☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » וויאזוי וואלט סאטמאר רב זצ"ל געהענדעלט דעם אינטערנעט פראבלעם

וויאזוי וואלט סאטמאר רב זצ"ל געהענדעלט דעם אינטערנעט פראבלעם

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1542

אבי גערעדט » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:55 pm

· #36909
וויאזוי וואלט סאטמאר רב זצ"ל געהענדעלט דעם אינטערנעט פראבלעם
עס איז תשי"ג, כלל ישראל איז נאך אלס צושאקעלט פון די שרעקליכע האלאקאוסט, די רבנים זענען פארנומען להעמיד הדת על תולה, סאטמאר רב איז פארנומען מיט די מערכה אקעגן טעלעוויזיע וכו.


איין טאג הערט מען קלאנגען, אז עס קומט ארויס אזא כלי וואס מ'וועט קענען מיט אפאר קנעפלעך זיין פארבינדן מיט אלס אין אלעם, עס הייסט אינטערנעט, און טאקע זי באשיינט די וועלט.

נאך פאר וואס ווי ווען קומט ארויס דער בלעקבערי, אין ווען מ'וויל אנהויבן פארפירן קומט שוין ארויס דער איי פאון אין ענדרויד.

אקיצור, סאטמאר רב זצ"ל דארף זיך ספראווען מיט דעם נייעם אנשיקעניש, פארשטייט זיך אז דער עולם איז שוין אדיקטעט דערצו אין מ'טאפט א וואנט.

וויאזוי האלט איר וואלט סאטמאר רב בשעתו געהאנדלט איבער דעם??

נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:11 pm

· #36963
אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.

פאזעטיוו » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:13 pm

· #36964
זר זהב
אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.

אולי קען מען זאגן אז די טעלעווישן וואס איז ארויס געקומן בדורו איז אויך נישט געווען מער ווי א אויג פארבלענדעניש.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 4:46 pm

· #36994
סא באלד גייט מען שרייען אויף די גאסן שייגעץ , ווייל די רבי וואלט ווען אזוי און אזוי געהאלטן.

אבי גערעדט » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:06 pm

· #37017
אבי גערעדט


נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס


איז טאקע נישט שייך צו האלטן א אשכול אויף די רעלסן?

מורינו הרב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 5:11 pm

· #37020
אבי גערעדט
אבי גערעדט


נ.ב ביטע מאכט זיכער אז דער אשכול קומט נישט אן אין צימעס


איז טאקע נישט שייך צו האלטן א אשכול אויף די רעלסן?


דאס הייסט געברענט פאר אידישקייט

gehlungen » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 8:43 am

· #37181
זר זהב
אולי קען מען זאגן אז ווען ס'נאך געווען אזעלכע הייליגע אידן אויף דער וועלט האט נישט געקענט אראפקומען אזא טומאה אויף דער וועלט ווי אינטערנעט?
לפי"ז איז נישט שייך צו ענטפערן אויף דיין פראגע.

Its not maybe its 100% for sure the sooten waited for all these "heilege yeedn to leave this world & only then came the REAL stuff !!

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:28 am

· #37186
איך גיב גערעכט פאר "געשלאגן". דאס איז א נסיון הדור, פון די שווערסטע נסיונות וואס איז נאר אמאל געווען, און מיר זענען געבליבן מיט שוואכע כוחות עס צו פייטן.
דאס זענען אלעס סימנים פון די גאולה, ווי חז"ל זאגן שוין אז פאר ביאת המשיח איז "אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים".
מ'האבן מיר מער נישט די אמאליגע כוחות וועלכע האבן אראפגעברענגט א רוח קדושה אויף דער וועלט, און אביסל באלאנצירט דעם כח הבחירה.

איך קען נישט טראכטן ווי אזוי דער סאטמאר רבי וואלט געהענדלט דעם פראבלעם.
פון איין זייט טראכט איך אז ער וואלט ארויס דערקעגן בחרב ובחנות,
מצד השני איז ער געווען פראקטיש און געוואוסט ווי איין און ווי אויס, און ער וואלט מסתמא געטון בערך וואס מען טוט היינט, מיט אלע סארטן פילטערס.
העטעך פעטעך.

מורינו הרב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:38 am

· #37192
דער סאטמארער רב איז געווען א קלוגער מנהיג. עס איז גאנץ מעגליך אז ער וואלט געטראפן עפעס א לעזונג דערויף.

real jew » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:38 am

· #37217
ער וואלט זיך שנעל ציגעכאפט אין געלייגט די איד וכד' אויפן אינטערנעט אין געמאכט זיכער אז די היימישער עולם איז פארנימען מיט די היימישער וועב אין האט נישט קיין צייט די גיין אויף קאווע שטיבל....

נ.ב ער האט געעפענט מיידל שולעס, צייטונגען, כוללים אפילו ער האט נישט געהאלטן דערפין ווייל ער האט פארשטנען אז ס'וועט ס'וואו זיין אן איהם צי מיט איהם.

דבילה » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:57 am

· #37235
אויב איז דער סאטמאר רב'ס שיטה אזוי פרעדיקטעבעל דאן וואס איז די חשיבות דערפין?

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:07 pm

· #37282
אז ער האט געטון און אויפגעטאן, בשעת אנדערע האבן געהויבן הענט.

בן תמליון » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:45 pm

· #37298
באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:14 pm

· #37317
הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...

באמת » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:56 pm

· #37338
בן תמליון
די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.
אזוי ווי בשעתן כינס האט מען גמאכט א מיני כינס אין קאנטנענטל אקעגן די שטערן אין מען האט לעבן די צעטליך פין כינס גהאנגען ינע צעטליך מיט די זעלבע שארפע לשונת

דבילה » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:56 pm

· #37339
שמעקעדיג
הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...


ער וואלט זיך ליבערשט איבערגעקערט פאר צער קוקענדיק וואס קומט ארויס פון אויפשטעלן א רעזשים פון איסורים, קונמות, חרמות, און מערכות!

באמת » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 2:59 pm

· #37341
שמעקעדיג
הונדערט פראצענט!
מי יגלה עפר של רבינו יואל, ער זאל צוקוקן אויף די איסורים קונמות וחרמות פון די דיזשיטעל קעמרעס און די מערכות אויף KDC... ער וואלט זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר צער צוקוקנדיג וואספארא קטני-מח פירן די מערכות און זיי פארטרעטן כלל ישראל...

אבער ב'ה אינז דא מאכן אים א נחת ריח 🙂

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 4:05 pm

· #37379
באמת - דו האסט מיר "באמת" געמאכט לאכן! 😂 😂

zurich » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:30 pm

· #37506
בן תמליון
באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.


איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט, דו גלייכסט צו רעדיא צו אינטערנעט?? סא פונקט ווי רעידיאו האט ער נישט גע'אסר'ט וואלט ער נישט גע'אסר'ט אינטערנעט??

נוי וועי, ער וואלט זיכער ארויסגעקימען בחרב ובחנות, באש ומים, מיט וואס דו ווילסט נישט, און צוזאמען מיט אלע רבנים פונעם פריעדיגען דור וואלט ער עס גע'אסר'ט קאמפליטלי!! מיט פילטערס, אן פילטערס, נישט פאר פרנסה, יא פאר פרנסה, נאדא!! גארנישט!! ס'נישט דא קיין אינטערנעט אין א יודישע שטוב!!!

וואס מיינטס עטץ דער בעל דבר האט געווארט ביז יעצט? ווייל ער האט געוואוסט אז מיט זיי [די פריערדיגע גדולים] וועט זיך עס נישט אויסארבעטן!!

ער האט געטרייט מיט די טי. ווי. און ער האט געכאפט אזא קאפע אז ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער איז, האט ער געטראכט - אזוי ווי עשו האט געזאגט ווען ער איז געוואר געווארן אז יעקב האט בא'גנב'עט די ברכות, האט ער געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי" און איך וועל מיך אפרעכענען מיט אים. די זעלבע זאך יעצט, דער שטן האט געזעהן וויאזוי די רבנים הקדושים האבן זיך באצויגן צום טעלעוויזשאן האט ער געזאגט נא נא, די אינטערנעט איז נישט געמאכט פאר יעצט אבער... ווארט נאר ווארט ווען די רבנים וועלן נפטר ווערן, אוי וועט זיין פאן!!!

ויצא מה שיצא בעוונותינו הרבים, ליידער!!

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:12 pm

· #37544
ווי אזוי קומט מען ארויס בחרב ובחנות? מיט די גאנצע סטאר? מיט אלע אייטעמס אינעווייניג?
זעט אויס אז מיט ציונות האט ער נישט געהאט קיין נערווען צו ווארטן אז די רעבעלעבראכע זאל שטארבן, שטעל דיך פאר ווען ציונות קומט היינט ארויס, וואלט מען מתיר געווען לצורך פרנסה, און מיט א פילטער...

יידל » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:18 pm

· #37546
געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנטווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלען אין אן אנגעצויגענע מינוט.

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:21 pm

· #37549
די רבי וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א קלוגע איידיע, אבער אסר’ן וואלט ער זיכער נישט, דאס איז ממש אומעגליך, איי ער האט געאסר’ט טעלעווישאן?, ס’איז אינגאנצן אנדערש, אן א טעלעווישאן וועט א מענטש ס"ה נישט וויסן די נייעס מיט נאך אפאר שטותים, אנע אינטערנעט איז נישטא קיין אימעיל, ביזנעס, סטאק מארקעט, גארנישט

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:30 pm

· #37554
יידל
געפילטע, איך קען דיר נישט זאגן וויפיל מאל דו ביסט שוין געווען פאראנווארטליך פארן מיך מאכן שמייכלן אין אן אנגעצויגענע מינוט.

איך בין עפעס שולדיג אז דו האסט אן אנגעצויגענע מינוט? קענסט מיר נישט בלעימען פאר דעם.

zurich » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:27 am

· #37666
חכם מחוכם
די רבי וואלט אויפגעקומען מיט עפעס א קלוגע איידיע, אבער אסר’ן וואלט ער זיכער נישט, דאס איז ממש אומעגליך, איי ער האט געאסר’ט טעלעווישאן?, ס’איז אינגאנצן אנדערש, אן א טעלעווישאן וועט א מענטש ס"ה נישט וויסן די נייעס מיט נאך אפאר שטותים, אנע אינטערנעט איז נישטא קיין אימעיל, ביזנעס, סטאק מארקעט, גארנישט

נא זיין איידיע וואלט געווען צו טרעפן אן איידיע ווי אזוי יודן זאלן מאכן געלט אן דעם אינטערנעט!!

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:37 am

· #37676
אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען

real jew » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:52 am

· #37761
חכם מחוכם
אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען


קענט איר זיך פארשטלען סאטמאר רב זצ"ל מיט א אייגנעם סוירטש ענדשן?

ארץ ישראל וואלט געהייסן פאליסטון
קליונבערגער רב איז אוועק פאר די קריג
די כותל וואלט געפעלט פין די מאפ
יעדער סוירטש מיט די אות ת' וואלט אויפגעברענגט די ילדי תימן
בעלז'ער רב האט סוף ימיו חוזר געווען...

a1b2 » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:27 pm

· #37938
אפשר וואלט ער געפענט א נייע סוירטש ענדשן?, געגאנגען קאמפעטישן מיט גאגל’ען, כ’גלייב נישט אז ס’וואלט געגאנגען
זאג עס נאר פאר מהר''א מסאטמער ער וועט עס מאכן

אויס מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:37 pm

· #48445
ציונות האט נאך אפגעפירט סאך מער אידן ווי אינטערנעט {ביזדערווייל}.
און דער שטן האט עס געברענגט אין נישט מורא געהאט פאר קיינעם
ער איז פשוט געווארן באורד פון ציונות, ער האט אויך ליב עקשן האט ער געברענגט א נייע נסיון, אינטערנעט.
און ער האט זיך גערישט אז עס קומט א מערכה ווי טי.ווי. אבער ווי? וואס ? ווען ? ער האט איבערגעשאצט די היינטיגע רבנים,
{במאמר המוסגר: ער האט אינמיטן אויך געטרייט א נסיון פון די עירוב, אבער דארטן האבן אים די רבנים צו שטארק צוגעפיקסט האט ער געמוזט שנעל אויפקומען מיט עפעס ניי.}

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:29 pm

· #48454
דאס איז קלאר אז דער הייליגער ר' יואל וואלט דאס פעסט קעיר גענומען און גוט געטריעט.
איך בין שוין אויך נישט פונעם פאריגן דור אבער אז מען קוקט צוריק זעהט מען פון איין זייט ווי שטרענג ער איז געווען אויף זיינע שטרענגע זאכן, און פון די אנדערע זייט האט ער נאכגעגעבן און אויסגעארבעט צענדליגער זאכן וואס ער האט געוואוסט אז מען קען נישט אנגיין אנדעם, אדער אז מען וועט עס נישט קענען פארסירן ווי עס דארף צו זיין, בבחינת כשם שמצוה לומר וכו'.
TV האט ער געוואוסט אז ס'איז בלויזע הבל און זבל, זברענגט נישט גארנישט פארן מענטש א חוץ אנצופולן די איברעריגע צייט האט ער אראפגעשטעלט א פיס, משא"כ האט ער געוואלט אז זיינע אינגעלייט זאלן ארויסגיין ארבעטן אפילו אין די גוי'שע גאס.
אויף צניעות האט ער געהאקט און געבראקט און פארפירט וועכענטליך ביי די של"ס, אבער אויף שייטלעך וואס האט אים אויך געבאדערט האט ער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן חוץ אינדערהיים אדער ווען מענטשן זענען געקומען פרעגן פריוואט).
ס'איז זיכער אז ער וואלט פארשטאנען אז אינטערנעט איז א מציאות און א פאקט וואס אנע דעם איז קיין ביזנעס נישטא היינט, ער וואלט מסתמא אויפגעקומען מיט עפעס א פילטער אדער אן אנדערע חכמה.

טראכט » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:51 pm

· #48456
פויער
שייטלעך וואס האט אים אויך געבאדערט האט ער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן חוץ אינדערהיים אדער ווען מענטשן זענען געקומען פרעגן פריוואט.

איינמאל זענען טאקע אפאר שוואנצן ארימגעלאפן פייניגן זיינע מענטשן אז די רבי האט גע'אסור'ט שייטלעך, און ווען ער האט זיך דערוויסט דערפין האט ער האט זיך זייער געבייזערט, און געבעטן זיי זאלן זאפארט אויפהערן מיטן "שייטלעך קאמפיין".

gehlungen » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 12:02 am

· #48554
zurich
בן תמליון
באקאנט ווען עס איז געווען די אסיפה וועגן טעלעוויזשן האבן קאשוי און קראסנע רבנים געשריגן אז מ'זאל אויך אריינשרייבן אינעם איסור ראדיא און גוישע צייטונגען האט ר' יואליש געזאגט לא מיט אן אלף, ער האט געזאגט אז אויב שטעלט איר דאס צוזאם וועט דער איסור אויף טעלעוויזשן האבן די זעלבע פנים ווי דער איסור אויף ראדיא. למעשה איז ער געווען גאר קלוג גערעכט טעלעוויזשן איז געווארן אסור ווי חזיר און דער סאטמאר עולם האט געהערט ראדיא וועלט איז נישט אינטערגעגאנגען. מען קען נאר שפעקולירן אז ר' יואליש וואלט באגריפן דעם טיפקייט אז אינטערנעט איז א פאקט וואז איז נישט שייך צו אסר'ן ער וואלט בחכמתו עפעס אויפגעקומען. די היינטיקע קיצונים וואלטן נישט געטראכט צוויי מאל און געמאכט א גרויסן איסור פון ראדיא טעלעוויזשן אינאיינעם פארוואס דען נישט ביידע זענען אסור. א עכטער מנהיג ישראל קוקט אבער אנדערש.


איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט, דו גלייכסט צו רעדיא צו אינטערנעט?? סא פונקט ווי רעידיאו האט ער נישט גע'אסר'ט וואלט ער נישט גע'אסר'ט אינטערנעט??

נוי וועי, ער וואלט זיכער ארויסגעקימען בחרב ובחנות, באש ומים, מיט וואס דו ווילסט נישט, און צוזאמען מיט אלע רבנים פונעם פריעדיגען דור וואלט ער עס גע'אסר'ט קאמפליטלי!! מיט פילטערס, אן פילטערס, נישט פאר פרנסה, יא פאר פרנסה, נאדא!! גארנישט!! ס'נישט דא קיין אינטערנעט אין א יודישע שטוב!!!

וואס מיינטס עטץ דער בעל דבר האט געווארט ביז יעצט? ווייל ער האט געוואוסט אז מיט זיי [די פריערדיגע גדולים] וועט זיך עס נישט אויסארבעטן!!

ער האט געטרייט מיט די טי. ווי. און ער האט געכאפט אזא קאפע אז ער האט נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער איז, האט ער געטראכט - אזוי ווי עשו האט געזאגט ווען ער איז געוואר געווארן אז יעקב האט בא'גנב'עט די ברכות, האט ער געזאגט "יקרבו ימי אבל אבי" און איך וועל מיך אפרעכענען מיט אים. די זעלבע זאך יעצט, דער שטן האט געזעהן וויאזוי די רבנים הקדושים האבן זיך באצויגן צום טעלעוויזשאן האט ער געזאגט נא נא, די אינטערנעט איז נישט געמאכט פאר יעצט אבער... ווארט נאר ווארט ווען די רבנים וועלן נפטר ווערן, אוי וועט זיין פאן!!!

ויצא מה שיצא בעוונותינו הרבים, ליידער!!

What's this whole speech all about. Just a LIKE for gelungen !!!!!!