☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » 9/11 קאנספיראציעס

9/11 קאנספיראציעס

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15346

נאך א מיינונג » דאנערשטאג יוני 9, 2022 7:38 pm

· #501848
9/11 קאנספיראציעס
מיין קינד האט א האומווארק אז זי מוז מאכן א רעפארט אויף 9/11. איך האב מציע געווען אז זי זאל שרייבן די געשיכטע פון די קוק ווינקל פון די קאנספירציע גלויבערס. נישט מיט אן אויבער חכמה, נאר כאילו יעדער וואלט אזוי געגלויבט, א מעשה פון א CIA וואס האט געוואלט עפעס מסדר זיין, און זיי האב געלייגט עקספלאסיווס אין די טורעם וכו' וכו'.

איך זוך אבער אינפארמאציע פון יענער חברה. גוגל ברענגט מיר די סייטס וואס דיבאנקן די אלע טעאריעס. ווי קען איך טרעפן אלע אינפארמאציע, מיט די בילדער פון די אונטעשטער פון די פליגעס ועוד ועוד, וואס זי זאל עס קענן נוצן?

טמיר » דאנערשטאג יוני 9, 2022 8:54 pm

· #501854
אין אדם מוריש שקר לבניו

ברוינשטיין » דאנערשטאג יוני 9, 2022 8:58 pm

· #501855
אין איינע פון די גאר אלטע שטערנס איז דא אן ארטיקל דערוועגן

קורקלענד » דאנערשטאג יוני 9, 2022 11:46 pm

· #501863
דא האט איר די פאלגענדע

https://wikispooks.com/wiki/9-11

שמן למאור » פרייטאג יוני 10, 2022 12:50 am

· #501870
אויף גוגל זענען קאנפעראציעס געסענסערט,
די מוזט זיכן אויף ראמבל אדער אלטערנאטיווע פלאטפארמעס,
דאס האב איך געטראפן זיכענדיג אויף ראמבל, כהאב עס נאכנישט דורגעקוקט, סאו כ'נעם נישט קיין אחריות, אבער מען קען דארטן זיכן א געוואלד,
לייג נאר אריין אינעם סורטש, 9-11 was an indide job...

https://rumble.com/vmirwt-911-was-an-inside-job.html

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 10, 2022 7:52 pm

· #501914
גוט משוגע: דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'קען זאגן אויף די וועלכע קויפן אפ די קאנספיראציע טעאריעס. נאר דאס איז ליידער נישט די ערגסטע. ווייל די מערסטע קאנספיראציע טעאריעס האבן אן אנטיסעמיטישע/אנטי איזראעל אונטערלאגע. סיי די אויסטראכטערס און סיי די נאכפאלגערס. אנגעהויבן פון די מוסלעמס און זייערע סימפאטיזירערס. וועלכע האבן אן אג'ענדא ריינצוואשן די מאסלעמס אלס גרופ. און סתם אנטיסעמיטן. סיי ווייסע נאציס און שווארצע. ה' ירחם...!