☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער

א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1539

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:27 pm

· #36884
א' ל'יידיגע ו'ועלט ל'יידער
פון שמועסערייען דא אין קאווע שטיבעל אפילו פון אזעלעכע וואס האבן זיך נאך נישט דערקלערט אלץ אויפגעקלערטע, נעם איך ארויס
אז די אזויגערופענע אכשר דרא'דיגע דור איז אינגאנצן נישט דאס.

מ'גייט אנגעטוהן ווי חסידישע אידן אבער אלעס איז פון סאציאלע פרעשור. מיינט דאס טאקע אז ווען נישט די פרעשור וואלט'ן די יעניגע זיך אנגעטוהן
א דאשיק'ל? און אפילו אויב יא וואס וואלט דען געשעהן?

וואלט ר' טודרוס זילבער געגאנגען מיט א דאשיק וואלט איך נישט געמעגט גיין מיט א ביבער היט?

פארוואס איז מען נישט גענוג קלוג געווען נישט צו מאכן א דרעסס קאוד?

אימעדזשין ר' זלמן לייב פילעפ וואלט געגאנגען מיט א ווייט ענד ווייט העמעד לינקס אויף רעכטס. (און דו קענסט אים אזוי פון געבורט)
ר' חיים מערץ וואלט געשטינקען א גאנצן טאג פון דיאריענט און אלע סארטן סממנים.(" " " " " " ")
ר' פישל הערשקאוויטש וואלט געגאנגען מיט די שפיציגסטע שיך וואס נאר שייך. (" " " " " " ")
ר יחזקאל ראטה וואלט געגאנגען מיט אזא ווייסן העמד/אונטער העמד. (" " " " " " ")
ר' יושע באנדא וואלט געגאנגען מיט א דאשיק. (" " " " " " ")

וואו וואלט זיך דער אויפגעקלערטער אהינגעטוהן? ער וואלט נישט געהאט מיט וואס זיך צו דערקלערן אלץ אן אפגעפארענער
ס'וואלט געווען א בעסערע וועלט.

איז נישט דער מאור ושמש געגאנגען מיט א דאשיק'ל ווען ער האט פארקויפט זיינע בייגעלעך?
שיטה וויל אבער נישט גלייבן די מעשה. פארוואס טאקע? אפשר שטייט עס אים אין
וועג פון זיך דערקלערן אויפגעקלערט?
א גוטן חודש אלע.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:52 pm

· #36894
ענטפער צו זר זהב
ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו. נאר דאס אז אידן מוזן זיך קליידן א ספעציעללן וועג. (למשל די היינטיגע חסידיש'ע סטייל, שמונה בגדים וכדו' דאס איז אפילו נישט מדרבנן. ווען מיר וואלטן געוואוינט אין א קאמוניסטישע מדינה ווי רומעניע אדער רוסלאנד וואלט ר' טודרוס זילבער און ר' ז.ל. פיליפ געגאנגען מיט א דאשיק היטל. (און זיי וואלטן געווען די זעלבע גאונים וצדיקים(. אויף ר' בונם מ'פשיסחא איז באקאנט אז ער האט זיך געקליידט "מאדערן" געשעיווט און אן אראפגעבויגענעם הוט און נעקטייא. מיט קיין פלאכן ביבער הוט און צולאטשעטע פיאות (ווי דער יונגערמאן אויף די קרויס שטריימלעך פלעגט ביז לעצטנס זיין אראפגעמאלן( איז ער נישט געגאנגען. צו ער האט גענוצט דעאדאראנט קען מען היינט נישט וואוסן.

זר זהב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:03 pm

· #36897
און פארוואס דא אין אמעריקע דארף מען יא גיין מיט שמונה בגדים צו הייסן א נישט אויפגעקלערטער איד?
מיט'ן גיין בלויז מיט א ווייסן העמעד און א וועסטעל דערויף איז מען דאך שוין נישט ווי דער גוי!

יידל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:31 pm

· #36902
berlbalaguleh
ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.

ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 19, 2012 8:52 pm

· #37072
ענטפער צו יידל
יידל
berlbalaguleh
ראשית כל. אידן מוזן זיך קליידן אנדערש ווי די גוים. ס'איז א פסוק אין די תורה. ובחוקותיהם לא תלכו.

ר' בערל, אזא גאנצע ריזיגע מחלוקת הראשונים, און איר געט דאס אזא וויש אראפ מיט א בלויזע מאך מיט די הענט?
פארוואס נעמסטו אן מיט אז פשטות אז ובחוקותיהם = זיך קליידן אנדערש ווי גויים?

איך האב נישט נאכגעקוקט. אבער ס'ליגט מיר אין זכרון אז דער רמב"ם לערנט דאס ארויס פון דעם פסוק. אבער זר זהב'ס קשיא איז געווען פארוואס דווקא מיט'ן אנגענומענעם סטייל? א שטיקל תירוץ מיין איך אז מען קען טרעפן אויף דעם. "סאשיעל פרעשער" אמאהל איז עס א גוטע זאך. לאמיר זיך פארשטעלן ווען א יעדער קען גיין אנגעטוהן מיט א הוט און רעקל וואס זיין שכל דיקטירט איהם. צו מנחה-מעריב וואלטן אריינגעקומען אין ביה"מ"ד. יאסל מיט א גרינעם הוט. בענט דאון. פייוול מיט א ברוינע הוט און א קורץ, רויט רעקל און א באו טיי. און אזוי ווייטער. איך ווייס אז איך וואלט מיך זיכער צולאכט איבער דעם פורימ'דיגן אנגעטועכץ. איז דאך אוודאי בעסער אז מענטשן וואס געהערן צום זעלבן קרייז זאלן גיין אנגעטון בערך אייניג. דרך אגב. איך קען א חשוב'ן איד מיט א לאנגע בארד וואס ביי די ארבעט גייט ער מיט א רויט'ן "קעפ" רבותי. א יעדעס מאהל וואס איך באגעגן דעם איד וויל איך אויסשיסן אין א געלעכטער. 😂

געפילטע פיש » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:19 pm

· #37094
דו כאפסט נישט אז ווען יעדער וואלט ווען געגאנגען מיט גרינע רויטע פערפעל הוטן און באו טייס וואלט עס נישט געווען פאני, פונקט ווי די שטריימליך און ווייסע זאקן איז דיר יעצט נישט פאני.

חאצקל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:17 pm

· #37107
מורי ורבותי, עס איז נישט קיין נפ"מ וועלעכע לבוש מיר וואלטן היינט געגאנגען, ווילאנג דער לבוש איז פארצייטיש און שווערליך, טוט עס דער אויפגאבע פון קייטן אויף א מענטש און עס איז ווי א תפיסה.

פרוקער טראק » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:35 pm

· #37561
נאך א ר"ת פון אלול האב איך געהערט
א'לע ל'אבוסעס ו'וערן ל'ייט

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:01 pm

· #37576
געפילטע פיש
דו כאפסט נישט אז ווען יעדער וואלט ווען געגאנגען מיט גרינע רויטע פערפעל הוטן און באו טייס וואלט עס נישט געווען פאני, פונקט ווי די שטריימליך און ווייסע זאקן איז דיר יעצט נישט פאני.

לאו דוקא. ס'דארף זיין א געוויסע מאס פון אייניגקייט און נארמאלקייט. אפילו קוקנדיג אויף אלטע פיקטשערס פון די פארצייטיגע שטריימלעך וואס זעען אויס ווי "הערינג וויידלעך" רופט אויך ארויס א געלעכטער. נאר בשעתו האט קיינער נישט געלאכט ווייל ס'איז נישט געווען עפעס בעסער. 😂

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:16 pm

· #37598
במחילת כבודך הרמה והנשגבה, יו דאנט מעיק עי ביט אוו סענס.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:33 pm

· #37620
דאז הי מעיק עיאלאט אופ סענס?

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:36 pm

· #37623
בעצם וואלט מען אמאל געלאכט פון די אלטע קאצען קעם שטריימלעך נאר ס'נישט געווען בעסערס האט מען זיך איינגעהאלטן? איי מין קאם אן! הגע בעצמך!

לחיים » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:49 pm

· #37639
מיר זענען דער עם הנבחר, מיר מאכן יעדן טאג די ברכה שלא עשנו גוי.
דאנק גאט אז מיר גייען אזוי מיט די סטייל אזוי דערקענט מען א נפקא מינה צווישן די איד מיטן גוי.
ווייל ווען מען גייט אריבער צו אונזערע ברודער אפאר גאסן אוועק אין קראון הייטס,
זיי גייען אנגעטון יעדער לויט זייער גוסטע. זונטאג מיט א גרינע קאפל און ברוינע שיך,
און מאנטאג פארקערט. און דינסטאג מיט א פערפל קאפל און א געלע געשטרייפטע הויזן און מיטוואך פארקערט....

אין ליבאוויטש האבן זיי א מעלה זיי לערנען תניא יעדן טאג חק ולא יעבור, ווייסן זיי דעם כלל פון "מח איז שליט על הלב", קענען זיי גיין ווי אזוי זיי ווילן, במילא וואו זיי דרייען זיך האבן זיי מיט זיך זייערע מצוות מיט וואס זיי זענען מזכה אנדערע. במילא דערקענט מען זיי. אבער מיט וואס וואלט מען דיך דערקענט ווען דו גייסט אנגעטון ווי זיי?????

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:52 pm

· #37641
לחיים’ל, די רבינו תם’ס וועט זיך ארויסשטעקן אזוי וועט מען אים דערקענען

לחיים » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:03 am

· #37648
אז דאס וועט זיין דיין מח משליט על הלב פרעג דיין רבי אויב עס איז גיט

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:29 am

· #37668
געפילטע פיש
בעצם וואלט מען אמאל געלאכט פון די אלטע קאצען קעם שטריימלעך נאר ס'נישט געווען בעסערס האט מען זיך איינגעהאלטן? איי מין קאם אן! הגע בעצמך!

שקויעך פאר'ן מסביר זיין. ס'איז נישט אז מען האט זיך איינגעהאלטן פון לאכן. נאר מען האט נישט געוואוסט פון עפעס בעסער. דאהי אין אמעריקע האט דער עולם אויך געטראגן די "קאצן שטריימלעך" פאר קעפעטש איז אריין אין ביזנעס. איך געדענק וואס פאר א שטריימל מיין טאטע ע"ה האט געהאט אין א"י ביז ער האט געקויפט א שטריימל פון "קעפעטש".