☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » אידן א קליין פאלק?!

אידן א קליין פאלק?!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15413

מרדכי מרדכי » מאנטאג יולי 18, 2022 8:21 pm

· #504371
אידן א קליין פאלק?!
איך האב געזעהן א אינטערעסאנטע thread אויף טוויטער
ער פרעגט פארוואס זענען אידן אזא קליינע פאלק בשעת מען זעהט אז נייערע פעלקער כדוגמה מארמאן'ס זענען גרעסער איין ענטפער איז מיך געפאלן אז מארמאן'ס האבן זיך אפגעטיילט פון א ריזיג גלויבן
https://twitter.com/DBashIdeas/status/1549016272972779522?s=19
📎 Screenshot_20220718-200821_Twitter.jpg 📎 Screenshot_20220718-200841_Twitter.jpg

yn.NY » מאנטאג יולי 18, 2022 8:53 pm

· #504378
טאקע אינטערעסאנט וואס ער שרייבט.
ווער איז די דוד באשעווקין? מה טובו?

קרעפלעך » מאנטאג יולי 18, 2022 11:08 pm

· #504402
די ברכה פון והיה זרעך כעפר הארץ מיינט טאקע נישט די אידן וואס פאר א ברכה איז דאס בכלל

הקטן » דינסטאג יולי 19, 2022 1:46 am

· #504422
.

הקטן » דינסטאג יולי 19, 2022 1:48 am

· #504423
וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה.
דברים ד כז

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 19, 2022 6:10 am

· #504438
קרעפלעך
די ברכה פון והיה זרעך כעפר הארץ מיינט טאקע נישט די אידן וואס פאר א ברכה איז דאס בכלל
איך האב אייביג אנגענומען פשט אז עס מיינט די אידן זעהט אויס איך האב מיך טועה געווען און עס גייט ארויף אויף כל יוצאי אברהם אבינו
הכתוב: לא מרובכם מכל העמים..... כי אתם המעט מכל העמים

היסטאריע » דינסטאג יולי 19, 2022 9:24 am

· #504445
ווייל עס איז שווער צו ווערען א איד, און צו זיין איד.

החוקר » דינסטאג יולי 19, 2022 10:55 am

· #504449
Re: אידן א קליין פאלק?!
איך וואלט געקלערט אז אסימילאציע איז די הויפט סיבה און אויך די פאקט אז אידן זוכן נישט קיין גרים.

וואס קאסט צו זיין א קריסט? כמעט גארנישט. לעומת זה, זיין א איד פארלאנגט גאר אסאך. לייג צו די אלע צרות יגון ואנחה און הריגות וואס אידן זענען אויסגעשטאנען במשך הדורות, האבן מליאנען איבערגעלאזט די רעליגיע. עיין שפאנישע אנוסים.

זע איך נישט וואס איז די וואונדער.

מרדכי מרדכי » דינסטאג יולי 19, 2022 11:44 am

· #504465
איך ווייס נישט ווי שווער עס איז צי זיין א מארמאן און איך ווייס אז זיי האבן אסאך מיסיאנערן
א מוסולמענער איז אויך נישט גרינג צי זיין אבער גרינג צי ווערן אנגענומען
א איד איז אויך זייער גרינג צי ווערן אבער נישט ביי די ארטאדאקסן צי ווערן גרינג און שנעל א מעמבער דארף מען ג'יין צי די רעפארם

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 5:24 pm

· #504714
ביי אברהם נאך די עקידה שטייט:
כי ברך אברכך והרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים וכחול אשר על שפת הים וירש זרעך את שער איביו.

ביי יעקב'ס חלום מיט די לייטער שטייט:
והיה זרעך כעפר הארץ ופרצת ימה וקדמה צפנה ונגבה ונברכו בך כל משפחת האדמה ובזרעך.

ביי ברית בין הבתרים ווערט געברענגט אז די אידן גייען זיין קנעכט 400 יאר און דערנאך גייען זיי ירש'נען די מדינה

ביי אברהם קען מען אפשר זאגן אז ער האט געהאט נאך קינדער און אויך אויף זיי גייט ארויף די פסוק
לגבי די פסוק ביי יעקב קען מען אפשר זאגן אידן זענען טאקע כעפר הארץ און 14 מיליאן איז זייער אסאך נאר נישט אזוי סאך ווי אנדערע גלויבן
אויכעט קען מען נישט ניצן דעם פסוק צי פארגלייכן אידן צי אנדערע גלויבן נאר צי אנדערע פעלקער.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 6:36 pm

· #504723
אידן האבן נישט פראבירט צו איבערנעמען די וועלט, (אפילו מען האט אונז גענוג באשולדיגט דערמיט).

די קריסטן האבן פראבירט צו פארשפרייטן זייער גלויבן דורכאויס זייער גאנצע היסטאריע, אנגעהויבן מיט די רוימישע אימפעריע וואס איז געווארן א קריסטליכע אימפעריע און פארשפרייט זייער רעליגיע איבער די גאנצע וועלט, שפעטערע קריסטליכע מאנארכן און קירכע פירער האבן געטון די זעלבע מיט גוטנס און מיט בייזנס. דורך די יארן זענען געווען הייליגע מלחמות און אנדערע מיסיעס צו פארשפרייטן יאשקע'ס "ליבשאפט". און עס איז אייביג אפיציעל געווען מיסיאנערן וואס זענען געווען פארנומען צו איבעררעדן אנדערע, און טוען עס נאך עד היום הזה.

די מוסלעמענער האבן אויך אנגעפאנגען מיט מלחמות גדולות, און באצווינגען מיליאנען מענטשן. א לאנגע בלוטיגע היסטאריע וואס גייט נאך פעסט אן.

לייג צו דער פאקט אז אידן זענען אלס געווארן פארפלאגט און דערשלאגן, אנגעהויבן פון דער ערשטע חורבן ביהמ"ק ביז די לעצטע חורבן אייראפע. מיט אלע פאגראמען, בלבולים, גירושים, קרייצציגלער, און סתם רדיפות. איך מיין די נס איז אז די אידישע פאלק עקזיסטירט בכלל, נישט אז עס איז אזוי קליין.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:15 pm

· #504750
דאס איז פיין און וואויל צי פארענטפערן די פאקטן אבער נישט די קשיא אויף די פסוקים

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:31 pm

· #504753
מרדכי מרדכי
דאס איז פיין און וואויל צי פארענטפערן די פאקטן אבער נישט די קשיא אויף די פסוקים
איך האב טאקע געשריבן נאר וועגן די פאקטן, פון די פסוקים זע איך נישט וואס עס איז שווער בכלל. הקטן האט דאך שוין געברענגט אויבן:
הקטן
וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה. (דברים ד כז).

הקטן » דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:25 pm

· #504757
יעקב מעקסוועל
...
לייג צו דער פאקט אז אידן זענען אלס געווארן פארפלאגט און דערשלאגן, אנגעהויבן פון דער ערשטע חורבן ביהמ"ק ביז די לעצטע חורבן אייראפע. מיט אלע פאגראמען, בלבולים, גירושים, קרייצציגלער, און סתם רדיפות. איך מיין די נס איז אז די אידישע פאלק עקזיסטירט בכלל, נישט אז עס איז אזוי קליין.
דער פסוק
וְהֵפִיץ יְהוָה אֶתְכֶם בָּעַמִּים וְנִשְׁאַרְתֶּם מְתֵי מִסְפָּר בַּגּוֹיִם אֲשֶׁר יְנַהֵג יְהוָה אֶתְכֶם שָׁמָּה.
זאגט טאקע פאר ביידע
איינס וְנִשְׁאַרְתֶּם
און אויך וועט דאס אייביג זיין מְתֵי מִסְפָּר

הקטן » פרייטאג יולי 22, 2022 4:13 pm

· #504823
"וְנִשְׁאַרְתֶּם בִּמְתֵי מְעָט, תַּחַת אֲשֶׁר הֱיִיתֶם כְּכוֹכְבֵי הַשָּׁמַיִם לָרֹב, כִּי לֹא שָׁמַעְתָּ בְּקוֹל ה' אֱלֹהֶיךָ"
(דברים כח, סב).