☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"

מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15406

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 1:34 am

· #504063
מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"
היינט איז מענדל ראטה פון ארץ הקודש ארויס מיט א נייע סינגל/מוזיק ווידאו לך לך מבית אביך וואס רעדט זיך פון א בחור וואס האט געדארפט אוועק וואנדערן פון שטוב נאכן פארשיקט ווערן דורך זיין טאטע ווייל ער איז אביסל אנדערש פון זיין משפחה......
אזוי וואנדערנדיג טרעפט אים אן א מפיץ וואס גיבט א ספר וואס איז מסביר וויאזוי מען קען זיך דערהאלטן אין שווערע מצבים. ווייטער וואנדערנדיג אין וואלד מיט די גיטאר אויף די פלייצע קומט ער צו א יידישע פעסטיוואל וואו מען איז זיך מחזק יעדער איינער מיט זיין נקודה אין עבודת השם.

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 13, 2022 4:05 am

· #504066
נייס! ער קומט אריין שטארק.

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 9:39 am

· #504069
טאמבל סאס
נייס! ער קומט אריין שטארק.
ווער?

היסטאריע » מיטוואך יולי 13, 2022 10:25 am

· #504073
שוין

האט מען אויסגעמעקט מיין תגובה מיט דער לינק, און דא איז עס אויך נישט

שריפטליך, דו ביסט דער נייער מנהל?

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 13, 2022 10:27 am

· #504074
Re: מענדל ראטה נייע מוזיק ווידיאו "לך לך"
דוד שריפטליך
טאמבל סאס
נייס! ער קומט אריין שטארק.
ווער?
לך ולו

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 13, 2022 1:07 pm

· #504084
דוד שריפטליך
היינט איז מענדל ראטה פון ארץ הקודש ארויס מיט א נייע סינגל/מוזיק ווידאו לך לך מבית אביך וואס רעדט זיך פון א בחור וואס האט געדארפט אוועק וואנדערן פון שטוב נאכן פארשיקט ווערן דורך זיין טאטע ווייל ער איז אביסל אנדערש פון זיין משפחה......
אזוי וואנדערנדיג טרעפט אים אן א מפיץ וואס גיבט א ספר וואס איז מסביר וויאזוי מען קען זיך דערהאלטן אין שווערע מצבים. ווייטער וואנדערנדיג אין וואלד מיט די גיטאר אויף די פלייצע קומט ער צו א יידישע פעסטיוואל וואו מען איז זיך מחזק יעדער איינער מיט זיין נקודה אין עבודת השם.
ער גייט אין א סדר קודם איז דא ליבע דערנאך איז מען פארשיקט פונדערהיים לאמיר נאר ווארטן ביז סוועט זיין תולדת און דערנאך משפטים ....

יאסל ראקאווער » מיטוואך יולי 13, 2022 1:11 pm

· #504085
ווען מ'גייט אוועק גייט מען צוריק וועגס. שוין געווען משפטים. מ'לויפט אוועק פון די משפט און מ'גייט גלייך צו די תורה און ווען מען internalized עס איז עס די גאולה. פארשטייט זיך די יסורים בלייבט פאר אייביג.

סבא דבהתא » מיטוואך יולי 13, 2022 1:18 pm

· #504086
יאסל ראקאווער
ווען מ'גייט אוועק גייט מען צוריק וועגס. שוין געווען משפטים. מ'לויפט אוועק פון די משפט און מ'גייט גלייך צו די תורה און ווען מען internalized עס איז עס די גאולה. פארשטייט זיך די יסורים בלייבט פאר אייביג.
משפטים האב איך געמיינט טשיילד סאפארט/וויזיטינג רייטס קעיסעס

טאמבל סאס » מיטוואך יולי 13, 2022 3:01 pm

· #504090
מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

עולם הזה » מיטוואך יולי 13, 2022 6:14 pm

· #504099
לֶךְ-לְךָ

געקומען ווי א שטורעם א שווערע וועג
פינסטערע נעכט און שווערע טעג
ארויס פון טאטי'ס שטוב
ער זאגט ער האט דיך נישט ליב
און דיין הארץ עס בעהט און בעהט איך וויל אהיים

שפעט באנייכט צושאסען צו'מזיק'ט
מיטן רבין'ס תורות די ביסט זיך מחזק
ווי שלאף איך היינט ווייס איך נישט
מיין קאפ אזוי צומישט
און א קול פון הימל רעדט צו דיך מיט חן

לך לך מיין קינד מיין שלמה'לע
די פלאנצט יעצט אויף דיין אייגן בוימעלע
זאלסט וויסן מיין קינד
די שיינסט יעצט אויף אצינד
דיין לעכטל וועט נאך שיינען די גאנצע וועלט

לך לך מיין קינד מיין לעכטיגקייט
דיין גרויסע גאט האנט ביי האנט מיט דיך ער גייט
מיט ליבשאפט אן א שיעור
טראכט ער פון דיר
דאס וועג צו דיין הצלחה פאר דיך יעצט ער שטעלט

לך לך מבית אביך אל הארץ. ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
אפילו ווען די כאפסט נאך א זעץ און נאך א זעץ
ווי די פאלסט פאלסטו אין מיין האנט
לך לך מבית אביך אל הארץ. ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
והשיב לב אבות על בנים קומען וועט א טאג
און די וועסט נאך ווערן אויפגעשיינט

טייער טאטע לאמיר צו דיר שמועסן
איך ווייס אז פיל טרערן די טוסט גיסן
א דורכגאנג אזוי שווער, א טרער נאך א טרער
אבער איין זאך טוסטו נישט וויסן

א קינד טאר מען נישט ווארפן פונדערהיים
אפילו ווען עס שאקעלט זיך זיין ביים
ער זוכט זיין אייגן וועג, אמאל דויערט עס לאנגע טעג
א ברכה מיט ליבשאפט וואונטש איהם די אליין

...

לך לך אל בית אביך אל הארץ. שלמה קום צוריק צו אונזער האנט
אפילו ביסט אביסל אנדערש דאך ביסטו געשעצט
און ביי אונזער הארץ ביסטו באקאנט
לך לך אל בית אביך אל הארץ. דיין טאטי מאמי ווארטן אויף דיך היינט
והשיב לב אבות על בנים עס קומען שוין די טעג
ווי די וועסט שוין ווערן אויפגעשיינט.

דוד שריפטליך » מיטוואך יולי 13, 2022 10:40 pm

· #504110
היסטאריע
שוין

האט מען אויסגעמעקט מיין תגובה מיט דער לינק, און דא איז עס אויך נישט

שריפטליך, דו ביסט דער נייער מנהל?
ניין איך בין נישט מנהל און איך מעק אויך נישט אויס תגובות

Nanach » פרייטאג יולי 15, 2022 1:49 pm

· #504198
Wow wow wow

איך זעה גוט, די הויפט עקטער איז נתן פוקס? ווען איז אים געוואקסן זיינע שיינע לאנגע האר?
מענדל האט געמאכט א גוטע טשויס, נתי איז א צדיק פון א בחור.

דרך אגב נאר פאר מיך האט די ניגון צוטרייסעלט?! הערליך שיין. איך מיין אז אויף אזא ניגון קען מען זאגן, אז דאס איז די ניגון פונעם יאר.

לך לך » פרייטאג יולי 15, 2022 2:29 pm

· #504199
הערליךע ניגון!! (מיין ניק איז א נוגע בדבר 😃
נאר א שאד אז נתי פוקס זינגט נישט

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 15, 2022 5:02 pm

· #504202
איך בין מרוגש פון די קאמענטארן אויף יוטוב... איי וויפיל צעבראכענע נשמות טוען זיך אידענטיפיצירן דערמיט.

חדשים » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2022 8:37 am

· #508533
עס איז מיר געווען אינטערסאנט צו הערן די ניגון געשפילט אין איינע פון די גראסערי’ס אין קרית יואל...