שמעקעדיג
ממילא וואלטן די קינדער נישט אנגעקומען אין פובליק סקול.
פיין וואלטן זיי אנגעקומען אין פאבליק סקול. איך זע אז דו ביזט נישט אזוי קלאר אין די היסטאריע פון דעי מוסד.
שערי חמלה איז געגרינדעט געווארן דורך ר' וואלף לעפקאוויטש וואס האט ליידער געהאט א קינד וואס האט געדארפט צוקומען צו דעם, און זייענדיג א איד א נגיד האט ער באשלאסן צו עפענען די ערשטע אידישע מוסד פאר אזעלכע קינדער.
ס'איז דאן געווען פלאצירט אין עטליכע טרעילארס און איז אפיציעל געווען אינטער די פירערשאפט פון בני יואל, און לעפקאוויטש האט עס אויסגעהאלטן.
למעשה ווי פארשטענדליך אזא מוסד איז נישט מעגליך אנצוגיין אן רעגירונג'ס פאנדן, לעפקאוויטש האט נישט געוויסט אין וואס ער שפרינגט אריין, און ער איז אריינגעפאלן אין חובות, די מוסד האט געהאט ביים אינטערגיין.
דאן האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן אז שערי חמלה זאל גיין אינגאנצן אינטער די רעגירונג, אדער כאטש באקומען פאנדס צו קענען אנגיין. אבער פארשטייט זיך די אנטווארט איז געקומען אז די רעגירונג קען נישט שטיצן א רעליגיעזע אינסטיטוציע, איז די בני יואל'ע פירערשאפט געגאנגען און אראפגענומען די מזוזות, און זיך דערקלערט אלס א אפיציעלע פאבליק סקול.
למעשה האט קהל יטב לב איבערגענומען די גוסס'דיגע וואקלדיגע מוסד און זיי האבן באוויזן צו גרינדן א אייגענע סקול דיסטריקט, און אזוי גיין גענצליך אינטער די רעגירונג.
פאר עטליכע יאר איז אלעס געפארן א מחי', יעדער האט איז געווען צופרידן אז אזא וויכטיגע מוסד קען עקזיסטירן, און אין איינוועגס האט מען נאך געהאט אומזיסטע באסעס נאך אויך.
נאך אפאר יאר האט בני יואל אנגעהויבן צו פארפירן און ווארפן א הייליגע טענטראם, אז מ'רייסט אויס אידישקייט, דאס האט געברענגט אז די פרייע אקטיוויסטן האבן אנגעהויבן צו פארפירן פונקט קאפויער, אז די מוסד איז גאר א רעליגיעזע מוסד און די רעגירונג טאר עס נישט שטיצן. די גאנצע לאנד האט מיטגעהאלטן די קאורט קעיס, ווי סאטמאר האט עטליכע מאל פארלוירן ביז מ'האט געווינען אין סופרים קאורט מיט די הילף פון דעמאלטסדיגע גאווערנאר מאריא קאמאו וואס האט געמאכט א ספעציעלע געזעץ אז קרית יואל זאל קענען גרינדן א אייגענעם סקול דיסטריקט.
יעצט פארשטייסטו אליינס אז צו זאגן אז שערי חמלה האט שוין עקזעסטירט פארן סקול דיסטריקט איז לעכערליך ביז גאר. ס'איז נישט מעגליך אנצוגיין מיט אזא מוסד אן די רעגירונג! די אסטראנאמישע קאסטן פון טעראפיסטן וכו' איז נישט מעגליך צו דעקן פונעם ציווילן בירגער. און עס וואלט נישט אנגעהאלטן פאר צו לאנג.
איינע פון די קונטרסים וואס איז דעמאלטס ערשינען האט טאקע געפרעגט מיט איראניע פון די קעגנערס אויב זיי וועלן זיין צופרידן אויב מ'וועט אריינשטעלן אין שערי חמלה אפאר גואישע קינדער און אהינברענגען אפאר שווארצע גויטעס פאר טיטשערס... אויב זייער גאנצע פראבלעם איז אז דאס אז א ריין אידישע מוסד... קרית יואלע רב האט זיך דאן געבעטן ביי אלע רבנים וואס זענען ארויסגעקומען דערקעגן אז זיי זאלן אריבערקומען קיין קרית יואל און זען מיט די אייגענע אויגן וואס די מוסד איז, אדער כאטש זיך דורכשמועסן און הערן די אנדערע צד איידער מ'קומט ארויס פארפירן מיט שלש חמורות, אבער קיינער איז נישט געווען אינטרעסירט צו דערגיין די אמת.
היינט זעט שוין יעדער אז דאס איז געווען א פשוט'ע מלחמה מיט סאטמאר, יעדער מיט זיינע אינטערעסן, די מכלומרשטע פראבלעמען פונעם מוסד עקזיסטירט נאך ביז'ן היינטיגן טאג, און קיינער האט נישט קיין פראבלעם דערמיט היינט, מ'שיקט אהין קינדער פון אלע קרייזן אפילו פון די גרעסטע לוחמים, יעדער נעמט באסעס פונעם עבודה זרה'דיגע סקול דיסטריקט, די יערליכע מחאה קעגן די ג' עבירות חמורות ביים כפרות שלאגן ציט אן א מאסן פון צווישן פיר און פינעף פארשוינען.
ווי האט מהר''א געזאגט יעצט נאכ'ן סופרים קאורט אורטייל? ס'איז שוין העכסט צייט אז די אלע וואס האבן געהאט א חלק אין די מערכה זאלן ארויפגיין צום ברך משה'ס ציון און בעטן מחילה.