☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » די פטירה פון פני מנחם - וואס איז דארט געווען?

די פטירה פון פני מנחם - וואס איז דארט געווען?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15397

מאן » דאנערשטאג יולי 7, 2022 8:05 pm

· #503822
די פטירה פון פני מנחם - וואס איז דארט געווען?
קען זיין אז די קעפל איז פארפירעריש, קען זיין אז עס הערט זיך ווי א בלבול, איך רעד נישט אריין דערין און איך בין מסופק צי איך טוה ריכטיג.

לעצטנס הערט מען מער און מער, אז איבער די פטירה פון פני מנחם איז די מעשה נישט אזוי פשוט. דער עו"ד פון אנשי ר' שאול, שלמה אלבום, האט לעצטנס מרמז געווען אין א דאקיומענט, אז דער פני מנחם איז נסתלק געווארן באופן חשוד. אזוי אויך דרייט זיך שוין לאנג ארום אזעלכע שמועות, און רמזים אויף פאשקעווילן וכדו'. ווען איך האב עס איבערגעזאגט פאר א חשוב'ער רב אין אר"י, א קלוגער איד, האט ער זיך אויסגעדריקט: "אוי וויי, דאס וואס איך האלט שוין אין בויך צוואנציג יאר, גייט יעצט ארויסקומען פאר די גאס?" - ער זאגט אז ער האלט אלעמאל אזוי חושד געווען, אבער קיינמאל נישט געוואלט דאס אויפברענגען על דל שפתיו.

ס'איז שווער צו גלויבן אז ס'זאל זיין עפעס אמת דערין, לא נחשדו חסידי'שע אידן על כך. איך פערזענליך איז נוטה נישט צו גלויבן דערין, אבער ווי דען - אויב נישט אין קאווע שטיבל - איז די ריכטיגע ארט אויסצושמועסן די ענינים ארום דעם.

צופירט אייך דעם פעדער....

סבא דבהתא » דאנערשטאג יולי 7, 2022 10:41 pm

· #503847
נמחק

היסטאריע » דאנערשטאג יולי 7, 2022 11:43 pm

· #503856
גאר שיינע שפעקילאציעס.
ר' שאול האט געמוזט נישט האבן אין אהנונג, ווען יא מאכט ער גלייך שבת פאר זיך.

Chasidishmashpia » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:13 pm

· #506955
ווער קען וויסען? עלה סערה השמימה באופן פתאומי בחטף....

Chasidishmashpia » זונטאג אוגוסט 21, 2022 6:14 pm

· #506956
Chasidishmashpia
ווער קען וויסען? עלה סערה השמימה באופן פתאומי בחטף....
*בסערה

אברך משי » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:11 pm

· #507002
פילייכט קען איינער אפשר צוצייכענען עטוואס פון די דאזיגע דעקומענטן און רמזים וואס ווערן דערמאנט אין דעם שמועס?

נשמע הזוי קצת

כפתור » זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:35 pm

· #507005
מאן
לעצטנס הערט מען מער און מער, אז איבער די פטירה פון פני מנחם איז די מעשה נישט אזוי פשוט. דער עו"ד פון אנשי ר' שאול, שלמה אלבום, האט לעצטנס מרמז געווען אין א דאקיומענט
וואס האט ער פון סתם מרמז זיין. דאכצעך אז און א קארט פארשטייט מען נישט קיין רמזים. אריין אדער ארויס

צדיק נשגב » מאנטאג אוגוסט 22, 2022 7:55 pm

· #507073
איך פרעזענליך גלייב עס נישט..
📎 החקירה220531152520220531152614220531152631_220531_152651.pdf

Chasidishmashpia » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:00 am

· #507118
צדיק נשגב
איך פרעזענליך גלייב עס נישט..
שרעקעדיגע שאלות... (דער שרייבער האט געוואטשט צופיל מאוויס) , בכל אופן אויב איז דאס אמת איז ממש א פחד

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:15 pm

· #507168
שרעקעדיגע שאלות , און אין גער אויב די מטרה איז הייליג איז רציחה נישט קיין אפשטעל. עם כל זה מיין איך אז דאס איז א פעקל קאנספיראציע גענימען צו די נעקסטע לעוועל. זייט ווען נעמט א רבי מיץ ענבים פון איינעם אינטער די טיש ? כאולי די רעשט שאלות פארשטיי איך יא?

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 4:55 pm

· #507173
לעצטענס פארט ארום די טאנץ ניגון, גער איז איינס!
אין מיינע אויגן האט ר' שאול נישט מנצח געווען לאורך כל הדרך.

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 5:04 pm

· #507174
דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין ווי דאס קומט אריין יעצט דא?

באהעלפער » דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:43 pm

· #507194
Chasidishmashpia
צדיק נשגב
איך פרעזענליך גלייב עס נישט..
שרעקעדיגע שאלות... (דער שרייבער האט געוואטשט צופיל מאוויס) , בכל אופן אויב איז דאס אמת איז ממש א פחד
שטותים והבלים
פאבריקאציעס פון די שעפעלעך פון - כ'בין נישט קיין רעבע... ר' שאול

צדיק נשגב » מיטוואך אוגוסט 24, 2022 1:12 am

· #507222
באהעלפער
לעצטענס פארט ארום די טאנץ ניגון, גער איז איינס!
https://www.youtube.com/watch?v=BG40YvPagEA
https://www.youtube.com/watch?v=tqZEjTCLlKM

אדמור הקדוש זצללהה » זונטאג פעברואר 26, 2023 11:44 pm

· #517656
צדיק נשגב
איך פרעזענליך גלייב עס נישט..
איך פערזענליך גלייב עס יא!
אוין שוין אסאך יאר'ן וואס איך וייס פון דעם...
די גורע מאפייא צוזאמען מיט'ן פני מנחם'ס נעפיו, יענקעל, האבן געהאט א ערענסטע פראבלעם מיט'ן פני מנחם צולעב כמה ענינים, און זיי האבן מחליט געוועהן עם שיקען לופטערען אויף א שיינע וועג מוצאי פורים.

אדמור הקדוש זצללהה » מאנטאג פעברואר 27, 2023 3:08 am

· #517661
און קורצען ממש,
די פני מנחם'ס פלאן איז געוועהן, צו מאכען א סוף וקץ צו אלע צודרייטע משוגעת'ן וואס די בית ישראל האט אנגעדרייט. און צוליב דעם האט די גערע מאפייא עם מסדר געוועהן נאך איידער ער ענדיגט צו זיין פלאן.
אזוי זאגט מען.

הרב שיף » דינסטאג פעברואר 28, 2023 1:05 am

· #517700
עס איז נישט מסתבר, ווייל די פלאן איז געוון צו מאכען שבת פאר זיך און בני ברק. (כמעט וואס ר' שאול טוט היינט). מען האט פעסט געארבט אויפן פלאן, און דער פני מנח האט גארנישט געטון דערקעגן הגם ער האט געוויסט פון די פלאן. הערט זיך אינטערסאנט אז עס איז געוון א פלען בי, און אז מען זאל מחליט זיין צו טוען פלאן בי פאר פלאן עי.

נחום הסופר » מיטוואך מערץ 1, 2023 7:03 am

· #517738
הרב שיף
עס איז נישט מסתבר, ווייל די פלאן איז געוון צו מאכען שבת פאר זיך און בני ברק. (כמעט וואס ר' שאול טוט היינט). מען האט פעסט געארבט אויפן פלאן, און דער פני מנח האט גארנישט געטון דערקעגן הגם ער האט געוויסט פון די פלאן. הערט זיך אינטערסאנט אז עס איז געוון א פלען בי, און אז מען זאל מחליט זיין צו טוען פלאן בי פאר פלאן עי.
הפנ"מ האט געהאט אסאך רדיפות פון אנשי רבי שליט"א במשך הנהגתו, אלץ רבי וואלט ער דאס געקענט אפשטעלן, אבער ער איז געווען א מוחל על עלבונו באופן מפליא

מן הסתם » זונטאג מערץ 5, 2023 7:35 am

· #518002
למעשה, קען איינער אריינקומען וואס האט באמת פאסירט? רציחה כפשוטו ממש? ביטע פארציילן...

פנחסבןאלעזר » זונטאג מערץ 5, 2023 7:42 am

· #518003
אזעלכע מומחה אויף רצכענען אבער קענען נישט ראצכענען ר' שאול?

הער פיטער » זונטאג מערץ 5, 2023 9:46 am

· #518009
פנחסבןאלעזר
אזעלכע מומחה אויף רצכענען אבער קענען נישט ראצכענען ר' שאול?
ער איז אויך א גערער.. סוי ער קען אויך די מלאכה

דאס איז נישט מיך » זונטאג מערץ 5, 2023 12:26 pm

· #518032
פנחסבןאלעזר
אזעלכע מומחה אויף רצכענען אבער קענען נישט ראצכענען ר' שאול?
דערמאלטס האבן זיי נאכנישט געוויסט ווי געפארפול ער איז פאר זיי
און היינט היט ער זיך אז ס'זאל ח''ו נישט פאסירן