גייט דיין ווייב/גייסטו צו די כינוס נשים?
די שאלה איז א פשוטע,
גייט דיין ווייב, (אדער אויב ביסטו א פרוי, צו גייסטו) גיין צו די היינט נאכטיגע כינוס, אדער צו די מארגענדיגע, אדער נישט
מיין ווייב פלאנט צו גיין, אלע אירע משפחה מיטגלידער, און איר חברטעס גייען...
@בת קול @מי ימצא, גייען ענק? גייט זיין א עקסטערע קאווע שטיבל אפטיילונג צו זיצן?
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן די סוגיא פון בת-קול.
לאמיר זען, זיי א גברא, ברענג לעבעדיגע באריכטן וואס טוט זיך אפ דארט בשעת דעם כינוס, אבער ממש הארט בשעת מעשה, לאמיר זען אויב דו קענסט טאקע ברענגען קלארע הערשטהאנטיגע באריכטן, און עס זאל שטימען. נישט אז ס'זאל זיין גענוג צייט, אז דו זאלסט קענען הערן פון אנדערע.
איך האלט קאווע שטיבל זאל אפרעכטן א זעלבסשטענדיגע מעמד. אונז האמיר דא בת קול און מי ימצא, עצי וועט ברענגען זיין ווייב. בעל בעמיו האט צוגעגרייט א דרשה, ווי אויך העלן מיר בעטן די חשובע רב וואס-גייט -נישט -אויף -יוטיוב-נאר בעט-פון@מאן צו -שיקן -די ברלנד -תחקיר-אויף דרייוו צו געבן דברי חיזוק. מי אני וועט צולינקן מקורות ביז מען וועט דערשטיקט ווערן און ס'וועט גיין א רויעך. איינער איז מיט מיר?
מאןלאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן די סוגיא פון בת-קול.
לאמיר זען, זיי א גברא, ברענג לעבעדיגע באריכטן וואס טוט זיך אפ דארט בשעת דעם כינוס, אבער ממש הארט בשעת מעשה, לאמיר זען אויב דו קענסט טאקע ברענגען קלארע הערשטהאנטיגע באריכטן, און עס זאל שטימען. נישט אז ס'זאל זיין גענוג צייט, אז דו זאלסט קענען הערן פון אנדערע.
Omg איך האב געמיינט אז דו ביסט אן אראבער פון קאשמיר!
מאןלאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן די סוגיא פון בת-קול.
לאמיר זען, זיי א גברא, ברענג לעבעדיגע באריכטן וואס טוט זיך אפ דארט בשעת דעם כינוס, אבער ממש הארט בשעת מעשה, לאמיר זען אויב דו קענסט טאקע ברענגען קלארע הערשטהאנטיגע באריכטן, און עס זאל שטימען. נישט אז ס'זאל זיין גענוג צייט, אז דו זאלסט קענען הערן פון אנדערע.
פארוואס דארף בת קול איבערווייזן אז זי איז א פרוי, מער ווי די אז די ביסט א מאן? הער אויף רודפ'ן מענטשן
עצי שטיםדי שאלה איז א פשוטע,
גייט דיין ווייב, (אדער אויב ביסטו א פרוי, צו גייסטו) גיין צו די היינט נאכטיגע כינוס, אדער צו די מארגענדיגע, אדער נישט
מיין ווייב פלאנט צו גיין, אלע אירע משפחה מיטגלידער, און איר חברטעס גייען...
מיין ווייב גייט (און נעמט מיט איר סמארטפאון....)
איך בין פונקט די וואך נישט אין ניו יארק. פטור אן עסק.
יא,זי איז געגאנגען נעכטן, און געווען מורא'דיג אימפרעסט.
נישט געגאנגען. מיטגעהאלטן ביידע אויפן פאון.
די ערשטע איז געווען א גרויסע turnoff, זייער נאריש, קינדעריש און נישט relatable.
נאך א מזל איך האב מחליט געווען יא צו געבן די צווייטע נאכט א chance.
ס׳איז געווען זייער אינספערירנד און מען האט געקענט ארויס נעמען אסאך דערפון. יעדער אויף זייער לעוועל.