עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #154
עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
מאנכע אירע זענען מומחים וויאזוי זיך אויפצופירן אין מקוה. זיי קומען אריין, מאכן קיינעם נישט אומבאקוועם, זענען רואיג מיט די גאנצע מהלך - און די ס"ה איז אז די גאנצע מקוה עקספיריענס איז ביי זיי ממש א מחיה. ווידעראמאל איז דא מאנכע מענטשן וואס יעדעס מאל זיי קומען אריין אין מקוה ווערט א מהומה. דא שטופט ער אוועק זיין חבר'ס וועש, דא רוקט ער זיך אריין ביי יענעם אין די שויער, און דאס אלץ איז נאר אויב ער האט נאך נישט באוויזן זיך צו פארפאטשקען מיט די פארבלאטיגטע שטיוול וואס אלע שכנים דארפן דערפין זיך אפזייפן.
אודה ולא אבוש, אז נישט אלעמאל געלונגט מיר צו זיין פון די ערשטע כת - איז דאנק צו גאט דא אז איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט מורנו ר' גוגל, האב איך גע'גוגל'ט דער נושא און אט האב איך מיר אפירגעקראצט א פילע סעט פון הלכות וואס דוכט זיך מיר אז דאס איז פאסיג פאר א מקוה אויך.
<a class="postlink" href="http://www.askmen.com/sports/bodybuilding_200/232_fitness_tip.html">http://www.askmen.com/sports/bodybuildi ... s_tip.html</a>
[זהירות - אין דעם געלינקטן וועבזייטל איז כדאי צו פארלעשן אין די בראוזער די אפשען פון קענען זען בילדער, דען וועט איר הנאה האבן פון די אינפארמאציע בתכלית ההידור]
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
עטיקעט איז וויכטיג, אבער נאך וויכטיגער איז ערנסטע הלכה פראבלעמען וואס טייל יודן פאלן דערין מדי יום ביומו.
למשל - דיע יודן וואס באדעקן זיך מיטן האנטעך ממש ביזן מקוה אויף'ן וועג אראפ און ארויף. דאס איז אן ערנסטע מכשול און איך האב שוין מעורר געווען כמה יודן אויף דעם. ס'איז א בפירוש'ע הלכה אז מ'טאר נישט! דאס נעמט זיך פון אזעלכע גוי'יישע מקורות ווי דעם וועבזייטל וואס "גוגל" האט אנגעוויזן! איך געדענק זעענדיק ערענסטע תלמידי חכמים וואס האבן גענצליך נישט גערירט די האנטיכער פון די פלאץ ווי זיי האלטן די וועש!
נאך א וויכטיגע ענין וואס איך פיל אז מ'דארף מעורר זיין דעם עולם, איז דעם ענין פון זייף און שעמפו. בפרט איז דאס נפוץ אין בארא פארק. זייענדיק אין בארא פארק דעם שבת האב איך באמערקט עפעס א בחור'ל גייט צי צו דעם שאפע ווי דער עולם לאזט איבער די שעמפו, און א צווייטער נעמט זיך עם באשייגעצן! א רחמנות אויף דעם בחור'ל! לולי דמסתפינא וואלט איך דעם שרייער אראפ געלאזט צוויי פראסקעס! הלמאי דאס באשרייען אן אומשולדיק קינד? דער וואס לאזט איבער שעמפו אן א נאמען לאזט דאס בפירוש איבער ליהנות בהם בני אדם! וואס שטעלסטו יענעם אויס פאר א רשע! דאס בעסטע וואלט טאקע געווען אזוי ווי די עולם טוט נארמאל אין וויליאמסבורג אז מ'ברענגט בכלל נישט אריין קיין שעמפו אין מקוה!
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
צוויי שעה פארן זמן פעלט נאר איין זאך אין מקוה... אביסל onion soup mix צוזאמען מיט די האריגע לאקשן מיט שוועמלעך, אההה...
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
שלמה_דיין דיע יודן וואס באדעקן זיך מיטן האנטעך ממש ביזן מקוה אויף'ן וועג אראפ און ארויף. דאס איז אן ערנסטע מכשול און איך האב שוין מעורר געווען כמה יודן אויף דעם. ס'איז א בפירוש'ע הלכה אז מ'טאר נישט! דאס נעמט זיך פון אזעלכע גוי'יישע מקורות ווי דעם וועבזייטל וואס "גוגל" האט אנגעוויזן! איך געדענק זעענדיק ערענסטע תלמידי חכמים וואס האבן גענצליך נישט גערירט די האנטיכער פון די פלאץ ווי זיי האלטן די וועש!
וואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
דו רעדסט פון נוצן יענעמס שעמפו, איך האב געמיינט אז דו גיייסט רעדן פון נוצן שעמפו בכלל, איך מיין אז דאס גאנצע משוגעת אז בחור'לעך האבן זיך אויסגעלערנט (אדער מ'האט זיי אויסגעלערענט) זיך צו זייפן מיט שמעקעדיגע זייף און שעמפו אזוי ווי די ווייבער שול, איז א גרויסע עוולה. גיי רעד מיט עלטערע חסידישע אידן, און פרעג זיי ווי א מקוה גיין פון א חסידישן בחור האט אויסגעזעהן, נישט אינדערהיים אין אייראפע, נאר אינדערהיים אין וויליאמסבורג, ביז בערך א צוואנציג פינף און צוואנציג יאר צוריק.
נאר דאס גייט שוין מיט מיט דעם גאנצן ירידת האידישקייט אין די לעצטערע יארן.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
Starbucksצוויי שעה פארן זמן פעלט נאר איין זאך אין מקוה,,, אביסל onion soup mix צוזאמען מיט די האריגע לאקשן מיט שוועמלעך אההה
באנונז האט מען זיך געפירט אויך אריינצולייגען בעבלאך.
שמואל שלום שלמהוואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?
גמרא שבת מא. האמר ר' אבא אמר רב הונא אמר רב כל המניח ידיו כנגד פניו של מטה כאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו
פירש רש"י: כי נחית - לנהר פניו כלפי הנהר ואין כאן משום צניעות אסור לכסותו. כי סליק - ופניו כלפי העם מותר משום צניעות.
משנה ברורה סימן ב': וכן בבית המרחץ שדרכן של בני אדם לילך שם ערמים ואי אפשר בענין אחר אין בזה משום פריצות וכן כשרוחץ בנהר הדין כן, רק יזהר לפשוט וללבוש סמוך לנהר כל מה שאפשר... ואפילו ערותו אין צריך לכסות בירידתו לנהר ולא עוד אלא שהמכסה נראה כאילו הוא בוש בדבר וכאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו אך בעליתו מן הנהר שפניו כלפי העם ישחה או ישים ידו כנגד ערותו לכסותה ובלבד שלא יגע בה.
הדד בן בדדדו רעדסט פון נוצן יענעמס שעמפו, איך האב געמיינט אז דו גיייסט רעדן פון נוצן שעמפו בכלל, איך מיין אז דאס גאנצע משוגעת אז בחור'לעך האבן זיך אויסגעלערנט (אדער מ'האט זיי אויסגעלערענט) זיך צו זייפן מיט שמעקעדיגע זייף און שעמפו אזוי ווי די ווייבער שול, איז א גרויסע עוולה. גיי רעד מיט עלטערע חסידישע אידן, און פרעג זיי ווי א מקוה גיין פון א חסידישן בחור האט אויסגעזעהן, נישט אינדערהיים אין אייראפע, נאר אינדערהיים אין וויליאמסבורג, ביז בערך א צוואנציג פינף און צוואנציג יאר צוריק.
נאר דאס גייט שוין מיט מיט דעם גאנצן ירידת האידישקייט אין די לעצטערע יארן.
יא, ליידער ליידער ווערט פארגעסען לעצטענס די מצווה פון "ותשקצו את נפשותיכם" וואס פארשטייט זיך איז א מצות עשה שהזמן גרמא וואס פרויען זענען נישט מצווה געווארן אויף דעם.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, אז מען וואשט זיך מיט געהעריגע זייף איז מען משקץ איינעם? אויף מקיים צו זיין בל תשקצו מוז מען שטיין אין שאוער פאר גאנצע אכט מינוט און זיך זייפן מיט שמעקעדיגע זייף, שאמפו, קאנדישאנער, און פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס נאך די מקוה, חלילה עס זאל בלייבן א טראפל פון די עקלדיגע פארשטינקענע מקוה וואסער אויף דעם בחור'לס שמעקעדיגע לייב.
דו מי עי פעיווער. די אלע חסיד'ישע אידן וואס איך קען שטינקען נישט ב"ה, און זיי זייפן זיך כדת וכדין מיט געהעריגע זייף, פארן אריינגיין אין מקוה, און פערטיג.
און נאכאמאל, עס איז מיאוס אז בחור'לעך וואשן זיך ווי נשים, און נאך מיאוס'ער איז אז מען האט זיי אויסגעלערנט צו גיין קודם אין מקוה און נאכדעם אין שאוער. איך געדענק אפאר אידן פון פריערדיגן דור וואס פלעגן גיין אין מקוה פארן שאוער און נאכן שאוער, היינט מאכט מען פארקערט, מען גיין אין שאוער פארן מקוה און נאכן מקוה.
עולם הפוך ראיתי.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
איך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, בפרט ביי מענטשן וועלכע ליידן פון סארייעסיס אדער עקזעמא און רעש'עס וכדו', אבער סתם אזוי איז עס א גרויסע עוולה.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
הדד בן בדדאון נאכאמאל, עס איז מיאוס אז בחור'לעך וואשן זיך ווי נשים, און נאך מיאוס'ער איז אז מען האט זיי אויסגעלערנט צו גיין קודם אין מקוה און נאכדעם אין שאוער. איך געדענק אפאר אידן פון פריעדריגן דור וואס פלעגן גיין אין מקוה פארן שאוער און נאכן שאוער, היינט מאכט מען פארקערט, מען גיין אין שאוער פארן מקוה און נאכן מקוה
עולם הפוך ראיתי.
וואס מיינט וואשן זיך ווי נשים? מיינסט אפשר חפיפה?
זיך צו וואשן יעדן טאג איז א נייע זאך ביי (די עקעלדיגע) גויים פונקט ווי ביי יודן, אמאל איז נקיות און די ריח פון שווייס נישט געווען קיין עסק, היינטיגע צייטן איז דער סטאנדארד זיך צו וואשן מיט וואס דו רופסט "שמעקעדיגע" זייף א יעדן טאג. וואס מ'בענקט זיך אזוי צום פריערדיגן דור פארשטיי איך נישט, כאפט א שמועס מיט א יוד פון אלטן היים וועסטו זען אז היינט שטייען מיר אסאך בעסער ווי אמאל.
טאמער גלוסט דיר אזוי דעם גאלדענעם אמאל קענסט זיך גיין אונטערווישן מיט שטיינער אין אריין שפייען אין טלית ווען ס'קומט דיר ארויף אינמיטן שמו"ע.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פינטאואיך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
ס'איז דא א רמ"א אויף וואס זיך צו פארלאזן (כ'געדענק יעצט נישט וואו פונקטליך)
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום פראבלעם צו גיין אין שאוער נאכן מקוה.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
אויב קומסטו מיט עפ"י הלכה, וויל איך דיר מודיע זיין אז עפ"י הלכה דארף מען בכלל נישט גיין אין מקוה יעדן טאג.
נאר וואס דען? חסידישע אידן האבן זיך געפירט אז יא.
דאס זעלבע לגבי גיין אין שויער נאכן מקוה איז טאקע נישט קיין הלכה אז מ'טאר נישט, אבער עס ווערט געברענגט אין די ספרי הלכה (עיין ליקוטי מהרי"ח ועוד ועוד) אז ס'איז בעסער צו גיין פארדעם.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
משה בערפינטאואיך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
כ'האב נישט געפרעגט קיינעם. דער דאקטאר האט מיך אזוי געראטן, נאכ'ן זיך אפרעדן צו אים איבער אויסשלאגן אויף די פיס.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פינטאומשה בערפינטאואיך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
כ'האב נישט געפרעגט קיינעם. דער דאקטאר האט מיך אזוי געראטן, נאכ'ן זיך אפרעדן צו אים איבער אויסשלאגן אויף די פיס.
דער בעש"ט נעמט דאך אחריות
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע, ווי נשים מיין איך זיך אנשמעקן און אנשטינקען מיט אלע שמירעכצער, שאמפוס און שמעקעדיגע זייפן, כ'אב שוין גאזאגט אפאר מאל, מען קען זיך וואשן מיט געהעריגע זייף, יעדן טאג, פארן מקוה, עס דארף נישט געדויערן מער ווי צוויי מינוט, און ניין, מען מוז נישט מאכן חפיפה און זיך זייפן פאר כ'ווייסנישווילאנג. יא, עס איז מיאוס. איך בענק זיך דוקא יא נאכן אמאל, מיר שטייען היינט אזוי ווייט און אזויפיל שוואכער ווי אמאל, אז געפילטע פיש מיינט נעבאך אז מיר שטייען בעסער, דאס אליינס ווייזט אויף דעם בראך.
איך רעד נישט פון איינעם וואס האט אויסשלאגן. און אפילו דאן איז גענוג אז מען שווענקט זיך אפ. אבער סתם אזוי איז עס זייער נישט שיין. אן אריינגיין אין הלכה, איך רעד פון א אידישע, און א חסיד'ישע געפיל (פאר ווער עס ווייסט בכלל וואס עס מיינט, און ווער נישט, זענען מיינע תגובות אינגאנצן נישט געוואנדן צו אים, ער האט נאך אסאאאאאך צו לערנען פארן אנהויבן אפילו פארשטיין וואס איך רעד)
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
אין ספה"ק יסוד ושורש העבודה אין די מאמרים אויף ערב שב"ק שרייבט ער אז מען זאל נעמען דעם שויער נאכן זיך טובל זיין אין מקוה.
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
How about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
kitovHow about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דיין אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגן אידישע נעזער? דו אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט די וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פורים אויפדערנאכט, זעה איך אין שוהל ווי צענדליגע מקוה-האנטוכער ווערן געניצט מקנח צו זיין די שתיה גסה פון א שיכור וואס זיין פנימיות האט דאס שוין נישט געקענט דערהאלטן, שבירת הכלים, בקיצור.
א טאג שפעטער, ערב שבת קודש, זענען די זעלבע האנטוכער גענוצט געווארן ביי מקוה נוצער לספוג לכבוד שבת קודש.
האב איך געטייטשט אויפן פלאץ: מצוה גוררת מצוה.
אבער באמת'ן אריין איז דאס א גרויל און א עקל, חוסר אחריות.
וכל הכבוד לאלו שאינם משתמשים במקוה כי אם ביום א' סליחות ווייל זיי ווילן שרייבן א אות אין די ספר תורה....
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע פישkitovHow about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דייו אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגען ידישע נעזער? די אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט דעי וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!
Thats why i Called them IMfarsheymte, and not Farsheymte
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
אויב אזוי, גוט אז די בעלזא יושבים זענען פארגאנגענהייט.
אין שלחן ערוך הלכות סעודה זעהט מען דאך קלאר די גרויסע איסור פון איבערגעבען פאר א צווייטען א כוס וואס מ'האט געטרינקען
געפילטע פישkitovHow about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דייו אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגען ידישע נעזער? די אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט דעי וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!
אז מ׳רעדט פון קט׳ן אין די מקוה,
ליין וואס טוט זיך אין סווימינג פולס, ס׳כאפט א שוידער.
John doe
די לינק האט יידל שוין געברענגט אין א אנדערע אשכול.
די ענין פון מקוה עטיקעט איז שוין לאנג א פארווייטאגטע ענין ביי מיר.
לאמיר נעמען צווי אנדערע מענטשען לדוגמה שמערל און בערל (נישט פון די מעלות)
בערל קומט אריין און מקוה גייט צו צו די האנטעכער נעמט ארויס דעם ערשטען האנטוך וואס ער געפינט און גייט שטיל ארום דער מקוה צו טרעפן א מקום מנוחה ווי ער קען זיך באקוועם אנטאן און אויסטאן, נאכער אכטונג געבענדיג בכבוד ובממון פון דעם אנדערן איד וואס האט זיך קובע מקום געווען אינעם דערנעבעניגן מקום נעבן זיך הענגט ער אויף זיינע בגדים אויף א ליידיגער הענגער, ביז צען מאמענטען איז ער אינדרויסן פון מקוה און קיינער ווייסט ניטאמאל אז ער איז דארט געווען.
דער שמערל איז שוין צוויי שעה וואס ער דרייט זיך און די האלל פון בית מדרש שלינג שלאנג שוין גערייכערט א האלבן פושקה ציגערעטלעך און די בית הכסה פון בית מדרש, קומט אריין און מקוה מיט א שטורם ער דארף דאך נאך כאפן חצות, נאכן דורך שמעקן א דאזען האנטעכער צו זעהן צו עס איז דא א האנטוך וואס עס פאסט צו זיין ריינע קאליבער שטעלט ער זיך צו צים ערשטען מקום וואס ער טרעפט אן, אראפטראסקענדיג דעם שכן׳ס וועש אויף די באנק (און מקצת אויפן ערד) איז ער זיך קובע מקום אויף נישט ווייניגער ווי פיר הענגערס ווען יעדער פון די אינטערוועש גייט אויף א באזונדערע הענגער, קומט ער שוין ענדליך אן און מקוה מאכט ער זיכער אריינצוגיין פון די זייט ווי עס שטייט ״ארויס״ און דא פאנגט זיך אן די ש״י טבילות ווען ארום און ארום שפריצט וואסער אזש אז אלע ארימיגע מקוה טובלערס פילען זיך ווי און א וואטער פארק, דערנאך לויפט ער צום שויער ווען אויפן וועג טרעפט א שעמפא דאס וועג אריין און זיינע הענט (חס וחלילה געגאנבעט פשוט געבארגט) עס פליסט זייף אויף אלע זייטן, עפעס א קליינקייט צו מזכה זיין אידן מיט זייף א בחינה פון א פרייע קאר וואש, דערנאך בלאזט מען זיך די נאז מיט די הענט אזוי אז דער אלטער איד וואס הערט שוין נישט אזוי גיט פרעגט זיין שכן זייט ווען פארן דא אריבער באנען? ענדליך א דריי פערטל שעה נאך חצות שפאנט שמערל ארויס פון די מקוה מיט א זויערן פנים וואשט ער זיך די הענט שווענקט זיך אויס דאס מויל פון טעפל און ווישט זיך אפ דאס פנים מיט די פובליק האנטוך....
קאמענטארן זענען איבריג.
יעדער מיין איך האט דעם שמערל שוין געטראפן...
געפילטע פיששמואל שלום שלמהוואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?
גמרא שבת מא. האמר ר' אבא אמר רב הונא אמר רב כל המניח ידיו כנגד פניו של מטה כאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו
פירש רש"י: כי נחית - לנהר פניו כלפי הנהר ואין כאן משום צניעות אסור לכסותו. כי סליק - ופניו כלפי העם מותר משום צניעות.
משנה ברורה סימן ב': וכן בבית המרחץ שדרכן של בני אדם לילך שם ערמים ואי אפשר בענין אחר אין בזה משום פריצות וכן כשרוחץ בנהר הדין כן, רק יזהר לפשוט וללבוש סמוך לנהר כל מה שאפשר... ואפילו ערותו אין צריך לכסות בירידתו לנהר ולא עוד אלא שהמכסה נראה כאילו הוא בוש בדבר וכאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו אך בעליתו מן הנהר שפניו כלפי העם ישחה או ישים ידו כנגד ערותו לכסותה ובלבד שלא יגע בה.
אנטשולדיג אבער ווי איך פארשטיי פונעם משנה ברורה איז עס יא א הידור זיך צוצודעקן, בפרט ווען מען רעדט פון א האנטוך וואס דעס באדעקט אסאך מער ווי נאר די ערוה אליין איז עס זעכער א הידור
smartאנטשולדיג אבער ווי איך פארשטיי פונעם משנה ברורה איז עס יא א הידור זיך צוצודעקן, בפרט ווען מען רעדט פון א האנטוך וואס דעס באדעקט אסאך מער ווי נאר די ערוה אליין איז עס זעכער א הידור
זעט אויס אז פארן משנה ברורה איז נישט איינגעפאלן אז מ'קען ניצן א גרעסערע האנטוך.
איך האב געהערט אז אין סקווירא נוצט מען גאר קליינע האנטוכער (מנשה איז עס אמת?)
אין קרית יואל, אין די גרויסע בית המדרש, אין מקוה, האב איך געזעהן ליגט נעבן די שאוערס קליינע האנטוכלעך מיט וואס זיך צו וואשן די גוף. מען נוצט עס ווי א wash cloth
יידלע"פ הלכה איז נישטא קיין שום פראבלעם צו גיין אין שאוער נאכן מקוה.
ס'איז אבער
יא דא א שאלה על פי התורה נישט צו גיין אין שאוער פאר מען גייט אין מקווה. בל תשקצו.
אין די מקוה אליין שבת צופרי למשל איז נישט בל תשקצו?
העי נאואין די מקוה אליין שבת צופרי למשל איז נישט בל תשקצו?
ס'ווענדט זיך וואו. אז רוב מענטשן גייען פרייטיג און אנדערע טעג ערשט אין שויער, און נישט זיך סתם אפלעקן, ווי הדד בן בדד וואלט געוואלט, נאר זיך גוט ארומוואשן, איז נישט דא קיין בל תשקצו. נאר אויב איינער גייט נישט צוערשט אין שויער, צוליב כניאקישקייט אדער ווייל ער האלט אז די מקוה איז זיין גארבידזש קען וואו ער לאזט איבער זיין שמוץ און דזשערמס פאר א צווייטן, איז עס מער ווי בל תשקצו. מען קען ח"ו כאפן אלערליי קרענק ווי פאנגאס און סעליולייטיס און נאך ערגערס. 😳
נעם אזא מקוה ווי אין ראדני ארום צען אזייגער שבת צופרי קודם די קאליר פון די וואסער איז ברוינער פונעם איסט ריווער סוער נאכדעם סשווימען דארט ארום אזעלעכע אינזלען פול מיט אלע מין סארט די ענט עי. איך וויל נישט אויס רעכענען פינקטלעך וואס סליגט דארט וואל מוועט עס אויסמעקן. בקיצור זאג מיר נישט אז אזא מין מקווה גייט נישט אריין אין די גדר פון בל תשקצו.
איך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"
ס'איז דא א קעמיקאל צו קויפן וואס טוישט די השתנה קאליר צו שארף רויט, ס'איז בושות אויב איינער פארגעסט זיך, מ'ניצט עס אין אסאך פאבליק שווים באסיינען.
גאלדאיך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... 😂 😳
berlbalagulehגאלדאיך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"
דאס דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב געהערט אלס יונגל. (לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך). אין א רעביש'ן הויף איז געגנב'ט געווארן א טייערער זילבערנער בעכער. מען האט נישט געוואוסט ווער דער גנב איז. האט מען אויסגערופן בשם דעם רבי. אז א יעדער וואס איז דארט געווען אין יענע צייט מוז זיך שטעלן אין א ליין און מ'וועט ברענגען א האן און א יעדער מוז געבן א גלעט פאר'ן האן און ווען דער גנב וועט איהם געבן א גלעט וועט דער האן קרייען. מ'האט פארמאכט די לייט אין צימער. (זעט אויס ס'איז שוין געווען לעקטער אין יענע צייטן). און ווען מען האט אנגעצינדן די לייט און א יעדער האט אויפגעהויבן די הענט האט מען געזעהן אלע האבן שווארצע הענט און איין האנט איז געבליבן ווייס... 😂 😳
יש מקשים. צו האט דען דער רבי נישט געקענט אויסגעפונען מיט רוח הקודש ווער ס'איז דער גנב. אבער דאס איז אפיקורסות.
[ציטאט אראפגענומען]
מ'סתם א סאברע, ס'א פרענקישע מנהג, פעך.
[ציטאט אראפגענומען]
גיי כאפ אמאל א בליק אין אר״י וואספארא עבודה די פרענקינען לייגן אריין אין זייער שויער, א זעקל בערשטלעך, קראצערס, רייבערס, נעגל שניידערס, ציין בערשטלעך, זייפס, שעמפויס, (פארשטייט זיך אלעס בטעם תות בננה...).
מען קומט ארויס אפגעשוירט און פריש, מען נעמט די אלטע גאטשעס מען שאקעלט עס צו אלע פיר זייטן מען פארטרייבט די בייזע רוחות... און יאלא... צוריק צום אלטן...
[ציטאט אראפגענומען]
א האמלעס? 😁
היינט זעה איך א אינגערמאו קאטענט אין שויער. ערר האט געמיינט קיינער איז נישט דארט.
בין יאך צוגעגאנגען און אים געזאגט גוט גוט, בעסער דא ווי אין מקוה.
פעך פאר דער וואס האט עס געטון, און פעך פאר דער וואס קוקט.
אמאל האב איך געכאפט א גליטש אין שויער, ווארשיינליך אויף די צואת האף (ר"ץ בלע"ז) פון איינעם וואס האט זיך אויסגעבלאזען אלדאס בייזעס פון די נאז אויף די שויער פאדלאגע ארויף.. צו ווייסט ער נישט אז ס'זענען פארהאן טישוס פאר דעם ציל? דארפען זיך אומשולדיגע גליטשן אויף זיין אפפאל?
נארמאל דארף די וואסער דאס אפשווענקען.
ערגער פון דעם איז נאך די וואס בלאזן אריין אין די מקוה האנטוכער וואס איז א רשות הרבים.
ועל כגון דא אמרו "פעך".
גאלדאיך ווייס א מעשה שהי' א מקוה האט געליטן פון א אנשיקעניש פון מי רגליים און די מקוה, האבן זיי איין טאג אויסגעהאנגען א צעטיל ווי פאלגענד:
דער מקוה איז אויסגעשטאט מיט א מאשינקע אז ווען איינער איז משתין אין דעם בור צינדט זיך אן א הויכער פייפער,
נאך יענעם טאג קומט ארויס א בחור פונעם בור אין שרייט אויס זיגרייך: "עטס זעהט עס האט נישט געפיפן!"
מיר דערמאנט עס אן אנדער מעשה ביי הרה"ק מסאטמאר אין בעיקערטאון רד. האט געהאגן א צעטיל בזה"ל
אין להשתין כאן ואם השתין יצא פשט דערפון איז געווען בשעת מ'האט געווארט ארייןצוגיין אל הקדש פנימה האט דער עולם גע'קטן'ט אינדרויסען אינעם גאראדזש האט דער שרייבער (געמיינט צו) זאגן וועם מטרעפט ביי די מעשה הקטנות וועט מען ארויסווארפן פונעם שטוב והמבין יבין
אינעס היינטיגע 'די קלאסיפייד' אין וומ"ס, זעט אויס אז עס האט שוין פאר איימיצן איבערגערינען ס'געדולט, און ער האט ארויסגענומען איטליכע דאלאר פון טאש און נאכדערצו אויפ'ן כ'מעט אויבן אהן, צו מעלדן זיין אויפברויז: ואהבת לרעך כמוך: ברענגט נישט אריין אייער שמיטץ שוויטץ קרענק אין מקוה, נעמט פארדעם א שויער עד כאן האויספלאטצץ.
ער ווייסט זעהט אויס נישט, אז אלעס ווערט בטל בשישים, וכדין מקוה המטהר בארבעים סאה.
דעינעשאינעס היינטיגע 'די קלאסיפייד' אין וומ"ס, זעט אויס אז עס האט שוין פאר איימיצן איבערגערינען ס'געדולט, און ער האט ארויסגענומען איטליכע דאלאר פון טאש און נאכדערצו אויפ'ן כ'מעט אויבן אהן, צו מעלדן זיין אויפברויז: ואהבת לרעך כמוך: ברענגט נישט אריין אייער שמיטץ שוויטץ קרענק אין מקוה, נעמט פארדעם א שויער עד כאן האויספלאטצץ.
ער ווייסט זעהט אויס נישט, אז אלעס ווערט בטל בשישים, וכדין מקוה המטהר בארבעים סאה.
מין הסתם גייט יענער און מקוה און ראדני