עס ווענדט זיך ווי אזוי מ׳דעפינירט ״כלל״ אין די ספעציפישע קאנטעקסט - צי אלס ״אלע״ צי אלס ״רוב (רובו)״. לדוגמא, אין די משל אויב וואלט מען עס אויסגעשטעלט אלס ״אלע״, דאן וואו:
לאז ע = עסן
לאז ש = ווערט עווענטועל פארשימעלט
איז די ארגומענט דידאָקטיוולי:
∀x[עx ← שx]
{מיינענדיג אז פאר
אלע זאכן, אויב איז די זאך עסן דאן איז די זאך בע״כ עפעס וואס ווערט עווענטועל פארשימעלט}
דאן מוז דאך די
קאנטרעפּאזיטיוו פון דעם זיין פונקט אזוי אמת. ועפ״י
טרענספּאזישאן קומט דאס אויס צו:
~∃x[עx & ~שx]
{מיינענדיג עס עקזיסטירט נישט קיין זאך וואס די זאך איז סיי אן עסן און סיי עס ווערט נישט עווענטועל פארשימעלט}
אדער:
∀x[~שx ← ~עx]
{מיינענדיג אז פאר
אלע זאכן, אויב ווערט די זאך נישט עווענטועל פארשימעלט דאן איז די זאך נישט עסן}
פשוט׳ער (אין
סענטענשעל לאגיק אנע
קוואנטיפייערס) קען מען דאס באטראכטן אז די טענה איז כזה:
ע ← ש
{מיינענדיג אויב איז דאס עסן דאן ווערט דאס עווענטועל פארשימעלט}
וממילא עפ״י
טרענספּאזישאן צו איר
קאנטרעפּאזיטיוו איז דאס:
~ש ← ~ע
{מיינענדיג אז אויב ווערט דאס נישט פארשימעלט איז עס נישט עסן}
אבער אונז האבן דאך א קאַוּנטער-עקזעמפּל, האניג, וואס איז נישט אזוי. דאס באדייט אז די הנחה וואס דו שטעלסט אראפ פירט צו אַן אומריכטיגע און אבסורד מסקנא: עס איז אבסורד צו זאגן אז האניג וואס נערט איז נישט קיין עסן.
איז די מערסטע וואס מ׳קען זאגן אין דעם איז אז די הנחה, די ״כלל״, איז מעיקרא אלס געווען א מער שוואכע(רע) אינדאקטיוו סארט טענה/הנחה און אלס א ״רוב״, ווי איידער אלס אַן ״אלע״.
ועכ״כ האט מען אזוי פארשטאנען די לויזערע הבנה פון הגדרת ״כלל״ אין די קאנטעקסט, אז מ׳האט שוין אויף דעם אליין געמאכט א ״כלל״; און די הבנה פון הגדרת ״כלל״ אין דעם קאנטעקסט קען טאקע ראטעווען פון א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס דערין. והיינו:
עס איז דא א כלל, אז יעדעס כלל האט א יוצא מן הכלל.
דאס פירט אבער כידוע אריין אין צו א סעלף-רעפערענשאל פּאראדאקס, ווייל די יוצא מן הכלל פון אט דעם כלל איז א כלל וואס האט נישט קיין יוצא מן הכלל… מ׳האט דאך אבער געזאגט אז יעדעס כלל האט א יוצא מן הכלל. נאר אט דאס איז די כוונה: ״כלל״ אין דעם קאנטעקסט מיינט ״רוב״, מ׳מיינט נישט ״יעדעס״, און עס קען טאקע זיין איינס פון די פילצאליגע ״כללים״ וואס וועט פונקט יא באקראי מיינען ״אלע״ - אויף דעם אליין זאג איך נאר ״רוב״. אדער אז די ״כלל״ איבער יוצאי מן הכלל מיינט יא ״אלע״, אבער די ״כללים״ וואס זי רעדט איבער מיינען ״רוב״ (ואולי באנו בזה צו א פראבלעם אינעם געזעץ פון אידענטיטעט).