☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מה נשתנה?

מה נשתנה?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15412

קהל'ס נער » זונטאג יולי 17, 2022 6:59 pm

· #504268
מה נשתנה?
פארוואס איז פארענדערט געווארען?
פארוואס ביי חיים ולדר, ווען ער האט געלייקענט שטיין און ביין, און קיינער ווייסט נישט ווער די עדות זענען, האט מען עים אפגעפסק'נט אלץ מנוול ומשוקץ, גע'פסל'ט זיינע ספרים וכו'

יעצט ביי הרב קרישבסקי, וואס מען ווייסט ווער די מיידל איז, א, זאגט מען "ניין, די מיידל איז סתם א אנטיסעמיט און ס'איז א בילבול, ער האט זיך פארעדט, ואת"ל אז ס'איז יא אמת נו א שוואכע מינוט וכו'"

#דאבל_סטענדערד

נ.ב. דאונט געט מי ווראנג, איך האלט אז אינעסינט אנטיל פראווען גילטי גייט אן ביי ביידע, אין מיינע אויגען איז הקדוש חיים ולדר ה' ינקום דמו די זעלבע הייליג ווי הרב קרישבסקי זז"ג, העמיר צי ווארטן צים קאורט קעיס, (אנלעס ער וועט רופן די ג'אג' צים בית דין של מעלה)

קל וחומר » זונטאג יולי 17, 2022 7:20 pm

· #504269
Re: מה נשתנה?
עושה מעשה זמרי ומקבל שכר כפנחס

סבא דבהתא » זונטאג יולי 17, 2022 7:25 pm

· #504271
זייער פשוט !
חיים וואלדער אליעזר בערלאנד משי זהב זענען אלע עניוועי געווען ציוניסטן ממילא איז דאך נאר א מצוה מוסף צו זיין נאך עבירות

קל וחומר » זונטאג יולי 17, 2022 7:26 pm

· #504272
Re: מה נשתנה?
דער אמת איז אז ס'איז נישט ממש קיין פארגלייך, ראשית האט ער לכאורה נישט געוואוסט אז זי איז אונטער אכצן וואס מאכט עס סתם פאר א געווענליכע נסיון וואס קען כאפן יעדע געזונטע בשר ודם.
והשנית, דאס אז ער איז צוגעגאנגען אויף אזא אופן צייגט אז ער ווייסט נישט די מינימאלע הנהגה אין די סארט ענינים און ס'איז געווען אן איינמאליגע מעשה.

והשלישית, זיין מהות איז עבודת השם. אנדערש ווי וואלדער וואס זיין מהות איז געווען זיך צו משטלט זיין אויף מענטשן. (דאס וואס ער דרוקט זיך אויס שארף אויף סמארטפאונס, איז ווייל ווער נאך ווי אים ווייסט ווי שטארק די יצר הרע בושעוועט ארום).

מונטסורי » זונטאג יולי 17, 2022 7:46 pm

· #504273
לענ״ד איז א גרויסע חילוק פון א קלא דלא פסיק און א איינמאליגע מעשה

היסטאריע » זונטאג יולי 17, 2022 7:59 pm

· #504276
אויב איז אמת איז דאס טאקע דער חילוק.
ועוד, ער האט נאר פראבירט, חיים וואלדער האט געטוהן למעשה.
ועוד, ער האט פרובירט מיט א מיידל, חיים וואלדער א אשת איש.

און ווער זאגט עס איז דא א חילוק?

קהל'ס נער » זונטאג יולי 17, 2022 8:01 pm

· #504277
.

מרדכי מרדכי » מאנטאג יולי 18, 2022 8:43 pm

· #504374
דער תירוץ איז: עבדים היינו לפרעה במצרים

ביי חיים וואלדער, ברלנד, משי זהב איז יא געווען עדות נאר די האסט אנגענומען יענע עדות אלס שוואך אדער נישט קראנט
דא רעדט מען פון א איד וואס אסאך דא קענען אלס ערליכע איד און קיין קראנטע עדות איז נישט דא נאר א באשילדיגונג.
אויב וועט ארויסקומען נאך פרטים קען זיך עס נאך טוישן

ביי משי זהב איז געווען א קלא דלא פסיק

ביי וואלדער געדענק איך אז רוב היימישע אידן האבן עס טאקע נישט אנגענומען און געהאלטן אז עס איז שקר

מרדכי מרדכי » מאנטאג יולי 18, 2022 8:47 pm

· #504375
נאך א חילוק איז דא אז ברלנד,משי זהב, וואלדער, האבן באגוואלדיגט פון אונזערע
משא"כ קרישעווסקי האט סך הכל מציע געווען פאר א גויטע
נישט קיין היימישע און נישט באגוואלדיגט

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 18, 2022 9:01 pm

· #504379
קהל'ס נער
פארוואס איז פארענדערט געווארען?
פארוואס ביי חיים ולדר, ווען ער האט געלייקענט שטיין און ביין, און קיינער ווייסט נישט ווער די עדות זענען, האט מען עים אפגעפסק'נט אלץ מנוול ומשוקץ, גע'פסל'ט זיינע ספרים וכו'

יעצט ביי הרב קרישבסקי, וואס מען ווייסט ווער די מיידל איז, א, זאגט מען "ניין, די מיידל איז סתם א אנטיסעמיט און ס'איז א בילבול, ער האט זיך פארעדט, ואת"ל אז ס'איז יא אמת נו א שוואכע מינוט וכו'"

#דאבל_סטענדערד

נ.ב. דאונט געט מי ווראנג, איך האלט אז אינעסינט אנטיל פראווען גילטי גייט אן ביי ביידע, אין מיינע אויגען איז הקדוש חיים ולדר ה' ינקום דמו די זעלבע הייליג ווי הרב קרישבסקי זז"ג, העמיר צי ווארטן צים קאורט קעיס, (אנלעס ער וועט רופן די ג'אג' צים בית דין של מעלה)
קהל'ס נער: ליין וואס איך האב געשריבן אין מיין תגובה צו צקון לחש. איך ווייס נישט אויב דו געדענקסט די מעשה מיט א חשוב'ן (זיך שיער נישט פאררעדט און אויסגעזאגט זיין נאמען.)רב וועלכער איז געפארן אויף א פלעין און עפעס א (אידישע) שיקסע האט אויסגעטראכט א בילבול אויף איהם אז ער האט געטון מעשים מגונים צו איהר. נאר ווייל ער קען נעבעך א מכה ענגליש. האט ער נישט פארשטאנען וואס זיי וויללן פון איהם. און ער האט אויף אלעס מודה געווען און אונטערגעשריבן זיין הודאה פאר די עף.בי.איי. זיין לאיער האט געהאט א שווערע ארבעט אויף צו ווייזן פאר די שופטת אז דער מענטש הייבט נישט אן צו קענען א ווארט ענגליש.נאך גרויס מיה און א סאך געלט האבן די גרויסע אידישע עסקנים געדינגען גרויסע לאיערס און שתדלנים און אינוועסטיגעטארס. און ס'איז זיי געלונגען (בעז"ה) איהם ריינצו וואשן. האט ציך אויסגעשטעלט אז די גאנצע מעשה איז געווען אונטערגעשטעלט דורך עטליכע נידריגע פארשוין. צוליעב פאליטישע און רבי'שע חשבונות...!

נ.ב.: דער (חשוב'ער) איד וואס האט אנגעדרייט די גאנצע מעשה האט נעבעך געענדיגט אליינס אין א פעדעראלע פריזאן. איינגעזעצט דורך זיינע אייגענע נעפיוס. וועלכע האבן פארציילט אין קאורט א מקצת שבחו וואס ער האט אלץ אנגעשטעלט. לעצטנס איז ער שוין (ב"ה) באפרייט געווארן. אלס שברי כלי...! או.קעי. ער איז אויך געווען א גרויסער בעל צדקה...!

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 18, 2022 9:08 pm

· #504380
קל וחומר
דער אמת איז אז ס'איז נישט ממש קיין פארגלייך, ראשית האט ער לכאורה נישט געוואוסט אז זי איז אונטער אכצן וואס מאכט עס סתם פאר א געווענליכע נסיון וואס קען כאפן יעדע געזונטע בשר ודם.
והשנית, דאס אז ער איז צוגעגאנגען אויף אזא אופן צייגט אז ער ווייסט נישט די מינימאלע הנהגה אין די סארט ענינים און ס'איז געווען אן איינמאליגע מעשה.

והשלישית, זיין מהות איז עבודת השם. אנדערש ווי וואלדער וואס זיין מהות איז געווען זיך צו משטלט זיין אויף מענטשן. (דאס וואס ער דרוקט זיך אויס שארף אויף סמארטפאונס, איז ווייל ווער נאך ווי אים ווייסט ווי שטארק די יצר הרע בושעוועט ארום).
קל וחומר: די נפקא מינה איז אז אן עבירה (ח"ו) טוט מען נישט מיט א סמארטפאון. נאר מיט א בשר ודם...!

כפתור » מאנטאג יולי 18, 2022 11:11 pm

· #504403
קל וחומר
והשנית, דאס אז ער איז צוגעגאנגען אויף אזא אופן צייגט אז ער ווייסט נישט די מינימאלע הנהגה אין די סארט ענינים
אפשר פעלט טאקע אויס א ברייטע הסברה פאר די סארט עולם וואס ווייסן נישט, צו מסביר זיין וויאזוי זיך נישט צו פירן ווען איינער איז יצרו תוקפו עליו. און אויך געבן גיידענס וויזוי מ'קען אויספירן היינטיגע צייטן די ילך במקום שאין מכירים אותו. ס'מיז דאך זיין א וועג ארויס ווען ס'נישטא קיין ברירה. וויפיל קליפס זענען שוין ארויסגעקומען פון אידן, און טאקע און די עלטער, וואס זענען נישט גענוג כיטער, און באנארישן זיך אויפן ערגסטן אויפן.
אפשר קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ (נישט און מאחורי ווי קיינער, ספעציעל די וואס ברויכן דאס, האבן נישט קיין צוטריט). אנדערע פלעצער זענען דאך און דענייעל אז ס' איז דא א דעמענד.

קהל'ס נער » מאנטאג יולי 18, 2022 11:24 pm

· #504408
.