☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איך בין אויך א מענטש

איך בין אויך א מענטש

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15422
בלאט: 1 2

מי ימצא » דאנערשטאג יולי 21, 2022 3:05 am

· #504662
איך בין אויך א מענטש
די נושא פון פרויען זאלן מעגן דרייוון, ליגט שוין אין מיין מח צוקוועטשט פון די 16 יאר.

איך וואלט הנאה געהאט אויב דער עולם קען אריינקומען מיט זייערע תגובות. ווי למשל -

וואס איז דער מקור פון דעם, - סאיז בכלל דא?

פארוואס אין די חסידישע וועלט איז עס אזוי אפגעפרעגט, - און ביי אלע אנדערע נישט.

האסטו אדער דיין ווייב עס דורך געבראכן, - געב ארויס עצות פאר אנדערע.

ביי מיך איז עס נישט געווען שייך ביז יעצט, נאר די חלק פון לאמיך אליינס מאכן מיינע באשלוסן אליין. ווארף נישט אלעס ארויף אויף אידישקייט.

לעצטנס איז מיך עס יא געווארן זייער נוגע, וואס עס וועט מיך אסאך פארגרינגערן און טאג טעגליכן לעבן. למעשה אבער ציטערט מיין מאן זייער שטארק פון די היט, וואס עס גייט קומען פון זיינע עלטערן אז אונז טראכטן אויב עס איז ווערד. (נישט גע'דאגה'ט דערווייל לערנט ער מיך אלעס אויס. שא! זאגטס נישט אויס.)

למעשה האבן אונז אפגעמאכט יא זיך צו ריקן ווייטער מיט די פלענער, נאך א זיסע מעשה'לע פון איינע פון אונזערע קינדער.

וואוינענדיג אין א גוישע געגנט, ווי ביי יעדע הויז איז דא געפארקט (ווייניגסטנס) צוויי קארס, איז כמעט נישט דא קיין קאר סערוויס. אובער ארבעט בכלל נישט.

איין טאג דארפענדיג ערגעץ צוגיין מיט א קינד, האט מיין מאן פלוצלינג נישט געקענט מיך נעמען. פאר מיינע קינדער איז עס געווען א גרויסע אנטוישונג. און אזוי אינמיטן טראכטן וואס צו טאהן ווייטער, רופט זיך אן דאס קינד ''מאמי, פארוואס קענסטו נישט זיין א נארמאלע מאמע אזוי ווי אלע מאמעס וואס דרייוון? ווען דו וואלסט געקענט דרייוון וואלסטו אונז געקענט נעמען.''

איינער קען מיך ביטע מסביר זיין וואס הרב 'אידישקייט' האט חוטא געווען, מיט דעם וואס מען ווארפט ארויף אלעס אויף זיינע שוואכע פלייצעס?

איך ווייס נישט, אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער מיט וועלכע חלק זענען פרויען אנדערש אז זיי טארן נישט דרייוון. ווער רעדט נאך פון טראכטן, השם ישמרנו ווי אזוי דיינע קינדער וועלן אויסקוקן, שרייען אנדערע. ווער זאגט אז דאס איז ריכטיגע אידישקייט? פארוואס זאל איך נישט קענען אויפציען מיינע טייערע, מיט א געשמאקע אידישקייט?!

פרנס החודש » דאנערשטאג יולי 21, 2022 8:15 am

· #504667
Re: איך בין אויך א מענטש
די מקור פון דעם איז אז בעצם האבן זיי נישט געגליכן אז די מענער דרייוון אויך נישט, נאר די מענער האבן זיך אנגעפיפן. מער ווייניגער
אזוי ווי די סמארטפאוינס היינט, א נייע זאך געווען און עס איז געווען א סטיגמע דערויף.

חב''ד הויזן » דאנערשטאג יולי 21, 2022 8:41 am

· #504670
ס'האט נישט מיט אידישקייט. ביי די אראבערס איז אויך אפגעפרעגט אז פרויען זאלן דרייוון, סאודי אראביע האט הערשאפט לעצטנס אנגעהויבן דאס ערלויבן. קען אפילו זיין אין אמעריקע איז עס אויך געווען פארבאטן, איך בין נישט באקאנט.

זעט אויס אז אמאל האט יעדער פארשטאנען צוליב א געוויסע סיבה אז פרויען דרייוון נישט, און חסידים זענען פשוט געבליבן ארגינעל. אין אנדערע ווערטער: ס'נישט אז חסידים האבן עס גע'אסר'ט, נאר זיי האבן עס פשוט קיינמאל נישט מתיר געווען.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:03 pm

· #504709
מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט

היסטאריע » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:19 pm

· #504712
איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:29 pm

· #504717
היסטאריע
איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
ליובאוויטש

יין שרף » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:45 pm

· #504724
היסטאריע
איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
אין באבוב אין בארא פארק פלעגן פרויען אלס דרייווען (עכ"פ ביז אפאר יאר צוריק)

יין שרף » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:46 pm

· #504725
כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:06 pm

· #504727
כ’האב געהערט פון הגאון ר’ שמואל ניימאן אז די מוסדות וואס לאזן נישט די מאמעס דרייווען קומט פון צד סטרא אחרא, ס’איז א פרומקייט / קרומקייט פון איינע פון די זשיהאד מוסדות אין שטאט מאנסי און אלע מוסדות טאנצען זיי נאך...
ס’איז א פארברעך בפרט אין א שטאט ווי מאנסי וואס טראנפארטאציע מיטלען זענען דארט זייער שוואך,

מי ימצא » דאנערשטאג יולי 21, 2022 7:08 pm

· #504728
מרדכי מרדכי
מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט
איך האב אפאר שאלות -

1. חדש אסור מן התורה - פארוואס אויב אזוי איז א וואש מאשין נישט חדש?

2. די שרייבסט די האסט מתיר געווען. מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון מילכיג און פליישיג, וואס מען דארף מתיר זיין א טאפ, צו א לעפל. למען השם וואס האט פרויען דרייוון מיט אידישקייט איינגעלייגט?!

3. אדרבה אז די האסט עס דורך געבראכן, געב ארויס אפאר עצות ווי אזוי צו דילען מיט די קאנסעקווענצן.

קהל'ס נער » דאנערשטאג יולי 21, 2022 8:38 pm

· #504739
אין קורצן איז אזוי.
די מקור פארשטייט זיך איז נישטא אזאנס אין די גאנצע זאך איז ב.ס. פינקט אזוי ווי די סמארטפון מערכה, נאר די מענער האבן זיך נישט געלאזט איז עווענטשעלי האט מען אויפגעגעיבען די מערכה און געפאוקעסט אויף די פרויען, ווי זאגט יענער, פארוואס באגראבט מען א טויטן? ווייל ער לאזט זיך.

בדידי הווא עובדא, מיין ווייב האט אנגעהויבען דרייווען, און איך האב אנגעהויבען באקימען היט פון מיין משפחה, איך האב געשפילט באליידיגט אויף זיי פאר אפאר טעיג און זיי זענען אלע געקימען לויפן זאגן סאררי זיי האבן נישט געמיינט צי טשעפענען און זייט דעמאלטס הער איך נישט מער קיין ווארט דערוועיגען.
לגבי מוסדות, ביי די הייליגער בעלזא מוסד ווערט מותר צי דרייוון אויב געט מען א יערליכע נדבה פון לכה"פ 10k (א היכי תמצא ווי איינער פון די ג' חמורות קען מותר ווערן) און וויבאלד איך האלט נישט ביים צאלן די פרייז שיק איך טאקע און א צווייטע מוסד וואס לאזט פרויען דרייון.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:10 pm

· #504748
מי ימצא
מרדכי מרדכי
מיין טעאריע אויף דעם איז אזוי.
אמאל האט קיינער נישט געדרייווט אויסער די בעלי עגלות און אויב איינער האט געהאט אסאך געלט האט ער געהאט פריוואטע פערד און א אייגענע בעל עגלה. איינמאל עס איז שוין געווען קארס איז נישט געווען קיין סיבה פאר פרויען צי דרייוון די מענער האבן געדארפט פארן אין ארבעט און אוודאי איז אזוי געווען פאר די היימישע אידן/עס
צוביסלעך האבן פרויען אנגעהויבן ארבעטן/איינקויפן און נאך
ביי די ליטווישע און לינקס פון דעם האבן זיי נישט געהאט קיין כח אדער סיבה עס צי אסר'ן ביי די חסידישע האט מען געקענט האלטן קאנטראל און א יעדע נייע זאך איז דאך אסור בטעם חדש אסור מן התורה און אלס מער צייט איז אריבער איז דער איסור שטערקער געווארן.

נאך מיין חתונה האט מיך מיין ווייב געפרעגט וואס איך זאג צי די איידיע אז זי זאל זיך לערנען דרייוון, איך האב עס אוועקגעמאכט אז ביי אונז פירט מען נישט אזוי אבער עס האט מיך אנגעהויבן צי באדערן פארוואס טאקע נישט א שטיק צייט שפעטער האט זי מיך נאכאמאל געפרעגט און איך האב עס מתיר געווען,

די זעלבע די אויב ווילסטו דרייוון הייב אן פרעג קיינעם נישט וואס צי טוהן דארפסטו נאר זיין גרייט מיט די קאנסעקווענצן וואס קענען קומען דערמיט
איך האב אפאר שאלות -

1. חדש אסור מן התורה - פארוואס אויב אזוי איז א וואש מאשין נישט חדש?

2. די שרייבסט די האסט מתיר געווען. מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון מילכיג און פליישיג, וואס מען דארף מתיר זיין א טאפ, צו א לעפל. למען השם וואס האט פרויען דרייוון מיט אידישקייט איינגעלייגט?!

3. אדרבה אז די האסט עס דורך געבראכן, געב ארויס אפאר עצות ווי אזוי צו דילען מיט די קאנסעקווענצן.
1. ווי די איסור פון חדש גייט יא אדער נישט אן בין נישט איך מחליט
2. איך האב נאר געניצט די לשון פון מתיר זיין אלס מליצה
3. די איינציגסטע קאנסעקווענצן וואס איך ווייס פון איז מוסדות איז שיק איך טאקע אין אנדערע מוסדות

בת קול » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:14 pm

· #504749
עס האט נישט קיין מקור. עס האט מיט קאנטראל.
ווי לאנג מיר וועלן זיך לאזן קאנטראלירן, וועט מען אונז קאנטראלירן.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:17 pm

· #504751
בת קול
עס האט נישט קיין מקור. עס האט מיט קאנטראל.
ווי לאנג מיר וועלן זיך לאזן קאנטראלירן, וועט מען אונז קאנטראלירן.
א יעדע יחיד קען און דארף עס אפשטעלן אויב גייסטו ווארטן אז דער עולם זאל טוהן עפעס קענסטו ווארטן ביז משיח וועט קומען

עסקן בדברים » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:48 pm

· #504762
יין שרף
כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
דאכט זיך אז ער ברענגט פאר דעם א מקור פון די גמ' אנהייב פסחים אז ביי זיבה דערמאנט נישט די תורה מרכב ביי פרויען אזויווי ביי מענער, נאר מושב. די פראבלעם איז אז 1) אדרבה משם ראיה, דארט איז די גאנצע נידון נאר לשון נקייה, און אויב ס' וואלט געווען א ענין אז פרויען זאלן ענדערש נישט "רוכב" זיין, וואלט די גמרא גארנישט געקענט ברענגן א ראיה פון דארט אז די תורה האט געוואלט רעדן לשון נקייה, 2) דארט רעדט זיך פון רכיבה אויף א בהמה ווי ס' דא פיסוק רגליים אזויווי רש"י זאגט דארט אז דאס איז די פראבלעם (אויך נאר לגבי די לשון נקייה), וואס דאס איז נישט דא ביי א קאר.

היסטאריע » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:59 pm

· #504765

היסטאריע » פרייטאג יולי 22, 2022 12:02 am

· #504766
פרויען מען אפשר דרייווען, אבער זיי קענען דאך נישט פארקען, ממילא האט מען גע'אסר'ט דרייווען.

ווי אויך וואלט מען געמעגט אסר'ן פרויען פין דרייווען שאפינג קארטס, זיי קענען נישט קאנטראלירן, און ווען זיי נעמען עפעס שטעלען זיי זיך אן אינמיטן דער אייל, און דער גאנצע עולם דארף ווארטן. אמת, מענער טוהן עס אויך, אבער מענער מעגן.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 22, 2022 12:39 am

· #504769
יין שרף
כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
אויף אייוועלט האבן זיי א שמועס דערוועגן עטליכע בלעטער
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3459700#p3459700

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 22, 2022 12:40 am

· #504770
יין שרף
כמדומה איז א תשובה אין שבט הלוי וואס אסר'ט (צניעות אדער ונשמרתם מאוד לנ(פ)שותיכם.. נישט זיכער).
אגב, א עקסטערע לייק פאר דיין מליצה לנ(פ)שותיכם....

שפילער » פרייטאג יולי 22, 2022 12:54 am

· #504771
סהאט נישט קיין שום פשט פיריעד . אגב עלטערע בחורים טארן אויך נישט דרייווען... נאר וואס דען זיי פייפן אן . טוסט די זעלבע זאך פייפטסט אויפן סיסטעם . זעצט ענק אריין אין קאר און פייפטס...

מרדכי מרדכי » פרייטאג יולי 22, 2022 6:25 am

· #504774
שפילער
סהאט נישט קיין שום פשט פיריעד . אגב עלטערע בחורים טארן אויך נישט דרייווען... נאר וואס דען זיי פייפן אן . טוסט די זעלבע זאך פייפטסט אויפן סיסטעם . זעצט ענק אריין אין קאר און פייפטס...
האסט ווייטער די זעלבע פראבלעם פון די מוסדות ווי ווייט איך ווייס שיקן בחורים נישט קיין קינדער אין מוסדות

טאהש'ער אייניקעל » פרייטאג יולי 22, 2022 8:53 am

· #504779
מרדכי מרדכי
היסטאריע
איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
ליובאוויטש
ס'דא א תשובה פונ'ם ליובאוויטש'ער רבי אז ס'איז געוואנדען אין מנהג המקום
און בכלל דער ליובאוויטש'ער רבי האט נישט אזוי געגליכען דאס פירן אן אויטא אויך נישט בא מענער

קול דודי » פרייטאג יולי 22, 2022 9:54 am

· #504802
[ציטאט אראפגענומען]
ס׳איז נישט זייער פאנ״י, לענ״ד.
אט דא:
https://injuryprevention.bmj.com/content/27/1/71.abstract
Men pose higher per-km risk to others than women for all modes except buses

מתבודד » פרייטאג יולי 22, 2022 2:18 pm

· #504815
אין אנפאנג ווען פרויען זענען נאך געווען מער ווייניגער אינדערהיים האט עס נאך אפשר געהאט פשט,
אבער היינט וואלטן די רבנים געדארפט קלאר ארויסקומען עס מתיר זיין, זיי ווייסן גוט די פראבלעמען וואס קומען ארויס ווען פרויען דארפן נוצן טעקסיס פאר יעדע אפפוינטמענט און שאפינג וכד’.
נאר ווי יעדע אזא זאך ווייסן היינטיגע רבנים נאר וויאזוי צו אסר’ן נישט צו מתיר’ן... עיין הל’ ווידאו און נאך טויזנט זאכן...

מי ימצא » זונטאג יולי 24, 2022 1:43 am

· #504858
איך בין אויך א מענטש
סוי ווי איך פארשטיי, וועלן זייער אסאך זיך אפהאלטן פון דרייוון, פלעין אלץ דער טעראר פון געוויסע מוסדות. - וואס דעי פראבלעם פארשטיי איך האבן נישט אסאך קאווע שטיבלער, פשוט ווייל מען שיקט נישט אין קיין סיסטעם מוסדות.

וואס טוט מען אבער, אויב האט מען מורא פון די Heat פון די משפחה? וואס איך מיין צו זאגן - דאס קען מיינען אויסגעשלאסן פאר א יאר פון משפחה, ווייל '' די פארשעמסט אונזער משפחה'' (מען רעדט דא פון א רבנישע משפחה)

קהל'ס נער געבט א עצה פון שפילן באליידיגט, נישט ביי אלע משפחות ארבעט עס אויב עפעס פארקערט.

ראבויסיי! איך וויל זיין א מענטש פאר זיך. טאהן וואס עס איז גוט פאר מיך פאר מיין מאן און טייערע קינדער, פארוואס טראכט איך בכלל וואס משפחה וועט זאגן? ווי אזוי זעהט מען זיך ארויס פונעם סיסטעם, אן וואס מיינע שוועגערינס זאלן מיך אנשרייען פארן אויפהייבן זייער מאמעס בלוט דרוק?

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 3:59 am

· #504861
א טעארישע עצה וואלט געווען צו זיך מאכן א רחמנות, א וויקטים פון א שרעקליכע עקספעריענס וואס איז געשען פון נישט קענען אליינס דרייוון און במילא ’’גייסטו’’ דרייוון, און פאר וועם ס’געפעלט נישט... טו בעד. אדער ווי מען זאגט אויף אידיש; ישקנו!

איך געדענק ווען מיין מאמע פלעגט זיך אויסוויינען פאר מיר אז מיינע שוועסטערס לערנען זיך דרייוון. וואס איז געשען צום סוף, ס’איז אריבער א שטיק צייט און ס’איז אינגאנצן פארגעסן געווארן, און מיינע שוועסטערס, געהעריגע חסידישע ווייבלעך, לעבן און לאכן. (און דרייוון, שטייצעך...) שוין אפגערעדט זייערע מענער וואס האבן פיינעלי געקענט אויפגעבן זייער כמעט-פול-טיים טעקסי דרייווער זשאב איז עס ממש געווען א ישועה...

די פוינט איז אז די גרויסע התנגדות אויף דרייוון קומט מתוך רוב איינגעגעסנקייט אז א פרוי וואס דרייווט איז א שיקסע, און היות קיינער ווייסט נישט און פארשטייט נישט די מקור אויפ’ן איסור (?) ע’’פ הלכה, צו אפי’ השקפה, לאזט זיך גלייבן אז די שוועריגקייט פון אלע רביצינ’ס שוויגערס מאמעס און באבעס צו עקסעפטן איינער וואס דרייווט איז א פשוט’ע סאציאלע אישו. ביי ’’אונז’’ איז דרייוון אפגעפרעגט. אה און וועגן דעם איז וואס? וועגן דעם וועט מען זאגן אז מיין טאכטער/שנור/קאזין/וואטעווער איז נעבעך געווארן מאדערן... און ס’וועט זיין בושות.

איינמאל ס’איז אין א ’’בושות’’ קאטעגאריע איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר לאזן יענעם זיך עסן דאס געזונט ביז זיי בארואיגן זיך פונעם טראגעדיע און לייף גאוס בעק טו נארמאל.

איך האף נאר, און איך שטעל מיך פאר, אז א יאר איז עקסטרימלי איבערגעטריבן....

סאנטיאגא » זונטאג יולי 24, 2022 1:26 pm

· #504891
[ציטאט אראפגענומען]
און מאנכע חסידים ווערן היבש אפענדעוועט ווען מ'רופט די אידילאגיע עסקטרעם והא ראיה אז כת השאלים, העלבראנץ למיניהם טראגן שוין דעם טיטל...

סאנטיאגא » זונטאג יולי 24, 2022 2:29 pm

· #504898
מתבודד
אין אנפאנג ווען פרויען זענען נאך געווען מער ווייניגער אינדערהיים האט עס נאך אפשר געהאט פשט,
אבער היינט וואלטן די רבנים געדארפט קלאר ארויסקומען עס מתיר זיין, זיי ווייסן גוט די פראבלעמען וואס קומען ארויס ווען פרויען דארפן נוצן טעקסיס פאר יעדע אפפוינטמענט און שאפינג וכד’.
נאר ווי יעדע אזא זאך ווייסן היינטיגע רבנים נאר וויאזוי צו אסר’ן נישט צו מתיר’ן... עיין הל’ ווידאו און נאך טויזנט זאכן...
מיט אזא 200 יאר צוריק איז פאר די אמעריקאנע פרוי געווען אן ענליכע מציאות. איר שיקזאל איז פארשריבן, איר לעבן אפגעמאכט; א שטוב-שקלאפטע וואס האט נישט וואס זיך צו דרייען אין די גאסן, דאס איז שפעטער געווארן פארצייכנט אין היסטאריע אלס the cult of domesticity א פרוי איז געווען דערנידערט און אראפגעקוקט, און די מענטשהייט איז געווען ממש אבסעסירט מיט "ראלעס" איר גאנצע שאץ און ווערט איז באשטאנען פון איר מעגליכקייט נאכצוקומען די דאזיגע פיר אויפגאבעס: 1. רעליגיעזע פרומקייט 2. ריינקייט
3. אונטערטעניגונג 4. באשיצן דאס הויז און גרייט מאכן אלס אן ערי מקלט פאר די מאן ער זאל קענען אהיימקומען און זיך אויסטשוכען נאך א שווערן טאג ארבעט און חלילה נישט ווערן געשטערט.

עפעס וואס איז אויך די סיבה פארוואס מיר האבן היינט דעם מושג פון צוטיילטע בית הכבוד'ס - א זאך וואס איז היבש פאליטיזירט אז מ'ליינט היסטאריע - דער מין פרוי האט אמאל אין קיין פובליק רעסטרום נישט געהאט קיין מקום, אלעס איר צו צווינגען צו בלייבן ווי זי באלאנגט: אינעם קאך מיטן פארשמוצטן פארטוך. און ווען מ'האט עס שוין יא נאכגעגעבן איז מען געגאנגען full force די אנדערע עקסטרעם ארויסצוהייבן די נייע פרויען צימערן אין אלע ביזנעסער און אין די מאלס, אזוי ס'זאל דינערן און בליצן, מיט א מין גרויליגע אינפענטיליזאציע בבחינת ווען א קליין קינד טוט גארנישט און יעדער הילכעט און פאטשט פון גרויס התפעלות...
📎 cult of domesticity.pdf

מתבודד » זונטאג יולי 24, 2022 3:51 pm

· #504903
שיינע שיעור היסטאריע @סאנטיאגא, אבער צווישן די אמעריקאנע פרויען פון 200 יאר צוריק און אידישע פרויען פון 50 יאר צוריק איז נישט דא קיין שום ענליכקייט. בזמן וואס זיי זענען ווי דו שרייבסט, געווען א נארישע אראפגעקוקטע חפץ של מצוה, זאגן אונז חז’’ל מיט 1800 יאר צוריק ’’אוקירו לנשייכו כי היכי דתתעשרו’’. אין אידיש, זייט’ס מכבד ענקערע ווייבער כדי איר זאלט רייך ווערן (סארי אויב די לשון איז נישט פונקטליך...), און אין די היסטאריע פון אידישן פאלק האבן פרויען אייביג פארנומען א חשוב’ן ארט, בזכות נשים צדקניות נגאלו וכו’ וכו’.

צוזאמען מיט דעם, אדער ’’וועגן’’ דעם, האבן אונז דעם כלל פון כל כבודה בת מלך פנימה.

איז ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט אפשר געמאכט סענס צו זאגן פרויען זאלן נישט דרייוון, ס’האט פשוט נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט. משא’’כ היינט ווען די מציאות האט זיך געטוישט איז כמעט א מוז אין אסאך פעלער צו לאזן פרויען דרייוון.

און טאקע דאס איז די חילוק פון אונז מיט להבדיל די טאליבאנער און די סאודי’ס (אה, און לב טהור) וכו’ וואס ביי זיי איז נישט לאזן פרויען דרייוון געקומען פון זיי אראפקוקן, אדער א (קראנקע) פחד אז זיי וועלן באקומען צופיל מאכט, אדער ביידע, אדער וואטעווער... גארנישט קיין שייכות מיט די אידישע מכלומר’שטע איסור.

אגב, וואס מיינט דאס זיי האבן נישט געמעגט גיין אין ’’פאבליק’’ ביהכ’’ס? פרויען זענען האלב פון די פאפולאציע... סא זיי האבן נישט געקענט גיין אין די ’’מענער’’ שירותים? איז ווי פלעגן זיי יא גיין?....

מרדכי מרדכי » זונטאג יולי 24, 2022 7:40 pm

· #504919
מי ימצא
סוי ווי איך פארשטיי, וועלן זייער אסאך זיך אפהאלטן פון דרייוון, פלעין אלץ דער טעראר פון געוויסע מוסדות. - וואס דעי פראבלעם פארשטיי איך האבן נישט אסאך קאווע שטיבלער, פשוט ווייל מען שיקט נישט אין קיין סיסטעם מוסדות.

וואס טוט מען אבער, אויב האט מען מורא פון די Heat פון די משפחה? וואס איך מיין צו זאגן - דאס קען מיינען אויסגעשלאסן פאר א יאר פון משפחה, ווייל '' די פארשעמסט אונזער משפחה'' (מען רעדט דא פון א רבנישע משפחה)

קהל'ס נער געבט א עצה פון שפילן באליידיגט, נישט ביי אלע משפחות ארבעט עס אויב עפעס פארקערט.

ראבויסיי! איך וויל זיין א מענטש פאר זיך. טאהן וואס עס איז גוט פאר מיך פאר מיין מאן און טייערע קינדער, פארוואס טראכט איך בכלל וואס משפחה וועט זאגן? ווי אזוי זעהט מען זיך ארויס פונעם סיסטעם, אן וואס מיינע שוועגערינס זאלן מיך אנשרייען פארן אויפהייבן זייער מאמעס בלוט דרוק?
איך קען דיך זאגן וואס איך טוה איך קום טאקע נישט פון קיין רבישע משפחה
מיין ווייב משפחה ווייסט פאר מיינע עלטערן האב איך מחליט געווען נישט צי דערציילן כדי נישט צו מצער זיין אבער עס איז נישט קיין סוד

מי ימצא » זונטאג יולי 24, 2022 9:10 pm

· #504926
סאיז גראדע א געדאנק ווי כאילו מאכן א סיקרעט פאר גאנץ בראד.

דיין עצה @ מרדכי מרדכי, דערמאנט מיך אז דאס האב איך טאקע געטאהן מיט מיין זיך שערן. איך האב געמאכט א סוד, און אויב איז דא א צדיק וואס האלט אז מען מוז אלעס פארציילן, לייקענען אונז עס. אבער יעדע תקופה באקומט מיין מאן פון זיין מאמע א מוסר שמועס אויף ביי האר, סתם ווייל זי האלט אז מען דארף מחזק זיין. אבער דרייוון קען מען נישט לייקענען, איך מיין אז מען וועט מוזן צוריקגיין צום אלטן כלל - דער בעסטער ליגענט איז דער אמת.

זרחי » מאנטאג יולי 25, 2022 4:46 am

· #504946
טאהש'ער אייניקעל
מרדכי מרדכי
היסטאריע
איז דא א חסידות ווי פרויען מעגען יא דרייווען?
ליובאוויטש
ס'דא א תשובה פונ'ם ליובאוויטש'ער רבי אז ס'איז געוואנדען אין מנהג המקום
און בכלל דער ליובאוויטש'ער רבי האט נישט אזוי געגליכען דאס פירן אן אויטא אויך נישט בא מענער
אין דער תשובה וואונדערט זיך דער ליובאוויטשער רבי אז לויט ווי ער פארשטייט פונ'ם שואל'ס בריף זעט אויס אז ער געהערט צו די קרייזן וואס פרויען דרייון נישט, און אויב אזוי פארשטייט ער נישט וואס איז בכלל די שאלה.
דאס הייסט אז ער האט געהאלטן אז איינער וואס קומט פון א פלאץ ווי פרויען דרייוון נישט איז א דבר פשוט אז זי זאל נישט דרייון.

פאכמאן » מאנטאג יולי 25, 2022 11:02 am

· #504952
די ערשטע זאך וועלט גוט געוועהן ווען דו מאכסט לייסנס. האבן גרייט לכל צרה שלא תבוא.
אזוי אז איינמאל וואס דו וועסט זיין סטאק וועסטו שוין נישט פרעגן קיין פראגעס און זיך אוועקזעצן ביים רעדל.
דער וועט רעדן און יענע וועט נאכזאגן, און ס'וועט אנקומען צו דיין משפחה. און דו וועס זאגן, יא איך האב שוין לאנג לייסנס אבער איך נוץ עס נאר פאר עמערדזנסי.
און דאס איבעריגע איז שוין היסטאריע...

חמול על מעשיך » מאנטאג יולי 25, 2022 12:21 pm

· #504958
יא יא די וועלט וואלט געהאט א תיקון ווען די פרויען וואלטן געדרייווט...

וואס זאל איך טוען אז ווי אויפגעקלערט זי איז וועט זי קיינמאל נישט טוען עפעס אנדערש ווי די סיסטעם [#וויליאמסבורג]

די פראבלעם איז נישט אזוי ווייט די טעראר פון די מוסדות, די טעראר פונעם גאס איז סאך שטערקער...

בעצם די וועג ווי זוי זיי זענען אויפגעוואקסן איז כמעט אוממעגליך אז זיי זאלן דרייוון, מ'האט דאך צוגענומען זייער גאנצע חלק אנושי...
נעם מיך נישט ראנג, איך האלט נישט וואמען פערסט, נאר אז מ'איז מחנך די פרויען אלץ א חפץ של מצוה (נישט נאר ביי די כלה טיטשערס ימ"ש נאר פונעם געבארן טעראזירט מען זיי שוין) דעמאלטס קוקט עס אזוי אויס...

מי ימצא » מאנטאג יולי 25, 2022 1:06 pm

· #504960
פאכמאן
די ערשטע זאך וועלט גוט געוועהן ווען דו מאכסט לייסנס. האבן גרייט לכל צרה שלא תבוא.
אזוי אז איינמאל וואס דו וועסט זיין סטאק וועסטו שוין נישט פרעגן קיין פראגעס און זיך אוועקזעצן ביים רעדל.
דער וועט רעדן און יענע וועט נאכזאגן, און ס'וועט אנקומען צו דיין משפחה. און דו וועס זאגן, יא איך האב שוין לאנג לייסנס אבער איך נוץ עס נאר פאר עמערדזנסי.
און דאס איבעריגע איז שוין היסטאריע...
תודה תודה רבה. איך קויף אפ דיין עצה מיט א לייק. אזוי וועלן מיר טאקע טאהן.

👍 👍 👍

סלינקי » מאנטאג יולי 25, 2022 7:51 pm

· #505000
Re: איך בין אויך א מענטש
אויך אויב דו קענסט צומאל אפערן דיין שוויגער אדער מאמע א רייד צום דאקטער אדער צו די מאלל אנשטאט נעמען א טעקסי קען זיין אז פון חוץ פון טובות וועסטו נישט הערן פון זיי צי סאך.

מתבודד » מאנטאג יולי 25, 2022 8:04 pm

· #505003
סלינקי
אויך אויב דו קענסט צומאל אפערן דיין שוויגער אדער מאמע א רייד צום דאקטער אדער צו די מאלל אנשטאט נעמען א טעקסי קען זיין אז פון חוץ פון טובות וועסטו נישט הערן פון זיי צי סאך.
איין באשעפער זאל אפהיטן ווען מ’פאנגט אן טון טובות!
ס’קען נאך גורם זיין מער מחלוקת ווי די גאנצע דרייוון סאמוטאכע....

רביה''ק זי''ע » מאנטאג יולי 25, 2022 8:05 pm

· #505004
סלינקי
אויך אויב דו קענסט צומאל אפערן דיין שוויגער אדער מאמע א רייד צום דאקטער אדער צו די מאלל אנשטאט נעמען א טעקסי קען זיין אז פון חוץ פון טובות וועסטו נישט הערן פון זיי צי סאך.
בדוק ומנוסה.

חמול על מעשיך » מאנטאג יולי 25, 2022 8:45 pm

· #505012
יא יא איך געדענק נאך די רושעת'דיגע סטעיטמענטס וואס מיין שווער האט געזאגט (פאר מיין ווייב) ווען איך האב אנגעהויבן דרייוון היינט ווער איך משוגע פארן [דארפן] זיין זיין פרייוועט שאפער

מי ימצא » מאנטאג יולי 25, 2022 10:06 pm

· #505020
חמול על מעשיך
יא יא איך געדענק נאך די רושעת'דיגע סטעיטמענטס וואס מיין שווער האט געזאגט (פאר מיין ווייב) ווען איך האב אנגעהויבן דרייוון היינט ווער איך משוגע פארן [דארפן] זיין זיין פרייוועט שאפער
וואס איז געווען די סטעיטמנט?

סאנטיאגא » דינסטאג יולי 26, 2022 4:54 pm

· #505078
מתבודד
שיינע שיעור היסטאריע @סאנטיאגא, אבער צווישן די אמעריקאנע פרויען פון 200 יאר צוריק און אידישע פרויען פון 50 יאר צוריק איז נישט דא קיין שום ענליכקייט. בזמן וואס זיי זענען ווי דו שרייבסט, געווען א נארישע אראפגעקוקטע חפץ של מצוה, זאגן אונז חז’’ל מיט 1800 יאר צוריק ’’אוקירו לנשייכו כי היכי דתתעשרו’’. אין אידיש, זייט’ס מכבד ענקערע ווייבער כדי איר זאלט רייך ווערן (סארי אויב די לשון איז נישט פונקטליך...), און אין די היסטאריע פון אידישן פאלק האבן פרויען אייביג פארנומען א חשוב’ן ארט, בזכות נשים צדקניות נגאלו וכו’ וכו’.

צוזאמען מיט דעם, אדער ’’וועגן’’ דעם, האבן אונז דעם כלל פון כל כבודה בת מלך פנימה.

איז ביז נישט אזוי לאנג צוריק האט אפשר געמאכט סענס צו זאגן פרויען זאלן נישט דרייוון, ס’האט פשוט נישט אזוי שטארק אויסגעפעלט. משא’’כ היינט ווען די מציאות האט זיך געטוישט איז כמעט א מוז אין אסאך פעלער צו לאזן פרויען דרייוון.

און טאקע דאס איז די חילוק פון אונז מיט להבדיל די טאליבאנער און די סאודי’ס (אה, און לב טהור) וכו’ וואס ביי זיי איז נישט לאזן פרויען דרייוון געקומען פון זיי אראפקוקן, אדער א (קראנקע) פחד אז זיי וועלן באקומען צופיל מאכט, אדער ביידע, אדער וואטעווער... גארנישט קיין שייכות מיט די אידישע מכלומר’שטע איסור.

אגב, וואס מיינט דאס זיי האבן נישט געמעגט גיין אין ’’פאבליק’’ ביהכ’’ס? פרויען זענען האלב פון די פאפולאציע... סא זיי האבן נישט געקענט גיין אין די ’’מענער’’ שירותים? איז ווי פלעגן זיי יא גיין?....
גערעכט ס'איז נישט דא קיין ענליכקייט. ס'איז די זעלבע זאך! ס'נעמט זיך פון די זעלבע פילזאפיע.

א פרוי איז געווען באטראכט ווי א פשוטע דינסט, א ביליגע caretaker פון די שטוב. ס'האט קיינמאל קיין סענס נישט געמאכט און היינט מאכט עס ווייטער נישט קיין סענס... ס'איז אבאוט איין זאך: קאנטראל. און זאגן קאסט עפעס געלט? קוק אויף מעשים! פארוואס האט א פרוי נישט געטארט עדות זאגן? פארוואס האט ר' שמעון בר יוחאי געזאגט נשים דעתן קלה עליהן? אוודאי ווייל ס'שטייט דאך קלאר כל כבודה, חכם איינער... איי וואס איז די שייכות? ווייל ס'איז שענער פאר א בת מלך צו זיין אינעווייניג איז זי מיטאמאל incompetent צו קומען טעסטיפייען אז זי האט געזעהן זעהן א לבנה, אדער אז זי האט געזעהן ווי ראובן מאכט א האלד אפ אויף שמעון און ווען שמעון האט פרובירט זיך קעגנצושטעלן אים גוט אנגעבויקערט - אזוי ווי דער מאן קען? וואס האט הודו מיט כוש? דאס האט נאר איין איינציגן לאגישע תירוץ: ווייל די וועלט (נישט נאר אידן) האבן אמאל געזעהן פרויען inferior צו מענער. און זיי נישט לאזן דרייוון איז א זכר פון יענע פארפוילטע אידילאגיע וואס איר patriarchy איז נאך (ליידער) שטארק פארשפרייט אין חרדנטום, וואס איז פונקט אזוי פונדאמענטליסטיש ווי א סאודי מוסלומענע גרופע - אין די זין

אגב, אפגעזעהן ווער ס'איז דא גערעכט, די סטעיטמענט פון נשים דעתן קלות, ווען איינער זאגט דאס היינט אויף עני גרופע, וואלסטו גראד פארדעכטיגט צו יענער איז נישט פון די קו-קלוקס קלען... סא איך האלט ס'איז אביסל נאאיוו וואס דו ציטירסט פון חז"ל.

איך וועל דיר זאגן א שטערקערע פוינט: די פאקט אז דו דארפסט צוקומען צו די טענה פון אומגעוואונטשענע עלעמענטן טעקסי דריווערס איז שלעכטע נייעס, פארוואס דארף מען אפילו אזא justification? דאס איז א פרייע לאנד, קענסט נישט איינטיילן א גאנצע גרופע וואס יא און וואס נישט! בפרט ווען יעדער עגריט אז דאס האט נישט קיין שום פשט, און דו זאגסט זייער ריכטיג. די זעלבע רבנים וואס קענען דאס אסר'ן ווילן נישט מתיר זיין די ערפינדענע איסור אויף האר אנגעבליך ווייל זיי האבן נישט דעם כח צוריקצודרייען ווי אמאליגע מנהיגים ווען זיי האבן עס נישט אליין געטוהן. אהא,אבער ווען ס'קומט צו (עסקטרעמע) איסורים האבן זיי יא א מאכט? וואס גייט דא פאר?

צו ענטפערן דיין שאלה מיין איך כ'וועל מאכן א באזונדערע אשכול איבער די היסטאריע פון women sufferage ווייל מ'דארף עס געהעריג דעקן באריכות.

מי ימצא » דינסטאג יולי 26, 2022 6:14 pm

· #505082
מיין לייק איז פאר דיין לעצטע שורה. אדרבה גוי אהעד לאמיך זעהן ווי אזוי סוועט זיך אויסארבעטן. דאס איז זיכער 'א יחיד האט א כח אויף דער רבים'.

מתבודד » דינסטאג יולי 26, 2022 7:00 pm

· #505088
פארוואס האט א פרוי נישט געטארט עדות זאגן? פארוואס האט ר' שמעון בר יוחאי געזאגט נשים דעתן קלה עליהן? אוודאי ווייל ס'שטייט דאך קלאר כל כבודה, חכם איינער... איי וואס איז די שייכות? ווייל ס'איז שענער פאר א בת מלך צו זיין אינעווייניג איז זי מיטאמאל incompetent צו קומען טעסטיפייען אז זי האט געזעהן זעהן א לבנה, אדער אז זי האט געזעהן ווי ראובן מאכט א האלד אפ אויף שמעון און ווען שמעון האט פרובירט זיך קעגנצושטעלן אים גוט אנגעבויקערט - אזוי ווי דער מאן קען? וואס האט הודו מיט כוש? דאס האט נאר איין איינציגן לאגישע תירוץ: ווייל די וועלט (נישט נאר אידן) האבן אמאל געזעהן פרויען inferior צו מענער
אלס עד אחד נאמן באיסורים האט זי יא נאמנות, צו עדות זאגן אויף א גט בפני נכתב ונחתם איז א פרוי אויך באגלייבט, אפגערעדט אלס פה שאסר פה שהתיר איז זי באגלייבט פונקט ווי א מאן, און איך מיין אז די ליסטע גייט ווייטער.
און איך מיין נישט מיט דעם דיר צו כאפן ביים ווארט, נאר צו ווייזן אז די סיבה פארוואס פרויען זענען בד’’כ פסול לעדות איז נישט ווייל זיי זענען (ח”ו) אפגעריסענע housekeepers.
פארוואס יא ווייס איך נישט, אדרבה זאלן די ת”ח אריינקומען מיט וואס די מפרשים זענען מסביר, און נישט היימישע סברות.
אגב, אפגעזעהן ווער ס'איז דא גערעכט, די סטעיטמענט פון נשים דעתן קלות, ווען איינער זאגט דאס היינט אויף עני גרופע, וואלסטו גראד פארדעכטיגט צו יענער איז נישט פון די קו-קלוקס קלען... סא איך האלט ס'איז אביסל נאאיוו וואס דו ציטירסט פון חז"ל.

קען זיין ווען א באקאנטע סעלעב, אדער א פאליטישאן וועט זאגן אזא סטעיטמענט וועט עס גענוצט ווערן אלס א שטעקן אים צו שלאגן אז ער איז א סעקסיסט וכו’, אבער זוך ארום אביסל אויף סאשעל מידיע וועסטו טרעפן הונדערטער וויצן און quotes חוזק צו מאכן פון פרויען אויף אט די נושא פון דעתם קלה, און דאס קומט נישט פון אונז היימישע, נאר פון די גוי וואס הייבט אויף די טעלעפאן ווען מען רופט ווערייזען וכו’. נישט פון קיין kkk מעמבער. פאר יעדע וויץ אויפ’ן חשבון פון ביידנ’ס געזונט, וועסטו טרעפן פינף אויפן חשבון פון די פרויען.

: די פאקט אז דו דארפסט צוקומען צו די טענה פון אומגעוואונטשענע עלעמענטן טעקסי דריווערס איז שלעכטע נייעס, פארוואס דארף מען אפילו אזא justification? דאס איז א פרייע לאנד, קענסט נישט איינטיילן א גאנצע גרופע וואס יא און וואס נישט! בפרט ווען יעדער עגריט אז דאס האט נישט קיין שום פשט
די טעקסי נושא האב איך נישט געברענגט אלס א סיבה צו לאזן פרויען דרייוון, נאר צו ארויסשרייען די היפאקריסטוויע (קרעדיט: יצחקלאר) פון רבנים בימינו אז אפי’ ווען ס’איז א מצב פון באו מים עד נפש, האבן זיי נישט די גאטס, אדער כח, אדער שכל, צו ארויסקומען בקול רם מתיר זיין את אשר אסרו מדעתם.
וואס איז פונקט אזוי פונדאמענטליסטיש ווי א סאודי מוסלומענע גרופע - אין די זין
צום לעצט לאמיר נאכאמאל ארויסברענגן מיין פוינט.
על אף וואס ס’איז ביי אונז ליידער אויך איינגעווארצלט די אראפקוקן, צו אפי’ אביוז, אויף פרויען, טרעפן מיר נאכאלץ במשנת חז”ל הפלגות אויף פרויען שלא שיערום חברינו בטאליבאן ואפגניסטן. א שפחה כנענית איז איין זאך, און א ווייב, א פרוי, איז א צווייטע זאך.
קוק אביסל אויף די השפלות וואס די רעליגיעזע אראבער אין יענע לענדער טוען מיט זייערע פרויען וואס האבן זיך מכלומר’שט פארזינדיגט, און זאג מיר אויב ס’איז בכלל שייך צו טרעפן אין די אויגן פון זייערע איאטאלעס מיט שעיך’ס עפעס א משהו חשיבות און רעספעקט צום אנדערן מין.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 28, 2022 7:30 pm

· #505247
מתבודד
אלס עד אחד נאמן באיסורים האט זי יא נאמנות, צו עדות זאגן אויף א גט בפני נכתב ונחתם איז א פרוי אויך באגלייבט, אפגערעדט אלס פה שאסר פה שהתיר איז זי באגלייבט פונקט ווי א מאן, און איך מיין אז די ליסטע גייט ווייטער.
און איך מיין נישט מיט דעם דיר צו כאפן ביים ווארט, נאר צו ווייזן אז די סיבה פארוואס פרויען זענען בד’’כ פסול לעדות איז נישט ווייל זיי זענען (ח”ו) אפגעריסענע housekeepers.
פארוואס יא ווייס איך נישט, אדרבה זאלן די ת”ח אריינקומען מיט וואס די מפרשים זענען מסביר, און נישט היימישע סברות.
אט איז די פראבלעם מיט אייער לאגיק: סתם טשעריפיקן אן עקזעמפל ווי מ'זעהט אנדערש, פארענטפערט נאכנישט מיין טענה. דהיינו אז דו ווילסט סתם נאכברענגען דוגמאות און קוואטעישנס ווי ס'זעהט אויס אז פרויען האבן יא רעכטן אדער אז מ'שעצט זיי יא, מיינט דאך נאכנישט אז זיי האבן פול אויטאנימי, און אויף דעם הנחה דעבאטירן מיר היצטערט. אקעי לאזט מען זיי יא צומאל עדות זאגן במקום שאין "איש" ליטערלי, ווערט מען רייך פון זיי, איך האב דיר אבער געפרעגט א ספעציפישע פאל פאר א סיבה. אויף די לבנה שאלה קענסטו דאך נישט ענטפערן. דארפסטו שנעל טרעפן עפעס א לימוד זכות צו דינען אלס שיינעם קאווער-אפ. אדרבה ברענג אפיר די גרעסטע קעפ, איך ווייס שוין די תירוץ, אבער קענסט פרובירן צו טשעלענדזשן וועם דו ווילסט. סתם ווייל דו ביזט נאכנישט איבערצייגט, איך פאר איינער, האלט די אמת'ע הסבר איז אז ווייל זיי זענען אפגעריסענע housekeepers איז זייער דזשאזשמענט בעסער אויף פרייאינג פענס און באבל'דיגע זופ ווייל דאס טוען זיי אגאנצן טאג, ממילא ווען זיי קומען ארויס אויף די גאס זענען זיי נישט גענוג street smart צו פארשטיין די אינס ענד אוטס פון אסטראנאמיע... #פראקטיש

און אז דו ווילסט שפילן cherry picking נעם די מער אבוויעס עלעפאנט אין די רום: פארוואס מעג א פרוי נישט נאכאמאל חתונה האבן אן א דאקומענט פון א מאן זאלן פייער און וואסער שלום מאכן? און אן די אויטאריטעיט פון מענער ריכטער? ארלעדיגט זי קען יא זאגן עדות, you got me אבער טוט מען איר מאניפולירן און קאנטראלירן ווי א הינט מיט א בענדל ארום ס'האלז? צו נישט.

סאנטיאגא » דאנערשטאג יולי 28, 2022 7:45 pm

· #505249
מתבודד
קען זיין ווען א באקאנטע סעלעב, אדער א פאליטישאן וועט זאגן אזא סטעיטמענט וועט עס גענוצט ווערן אלס א שטעקן אים צו שלאגן אז ער איז א סעקסיסט וכו’, אבער זוך ארום אביסל אויף סאשעל מידיע וועסטו טרעפן הונדערטער וויצן און quotes חוזק צו מאכן פון פרויען אויף אט די נושא פון דעתם קלה, און דאס קומט נישט פון אונז היימישע, נאר פון די גוי וואס הייבט אויף די טעלעפאן ווען מען רופט ווערייזען וכו’. נישט פון קיין kkk מעמבער. פאר יעדע וויץ אויפ’ן חשבון פון ביידנ’ס געזונט, וועסטו טרעפן פינף אויפן חשבון פון די פרויען.
איך האב קלאר מקדים געווען אז דאס איז נישט בלויז א אידישע פראבלעם.

פיין. און אויף האמאסעקסואלן נישט? און אויף אידן נישט? און אויף אימיגראנטן נישט? איך כאפ נישט וואס דו ווילסט דא. ווייל ס'עקזיסטירט מיינט נאכנישט אז ס'איז אקעי. פאר דעם איז דא א זאך וואס הייסט toxic masculinity וואס איז א וויכטיגע זאך פאר יעדעם זיך צו עדזשוקעיטן דערויף, ווייל ס'אפעקטירט מענטשן.

איך פערזענליך האב נאכנישט געזעהן אזעלכע memes וואס מאכט לצנות פון א גאנצע מין אין אזא קאנטעקסט ווי די תורה, אבער אויב ס'איז דא איז עס קלארע hate speech פונקט ווי עני פראפאגאנדע פארזוך אפצושפעטן פון א קאלעקטיוו גרופע. צו יעדער איז אייניג איז א שמועס פאר זיך. אבער די נשים דעתן קלה סטעיטמענט איז א שרעקעדיגע נייסע ליילעך און פאר דעם האבן מיר אן אשכול וואס הייסט "איך בין אויך א מענטש".

איסלאם איז איין רעליגיע, אידישקייט א צווייטע, קריסטנטום א דריטע, הצד השווה שבהן זיי אלע זענען געפירט ביי מענער און האבן געזעצן צו אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער. זה בכה וזה בכה. וואס פארשטייסטו נישט? צוויי אומרעכטן מאכן נישט איינס גערעכט.

פאכמאן » פרייטאג יולי 29, 2022 6:55 am

· #505274
מי ימצא
פאכמאן
די ערשטע זאך וועלט גוט געוועהן ווען דו מאכסט לייסנס. האבן גרייט לכל צרה שלא תבוא.
אזוי אז איינמאל וואס דו וועסט זיין סטאק וועסטו שוין נישט פרעגן קיין פראגעס און זיך אוועקזעצן ביים רעדל.
דער וועט רעדן און יענע וועט נאכזאגן, און ס'וועט אנקומען צו דיין משפחה. און דו וועס זאגן, יא איך האב שוין לאנג לייסנס אבער איך נוץ עס נאר פאר עמערדזנסי.
און דאס איבעריגע איז שוין היסטאריע...
תודה תודה רבה. איך קויף אפ דיין עצה מיט א לייק. אזוי וועלן מיר טאקע טאהן.

👍 👍 👍
זעה נאר עס צו מאכן עכט טאמעוואטע נישט אז דו ביסט אינטרעסירט צו אויפרעגן איינעם. נאר בלויז זאגן ריינע אמת און פאקטן מיט א תמימות.
דאס ארבעט פיין ביי אסאך עלטערן-קינדער אישוס.

חדשים » פרייטאג יולי 29, 2022 3:39 pm

· #505303
להוסיף לסאנטיאגא,

אין די תורה וחז”ל טרעפט מען גענוג אז מ’דארף מחשיב זיין א סעקאנד קלעס. דאס אז מ’דארף האלטן די פרויען טייער אדער בכבוד נעמט נישט אוועק זייער סעקאנד קלעס סטעטוס.

מתבודד » מוצ"ש יולי 30, 2022 10:28 pm

· #505319
אויף די לבנה שאלה קענסטו דאך נישט ענטפערן. דארפסטו שנעל טרעפן עפעס א לימוד זכות צו דינען אלס שיינעם קאווער-אפ. אדרבה ברענג אפיר די גרעסטע קעפ, איך ווייס שוין די תירוץ, אבער קענסט פרובירן צו טשעלענדזשן וועם דו ווילסט. סתם ווייל דו ביזט נאכנישט איבערצייגט, איך פאר איינער, האלט די אמת'ע הסבר איז אז ווייל זיי זענען אפגעריסענע housekeepers איז זייער דזשאזשמענט בעסער אויף פרייאינג פענס און באבל'דיגע זופ ווייל דאס טוען זיי אגאנצן טאג, ממילא ווען זיי קומען ארויס אויף די גאס זענען זיי נישט גענוג street smart צו פארשטיין די אינס ענד אוטס פון אסטראנאמיע... #פראקטיש
דאס איז נישט טשערי פיקן. אז די זעסט אז ביי אנדערע זאכן האבן זיי די זעלבע רעכטן ווי א מאן זאגט דיר עס אז יעדע זאך וואס נישט האט א סיבה. און לאמיר נעמען פאר א דוגמא א מיליטער וואס ווערט געפירט דורך פרויען וואלסטו געוואלט וואוינען אין יענע לאנד? איך נישט. ווייל די מציאות איז אז ס'איז דא זאכן וואס זיי זענען נישט אזוי טויגליך ווי מענער, פונקט ווי געוויסע זאכן זענען מענער נישט אזוי ווי זיי. נשים דעתן קלה איז א פאקט, נישט קיין ליצנות. און נישט הרג’ענן על פיהם איז א פארשטענדליכע זאך, און גראדע ווערט עס ארויסגעלערנט פון א פסוק ס’נישט מכח סברא.
נעם די מער אבוויעס עלעפאנט אין די רום: פארוואס מעג א פרוי נישט נאכאמאל חתונה האבן אן א דאקומענט פון א מאן
איך זע נישט די גרויסע עלעפאנט אינעם גט, ס”ה האט די מאן ”געקויפט” די פרוי, מיט איר קלארע הסכמה, אין די קנין איז זי זיך מתחייב אויף איין איינציג זאך בעת וואס ער נעמט זיך אונטער א ליסט פון זאכן וואס איז אים משעבד צו איר סאך מער פון וואס זי איז זיך משעבד צו אים, און אז זי וויל ברעכן די דיעל און גיין צו א צווייטן דארף זי ברענגן פראף אז ער איז מסכים.
און וואס דו זאגסט וועגן בי”ד האט עס נישט מיט מענער אינטערדריקן פרויען נאר מיט אויטאריטעט, וואס איז א זאך וואס איז געגעבן געווארן פאר מענער וואס זענען גענוג געלערנט וכו’ אפשר ביסטו אינטערדריקט פון דיינים וואס פסק’ענען דיך שאלות? די וועלט ארבעט אז ס’איז דא העכערע אויטאריטעטן, און נאר דאס האלט אן די וועלט. ווען ס’קומט צו אינטערדריקן האבן פרויען די זעלבע רעכטן ווי מענער, ווען זי ווערט געשלאגן, בא’גנבע’ט, פארשעמט איז זי גארנישט סעקאנד קלעס.
און ס’איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז נאך די חתונה איז א מאן משועבד צו בלייבן מיט איר א יאר צייט, אזש ער טאר נישט גיין העלפן אין א מלחמה, די פריוויליגיע וואס א פרוי האט מן התורה, באקומען נישט די היינטיגע פרויען אינעם אידישן מדינה ווען זייערע מענער גייען אין צבא.
אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
מיינסט מן הסתם די אנדערע מין. וויפיל מינים איז דא?

סאנטיאגא » זונטאג יולי 31, 2022 4:50 pm

· #505402

איז לאמיר פארשטיין: ווייל די מאן נעמט זיך אונטער איר מער זאכן איז ער איינוועגס געווארן די באלעבאס אויף איר? אקעי, כ'האב נישט געוויסט מ'גייט נאך רוב, איך לערן מיך נייע זאכן, כ'האב אויך נישט געוויסט א כתיבה איז א human trafficking agreement איך האב אלס פארשטאנען ס'איז א קאמיטמענט הסכם צווישן צוויי שותפים.

נאך וויל איך דיר פרעגן מיין פריינט, טוט נישט יעדע פאר-הרי את-ע פרוי וואס האט א דזשאב אין א גראפיק קאמפעני צו אין סעילס, און קען זיך טעקניקלי אליינס אויסהאלטן, בריטשן די קאנטראקט וואס מ'האט זיך אויסגענומען אזוי האלב נאך אכט אין אימפעריאל? לשיטתך

וואס דו האסט געשריבן ביז אהער איז צו איגנארנט פאר מיר צו קאמענטירן דערויף, לאמיר האפן איין טאג וועסטו צוקומען צום שכל...

סאנטיאגא » זונטאג יולי 31, 2022 4:52 pm

· #505403
מתבודד
אונטערדריקן אנדערע מינים מיט ווייניגער פאוער
מיינסט מן הסתם די אנדערע מין. וויפיל מינים איז דא?
לויט די ערשטע משנה אין חגיגה, לכל הפחות דריי. פרומער פון בילאגיע וואס רעכנט נישט טומטום עקסטער
בלאט: 1 2