צוויבל קניפערהרב "היסטאריע", איך בין נישט געקומען אפפרעגן אייער אמונה בתורה וואס מען מעג נישט פרעגן קיינע פראגעס, איך בין דא צו אויסשמועסן א קושיא וואס איך האב געהאט און איר האט מיך נאָך אלץ נישט געענטפערט עפּעס בטעם. וואס איר האט געטון איז פרובירט מיך צו פירן אויף די קושיא בתורה=אפיקורס כפירה ראולער קאוסטער, וואס ווי היסטאריע האט געוויזן אַרבעט נישט צו גוט אוועקצונעמען קושיות.
א יישר.
אנטשולדיגט מיר כבוד הרב. דו פרעגסט נישט קלאר, עפעס זעהט אויס ווי דו פרעגסט אין עולם התוהו אריין, באקומט איר פון מיר אזעלכע סארט תירוצים, צו האפן אז איר וועט כאפן און אויסקלארן אייערע שאלה, און אזוי ארום אייך צו קענען ענטפערן. אויב איר מיינט צו פרעגן עפעס בעסער ווי אייער שאלה, אדרבה פרעגט, אויב איר ווילט נישט, נאר איר האלט איר האט שוין יוצא געוועהן מיט אייער שאלה, פרעגט נישט.
אבער דאך וועל איך פרובירן מסביר זיין.
איר פרעגט:
אין ערגעץ אין די תורה שטייט נישט וועלכע יאר די וועלט איז באשאפן געווארן, ווארום וויאזוי ווייסען אונז מיט א קלארקייט אז די וועלט איז 5,782 יאר אלט?
איז משמע אז דו האלסט דער פאלגענדע
א. מען ווייסט נישט ווען די וועלט איז באשאפען.
ב. מען ווייסט מיט א קלארקייט ווי אלט די וועלט איז.
און אויף דעם,
א. מען ווייסט יא. וויאזוי זאל שטיין? און פון ווי ווייסטו אז עס פעלט יארן צווישן אדם און נח?
ב. על כולם, ווען מען זאגט ביי אונז 5782 איז עס געבויעט אויף דער סדר עולם ווי באקאנט. דאס איז א ברייתא. געבויט אויף תורה שבעל פה, אסאך חשבונות שטייען טאקע נישט בפירוש אנגעהויבן מיט די יארען פון די אבות, און דערנאך נאך. אויב דו האסט קשיות אויף א פרט פון די חשבונות, אדרבה, פרעג. אויב דו ווילסט סתם האקען א טשייניק, פראביר נאר.