☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?

מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1534

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:15 pm

· #36693
מעג איך וויסן דיין פרייטאג'דיגע סדר היום?
איך האב נישט קיין סדר היום קיין איין טאג נעבעך, איך ווייס נישט וואס דער קומענדיגער מינוט גייט ברענגען.
פרייטאג אבער איז דאך א טאג אנדערש פון אלע אנדערע טעג אינעם וואך, אמער ס'איז ערב שבת קודש!

האב איך א סדר היום פאר פרייטאג וואס יעדער מייניך וועט זיין דזשעלעס.
און אדרבה זאל זיין דא א כינות סופרים טארבע חכמה, וילמדו תועים בינה.

איך שטיי אויף 11:00 שארף, איך לויף צום קאווע שטיבעל זעהן וואס ס'טוט זיך.
12:30 גייט מען אין שיהל כאפן די לעצטע מנין, איך לויף נאכדעם אין מקוה
פאר ס'ווערט געפאקט מיט פילגרימס.

איך קום אהיים זעץ מיר צום אינטערנעט פאר 5 שעה.
א שעה פאר'ן זמן שרייט מען אויף מיר אז די פיש איז נאך נישט געמאכט!

אויש כ'שטעל צו די פיש (זי האט געטוהן אלע אנדערע התחייבות'ן) ס'קומט די זמן, די פיש איז קוים אפגעקאכט. איך שעלט שוין,
ס'גייט זיין הייסע פיש. כ'לייג עס אריין אין פריזער, ס'קומט צום סעודה און מ'האמיר האלב געפרוירענע פיש מיט פיש זאפט אייסעס.

און דאס איז שוין מיט אזא לאנגן ריזיגן נאכמיטאג. פון א מעביר סדרה מאן דכר? א שטיקל חסידיש ספר אפגערעדט.

חומש מיט רמב"ן? א שטיקל אוה"ח הק'? וואס ווען ווי.

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז גערעגט אויפ'ן קריעטער.
איך וויל נישט זיין אזוי!!
😢 😢 😢 😢 😢

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:20 pm

· #36694
איך לאך און איך וויין אויף איינמאל.
געוואלד און געשריגן!!

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:22 pm

· #36695
די הנהלה דארף אהערשטעלן א לאכעלע וויינעלע פנים ביי די סמיילי'ס

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 2:26 pm

· #36697
אז נישט קיין חסיד'יש ספר, לכה"פ לערן אדורך דעם (נעכטיגן) דף היומי אשכול!!

חכם מחוכם » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:49 pm

· #36716
ביי דע וועי, מזל טוב פאר שמעקעדיג פארן טיטול "ואת האלף"

ניו יארק » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:46 pm

· #36724
האב נישט מורא, זר האט שוין דעם נעכטיגען דף היומי אשכול 'נעכטען' דורך געקוקט.
ער לאזט נישט - געווענליך - איבערנעכטיגען א אשכול וואס ער האט נישט געזען און מגיב געווען....

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:56 pm

· #36727
נאט עט אלל.
איך לייען נישט אלעס.

ניו יארק » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 4:58 pm

· #36728
צו אלע מעלות ביסטו א עניו אויך????

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:03 pm

· #36729
פארוואס עניו?
נישט יעדער אשכול אינטערעסירט מיר.
דיר יא?

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:09 pm

· #36730
פארוואס ביסטו גערעגט אויפ'ן קריעטאר , איבער וואס איז ענקער סוכסך?
איז ער גרעגט אויף דיר אויך?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:13 pm

· #36732
איבער א שטיקעלע ברויט

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:56 pm

· #36735
זר; ביי אונז אידן ווייסט מען אז די טאג הייבט זיך אן א נאכט פריער, ס'הייבט זיך נישט אן מיט אויפשטיין 11:00 פארטאגס... דערצייל'זשע וויאזוי ס'גייט צו פון דאנערשטאג לעת ערב, אפשר וועל איך דיר קענען העלפן אביסעלע אויסשטעלן דיין סדר היום אז דו זאלסט זיין צופרידן סיי ברוחניות "און אויך בגשמיות".

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 6:59 pm

· #36740
איך האף אז דו האסט אראפגעציפט אפאר מינוט צו שאפן א טיש בעקיטשע...

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:17 pm

· #36741
נו, די פיש איז שוין אויסגעקילט?
טשאבעס!

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:28 pm

· #36743
פיש איז שוין אין פרידזש פאר גאנצע 20 מינוט!

טיש בעקישע גייט מען איצט ארויסנעמען פון קאר.

טשאבעס

טעפל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:25 am

· #36834
זר זהב

אזוי זעהט מען אויס ווען מ'איז גערעגט אויפ'ן קריעטער.
איך וויל נישט זיין אזוי!!
😢 😢 😢 😢 😢

כ'פארשטיי נישט די ווילסט נישט זיין אזוי, איז טוה עס נישט! קוק אריין אביסל אין א אידיש ספר, ס'איז דא היינט גענוג אינטערסאנטע אויפן היימישן שפראך..

מורינו הרב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:47 am

· #36843
ערנסט גערעדט: עס איז נישט קיין ווערטל.

א יונגערמאן מיט אזא סדר היום איז אין בעד שעיפ און ברויך זיך נעמען אין די הענט אריין.

אפילו עס שאדט נישט אזוי ווייט בשעת מעשה, אבער די תוצאות וואס וועט געזען ווערן נאך א שטיק צייט, וועט נישט זיין גוט.

פארבעסער דיר שנעל.

קאווע טרינקער » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:57 am

· #37234
איך קום אהיים זעץ מיר צום אינטערנעט פאר 5 שעה.

חבל, א שאד אז דו מאכסט נישט קיין פרנסה פון דעם.
5 שעה?
וויאזוי הייסטו אויף פעיסבוק?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:58 am

· #37236
סארי איך האב נישט קיין פעיסבוק אקאונט

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:37 am

· #529350
פרייטיג איז א שווערע טאג סיי ווינטער און סיי זוממער!
מ'דארף עפעס מתקן זיין!