וועלכע אידישע באפעלקערונג איז גרעסער? ב.פ. אדער מאנסי?
וועלכער פון די 2 (אפשר) גרעסטע אידישע ישובים איז גרעסער? איך מיין נישט אין שטח. ווייל אין שטח איז מאנסי לכה"פ צען מאל גרעסער ווי בארא פארק. איך רעד אין באפעלקערונג. וועלכע יישוב האט א גרעסערע אידישע באפעלקערונג, בליעה"ר? איין זאך האביך (זיכער) באמערקט, אז אין מאנסי זענען דא א סאך מער (פראפארציאנעל) חסיד'ישע שטובער ווי אין ב.פ. מ'זעהט בליעה"ר א סאך יונגעלייט מיט שווארצע זאקן און רביצינ'ס מיט שפיצלעך, און דעם מער טראדיציאנאלן לבוש אויפ'ן קאפ פון די פרויען. איך ווייס נישט די אלע שמות הנרדפים פון פון די מיני קאפ-טיכלעך וואס זענען געקומען נאך די טורבאנס. אין בארא פארק זעהט מען כמעט נישט קיין חסיד'ישע פרויען וועלכע גייען נאך מיט טורבאנס, משא"כ אין מאנסי איז עס זייער א פארשפרייטטער לבוש ביי חסיד'ישע אידן (מ'רעדט נישט פון אמעריקאנער אדער ליטווישע תושבים אין מאנסי).
ווער ס'האט עפעס קראנטע אינפארמאציע און סטאטיסטיקס ווערט געבעטן אריינצוקומען. ויישר כח למפרע.
נ.ב.: ווען איך רעד פון מאנסי מיין איך נישט דווקא די רעגירונגס גרעניצן וועלכע הייסן מאנסי, נאר אויך ספרינג וועלי, ראמאפאו און וועסלי היללס. איך רעד נישט פון עירמאנט אדער פאמאנא, וועלכע זענען סמוך ונראה צו מאנסי, אבער נישט א טייל פון די שטאט מאנסי.
בארא פארק איז לכאורה די מלך פון שווארצע זאקן, ס'דא א גרויסע עולם רעבישע, בעלזע און גור'ע און באבוב גייען די בחורים שבת.
מחצה"ק: איך גיי מיך נישט מפלפל זיין מיט דיר. אבער לפי הנראה.(איך פאר א סאך ארום איבער גאנץ מאנסי) איז אין מאנסי דא א סאך מער יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע גייען אינדערוואכן אויך מיט שווארצע זאקן. משא"כ אין בארא פארק גייען רוב בעלזער און באבוב'ער חסידים און בחורים (אין באבוב) נאר שבת מיט שווארצע זאקן...!
אנגעהויבן מיט דעמאגראפיע און גענדיגט מיט א זאקן פארמעסט...
נישט קיין צווייפל אז אין בארא פארק איז דא די מערסטע שווארצע זאקן אינדערוואכן, אנגעהויבן פון רעבישע ביז בעלזא… הערשט נאכדעם קומט מאנסי, אבער בארא פארק איז זיכער אסאך אסאך מער.
סאיז אינטערעסאנט אז אין די סמארטליסט פאון נאמבער עפפ האבן זיי ביידע ביי ממש די זעלבע 23000 רעזידנשעל נומבערס. איך גלייב אבער אז מאנסי אינקלודט ביי זיי אירמאונט און די אנדערע גלילות
וואלוויאנגעהויבן מיט דעמאגראפיע און גענדיגט מיט א זאקן פארמעסט...
יא: ווייל ביידע זענען וויכטיג. זיי זענען א טייל פון די אלעגמיינע סטאטיסטיק...!
תמיםסאיז אינטערעסאנט אז אין די סמארטליסט פאון נאמבער עפפ האבן זיי ביידע ביי ממש די זעלבע 23000 רעזידנשעל נומבערס. איך גלייב אבער אז מאנסי אינקלודט ביי זיי אירמאונט און די אנדערע גלילות
תמים: דאס איז מעגליך. אבער אזוי ווי איך האב געזאגט אז עירמאנט און פאמאנא. כאטש זיי זענען נאנט צו (גרעיטער) מאנסי. זענען זיי דאך נישט א טייל פון מאנסי. משא"כ די אנדערע זייטיגע געגנטער אזוי ווי ספרינג וואלי, ראמאפא און וועסלי היללס זענען (היינט) יא א טייל פון מאנסי...!
מ'קען דאס גרינג אויסטשעקן. לויט די זיפ קאוד. אויב ס'איז ליסטעד אין די סמארטליסט...!
חאניאקנישט קיין צווייפל אז אין בארא פארק איז דא די מערסטע שווארצע זאקן אינדערוואכן, אנגעהויבן פון רעבישע ביז בעלזא… הערשט נאכדעם קומט מאנסי, אבער בארא פארק איז זיכער אסאך אסאך מער.
אני מאמין באמונה שלימה. אבער (אנעקדאטאללי) זעהט עס מיר אויס אז מאנסי האט א סאך מער.
berlbalagulehמחצה"ק: איך גיי מיך נישט מפלפל זיין מיט דיר. אבער לפי הנראה.(איך פאר א סאך ארום איבער גאנץ מאנסי) איז אין מאנסי דא א סאך מער יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע גייען אינדערוואכן אויך מיט שווארצע זאקן. משא"כ אין בארא פארק גייען רוב בעלזער און באבוב'ער חסידים און בחורים (אין באבוב) נאר שבת מיט שווארצע זאקן...!
און ווי זענען דא מער רבנו תם גאטשעס? נאר קראנטע נומערן ביטע
דאס איז זיכער אז מאנסי איז נאך אלס דא די גרעסטע באפעלקערונג פון חסידישע בייקערס
שמעון וואלף berlbalagulehמחצה"ק: איך גיי מיך נישט מפלפל זיין מיט דיר. אבער לפי הנראה.(איך פאר א סאך ארום איבער גאנץ מאנסי) איז אין מאנסי דא א סאך מער יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע גייען אינדערוואכן אויך מיט שווארצע זאקן. משא"כ אין בארא פארק גייען רוב בעלזער און באבוב'ער חסידים און בחורים (אין באבוב) נאר שבת מיט שווארצע זאקן...!
און ווי זענען דא מער רבנו תם גאטשעס? נאר קראנטע נומערן ביטע
שמעון וואלף: א שאד. דער איד וואס איז געווען דער גרעסטער עקספערט אין די (און אנדערע) עניינים איז אקארשט נפטר געווארן. ה"ה הרב הצדיק ובעל יסורים ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש זצוק"ללה"ה. דער (הייליגער) קאמארנא'ער רבי בדורינו. ווען דו פרעגסט ווען די שאלה מיט א 2 וואכן צוריק וואלט געווען וועם צו פרעגן. חבל על דאבדין ולא משתכחין...!
דוד שריפטליךדאס איז זיכער אז מאנסי איז נאך אלס דא די גרעסטע באפעלקערונג פון חסידישע בייקערס
ניין: איך מיין אז אין אנטווערפן זענען דא מער חסיד'ישע אידן (געווייקטע בעלזער חסידים) וועלכע פארן אויף בייקס. און אפילו מאטארסייקלס...!
אונז דזשאוק מיר אזוי ארום. און א יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט שארפזיניגע ווערטלעך אין פינטל אריין. אבער קיינער איז נאכנישט אויפגעקומען מיט קלארע סטאטיסטיקס (באזירט אויף אמת'דיגע רעפארטס) וועלכע זאללן ווייזן קלאר וועלכע פון די 2 גרויסע אידישע שטעט זענען גרעסער.
געוויסע אנדערע פותחי אשכול וואלטן שוין געמעקט תגובות. אדער לכה"פ געסטראשעט צו פארמעקן תגובות. אלס זייער רעכט און פריווילעגיע אלס שריפטשטעלער. לא אני הקטן. פארקערט. איך האב א הנאה אז מ'שמועסט ארום אויף א ברייטן פארנעם אלע זייטן פון א סאבדזשעקט. און אידן האבן הנאה. די ווערטלזאגערס (אונז ווייסן מיר ווער זיי זענען). און די אוידיענץ בכלל.
Re: וועלכע אידישע באפעלקערונג איז גרעסער? ב.פ. אדער מאנסי?
בערל ביסט צוקער זיס!!!!