☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

נייע סאטמארע מוסד אין לינדען

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15400

פרנס החודש » זונטאג יולי 10, 2022 2:53 pm

· #503930
נייע סאטמארע מוסד אין לינדען
אויף קומענדיגעס יאר עפנט סאטמאר מהר״א א מוסד אין לינדען. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר קהילת מהר״א וויבאלד עס גייט זיין די ערשטע שטאט ווי זיי האבן א מוסד אבער נישט מהרז״ל, ווידעראום אין לעיקוואד און בלומינגבורג איז כהיום נאר דא מוסדות מהר״יי. דאס וועט שטארק צו העלפן קהילת מהר״א אויך געזען צו ווערן אלס ״אויטענטישע סאטמאר״.

פרנס החודש » זונטאג יולי 10, 2022 2:54 pm

· #503931
Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען
📎 IMG_0154.jpg

קרעפלעך » זונטאג יולי 10, 2022 3:07 pm

· #503932
דאס קוקט ענדערש אויס ווי מהר''יי

פרנס החודש » זונטאג יולי 10, 2022 4:20 pm

· #503936
Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען
ביזדערווייל איז נאכנישט דא קיין מוסד וואס פירט זיך מיט די יסודות פונעם רבין זכרונו לברכה

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2022 6:27 pm

· #503940
קרעפלעך
דאס קוקט ענדערש אויס ווי מהר''יי
ס'קוקט אויס. אבער ס'איז נישט...!

signout » זונטאג יולי 10, 2022 6:27 pm

· #503941
פרנס החודש
אויף קומענדיגעס יאר עפנט סאטמאר מהר״א א מוסד אין לינדען. דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר קהילת מהר״א וויבאלד עס גייט זיין די ערשטע שטאט ווי זיי האבן א מוסד אבער נישט מהרז״ל, ווידעראום אין לעיקוואד און בלומינגבורג איז כהיום נאר דא מוסדות מהר״יי. דאס וועט שטארק צו העלפן קהילת מהר״א אויך געזען צו ווערן אלס ״אויטענטישע סאטמאר״.
נערישע הגדרה, מהר''א איז טאקע נישט געזעהן אלס אויטענטישע סאטמאר ווייל ער האט נישט קיין חדר אין בלומינבורג....(גראדע אין מאנסי האט מהרז''ל אויך נישט קיין מוסד, די וואס מענטשן וואס ער האט דארט שיקן ביי מהרח''ש, תורך אמך, ליזענסק אדער אין יטב לב חדר)

berlbalaguleh » זונטאג יולי 10, 2022 6:30 pm

· #503942
ייטב לב איז בני יואל...!

מיליאנער » זונטאג יולי 10, 2022 6:41 pm

· #503944
א איבערוויגענדע מיאריטעט דארט איז ארוינים, מהר''א שטיפט שטארק זיינע חסידים וואס פרעגן אים, אהינצוגיין, די סאטמארע רב הרב סופר איז א חסיד מהר''א, און אברהם בראך - וואס האט אינוועסטמענטס אין די געגנט - האט זיך אריינגעלייגט אין גרינדן דעם מוסד.

קלוגע יודל » מאנטאג יולי 11, 2022 5:58 pm

· #503992
אויטענטיש סאטמאר! א נייע דערהער

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 11, 2022 6:55 pm

· #503995
קלוגע יודל: ארוינים, זאלונים, בני יאסל,בני רעבעצין, און בני יואל איז שוין (דערווייל) דא. יעצט קומט א נייע קאטעגאריע... אויטענטיש/אריגינאל סאטמאר...!

פרנס החודש » מאנטאג יולי 11, 2022 7:31 pm

· #503998
Re: נייע סאטמארע מוסד אין לינדען
איך מיין אז די אויטענטישע סאטמאר דארף צו רעדן אונגאריש, נישט יודיש[emoji21][emoji21][emoji21]