל אבי זרובבל. ס'איז א לץ וואס פאסמאקאוועט זיך אויפן ציבור.
ניין, לויט ווי איך פארשטיי איז עס קאנפירמד.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:08 pm

· #506684
פאלגזאם: ס'איז גוט צו זיין פאלגזאם. אבער נישט נאאיוו. ער (ביבי) קען דאך אפילו נישט רעדן קיין אידיש. נישט אזוי ווי די אלטע (פרייע) אנפיהרערס פון מדינת ישראל אזוי ווי בן גוריון, משה שרת, לוי אשכול און גאלדא מאיר. וועלכע האבן גערעדט א היימישן, זאפטיגן אידיש. זיי זענען געקומען פון ערליכע היימען. איז נתניהו אויפגעוואקסן אין אמעריקע. (פון דארט קען ער אזוי א גוטן ענגליש. ביי נישט רעליגיעזע עלטערן. זיידעס האט ער געהאט ערליכע אידן...!

שאלתיאל » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 12:15 pm

· #507041
ביבי האט פארשפרייט זיין פריוואטע טעלעפאן נומער און איינגעלאדנט די מאסן אים צו קלינגן. אין לויף פון צוויי שעה האט ער באקומען איבער צען טויזענט קאללס. ווען גייען אונזערע אדמו"רים עס נאכמאכן?
📎 c625fd3b-49d2-4e25-b76e-8508775f8b43_autoOrient_g.jpg

בן נון » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 8:13 pm

· #511058
איך וועק דא אויף ביבי לכבוד די שמחה פון צריק ווערן די ראש הממשלה
מזל טוב מזל טוב
( זאכן קענען זיך נאך שטארק טוישן אבער לעת עתה קוק אזוי אויס)

שאלתיאל » דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 9:54 pm

· #511063
וואלן 2022 אין מד"י:

נישט באומזיסט ווערט ער פארעכנט אין איזראעל אלץ א פאליטישע ''magician''. ווי עס קוקט אויס יעצט, אין עלטער פון 73 יאר, נאך א יאר אין אפאזיציע און עטליכע יאר פון פאליטישע אומ-סטאביליקייט, קערט זיך ביבי נתניהו (אדער 'נעתאניאהו' כנהוג במחוזותינו) צוריק צום מאכט דערנאך וואס די רעכטע-נאציאנאליסטישע לאגער האט ענדליך דעגרייכט צום גאלדענע נאמבער: 61 מאנדאטן און ארויף (צווישן 62 און 64). נתניהו איז שוין 36 יאר אין פאליטיק און דאס די זעקסטע מאל וואס ער ווערט ערוויילט אלץ פרעמיער. ער האט שוין געבראכן רעקארד פון בן גוריון אלץ לענגסטע פרעמיער (14 יאר) און עס קוקט אויס אז ער איז דא פאר נאך לאנגע יארן. דאקעגן, יעצטיגע פרעמיער לפיד וועט דערווייל אריינגיין אין די ביכער אלץ קערצסטע פרעמיער אין היסטאריע פון ישראל.

קלארע געווינער פון די וואלן איז דער ראדיקאל רעכטע עקסטרעמיסט איתמר בן גביר וועלכע איז ביז לעצטנס פארעכנט געווארן אלץ קוריוז און האט זיך יארן לאנג געמוטשעט אריינצוגיין אין כנסת און יעצט דעגרייכט צוזאמען מיט זיין שותף בצלאל סמוטריץ א קנאפע 15 מאנדאטען און וועט ווארשיינליך דינען אלץ הויכראנגיקע מיניסטער אין נתניהו'ס ממשלה.

פון 'ימינה' די פארטיי פון געוועזענע פרעמיער און פאליטישע מנוח ז"ל נפתלי בנט איז נישט פארהאן קיין זכר און אלע אירע מיטגלידער זענען אהיימגעשיקט געווארן דורך די וויילער, ווארשיינליך אלץ שטראף אויף זייערע קאנטערווערסיעלע שריט פון אויפשטעלן א ממשלה מיט די לינקע.

שמן למאור » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 1:36 am

· #511071
[ציטאט אראפגענומען]
לויט ווי עס זעט יעצט אויס האלט די רעכטע בלאק ביי 69 בענקלעך! עס איז ערווארטעט זיך צו סטאבילעזירן, אבער לויט ווי עס זעט אויס וועט זיך נתניהו צוריק ארויפזעצן אויפן בענקל פאר די נעקסטע פאר יאר.

מרדכי מרדכי » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 3:00 pm

· #511477
שאלתיאל
וואלן 2022 אין מד"י:


קלארע געווינער פון די וואלן איז דער ראדיקאל רעכטע עקסטרעמיסט איתמר בן גביר.
איך געדענק נאך אין תשס"ט איז דער געווינער אויך געווען דער (דעמאלטסדיגער) ראדיקאלע רעכטער איווט ליברמן

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 8:03 pm

· #511496
דו מעגסט זאגן להבדיל. איתמר בן גביר איז 100% אן ערליכער איד א שומתומ"צ. און דער מנובל ומוכה שחין. דער עוכר ישראל אוכל נבילות. רשע מרושע איוועט ליברמן (שר"י, עפ"ל,ארענדזש, באנאנע,). דער שרץ טמא. וואס איז יודע את ריבונו ומכוין למרוד בו. ער האט אייביג געהאט אן אויסגעפאשעטע צורה פון א מאפיאנער...!

מרדכי מרדכי » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 11:14 am

· #511516
ליברמן איז אמאל געלאפן צוזאמען מיט האיחוד הלאומי וואס איז געווען א געמיש פון עקסטרעם רעכטע פארטייען,