ביים 8'טן סעודה. אויסגעלאפן וואס צו רעדן.
וואו געט מען זיך איין עצה,
3 טאג יו"ט,
מ'האט די זעלבע געסט ביי אלע סעודות,
יעדן טאג זעצט מען זיך אראפ מיט די זעלבע מענטשן מינומום 2 מאל א טאג,
און אז ס'נאך דא א שלש-סעודות, אדער א עקסטערע מילכיגע סעודה, איז עס 3 סעודות א טאג,
קיין פרישע נייעס הערט מען דאך נישט שבת ויו"ט,
נו, ביי די טיים מ'האלט ביים לעצטן סעודה,
האט מען שוין אויסגעקייט אלעס
אוקריינע, פוטין, זעלענסקי, זעלענקא, גער, אינפלעישן, אלע גירושים, אלע או.טי.די.
יעדנס באנק אקאונט, מי יעני מי יעשר, יעדן נעבעך האט מען שוין באנעבעכט,
ווער ס'איז איידעם ביי וועם, יעדנס שלום בית,
מ'דערזעהט זיך ביי סעודה נומער 8 און ס'הערשט א שטילקייט,
מ'איז ממש אויסגעלאפן פון טאפיקס,
איינער האט איין עצה?
גאלדוואו געט מען זיך איין עצה,

די תורה איז רחבה מני ים, זאג א תורה
כ'בין זיכער אז אין א נויטפאל קען מען אייביג נאכאמאל איבערקייען די סידור קידושין סומעטאכע.
ארטיקלען וואס מען האט געליינט אים יום טוב.
ריף אריבער נאך א קאפל אדער צוויי צי דיין סעודה אז ס'זאל ווערן אזא שלשה שאכלו, און מען קען אנהייבן יענטענען פון פריש, דער עולם וועט אפראוסטן א האלבן שטאט מיט זייערע אינפוטס.
מ'דיסקוסירט דער ''סיסטעם''..
Re: ביים 8'טן סעודה. אויסגעלאפן וואס צו רעדן.
שאלתיאלמ'דיסקוסירט דער ''סיסטעם''..
אדער איז מען די סיסטעם אליינס
ברוינשטיין שאלתיאלמ'דיסקוסירט דער ''סיסטעם''..
אדער איז מען די סיסטעם אליינס
נישט געזארגט, יעדער האט זיך זיין סיסטעם צו בארעדן
אנשטאט סתם צו בארעדן פון אלע אנדערע מענטשן לאמיר זיין מער אינטערלעקטועל רעדן די גרויסע ליבשאפט ווואס דער אייבירשטער האט צו אונז אין אריינגיין צו מסביר זיין וואס ליבשאפט מיינט סיי די חלק פון נעמען און סיי די געבן וואס מיינט דאס א חשוק א נחשק און אזוי ווייטער......
שאלתיאל ברוינשטיין שאלתיאלמ'דיסקוסירט דער ''סיסטעם''..
אדער איז מען די סיסטעם אליינס
נישט געזארגט, יעדער האט זיך זיין סיסטעם צו בארעדן
נישט געזארגט,
יעדער האט זיך זיין סיסטעם, דארט וואו ער איז די סיסטעם אליינס...
שמונ"ה ימי מיל"ה. די אכטע מאל רעדן...
איין סעודה לאז יענעם רעדן...
וואס טוט זיך מיטן בית יוסף’ס קשיא. פארוואס מאכט מען אכט...?
מען קען רעדן פון די קשיא פון די מגן אברהם, די מעשה פון רות, דוד המלך וכו', עס איז דא זייער אנטערעסאנטע זאכן
חוץ פון דעם האסטו אויסגערעכנט 8 נושאים וואס דו האסט גערעדט ביי די ערשטע זיבן סעודות, ביי וועלעכע סעודה האסטו גערעדט איבער 2 נושאים ?
גאלדאלע גירושים,
אלע או.טי.די.,
יעדנס שלום בית,
ביסט זיכער? אלע? יעדנ'ס? דו ווייסט וויפיל מער ס'איז ליידער דא...?
שמעקעדיג גאלדאלע גירושים,
אלע או.טי.די.,
יעדנס שלום בית,
ביסט זיכער? אלע? יעדנ'ס? דו ווייסט וויפיל מער ס'איז ליידער דא...?
פרעג יואלי ראטה, ער ווייסט אלעס, אפילו אינטערען טיש....