☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער

דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15365

ששון ושמחה » דינסטאג יוני 21, 2022 7:25 pm

· #502693
דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער
דער באקאנטער קינדער דאקטער דר. בולמאש פון בארא פארק טרעט היינט צום ערשטען מאל אויף ביי א אנטי-וועקס איווענט אין בארא פארק ווי ער גייט רעדן וועגן די "שרעקליכע שעדליכקייט" פון די וואקסינס און וויפיל מענטשן ס'האט שוין געהרגעט.

בולמאש איז גאר באקאנט אין בארא פארק און איז אפילו געווארן אינטערוויו'ט אין די "וועקער" אלץ א חלק פון די קאראנא דעקונג.

ער איז אויך באקאנט אלץ גרויסער טראמפ שטיצער וכו'.
📎 BM.jpg

קרעפלעך » דינסטאג יוני 21, 2022 7:29 pm

· #502694
דיין לעצטע שורה הארגעט אוועק דעם דאקטערס קרידענטשילס

קורקלענד » דינסטאג יוני 21, 2022 8:18 pm

· #502698
די קאוויד וואקסין איז טעכניש בכלל נישט קיין וואקסין. און איינער וואס איז קעגן א געוויסע וואקסין ווערט נישט קיין כלליות'דיגע אנטי וואקסער. רוב וועלט איז דערווייל אקעגן געבן די קאוויד וואקסינאציעס פאר קינדער. און סייענטיפיש מאכט עס נישט קיין סענס.

אונטער חכם » מיטוואך יוני 22, 2022 3:05 am

· #502727
Re: דר. בולמאש פון בארא פארק דערקלערט זיך אנטי-וועקסער
למעשה ווייסט איינער וואס דער בולמאש האט געזאגט?