☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב

דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15333

קהל'ס נער » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:31 am

· #501485
דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 2, 2022 12:39 am

· #501487
ספינקא רבי ערשיינט שוין פון לאנג אויף יוטיוב

https://www.youtube.com/c/Spinka1

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 2, 2022 1:28 am

· #501489
בארדיטשעבער רבי איז שוין לאנג אויף יוטוב

https://youtu.be/EjUtH6Xh1uQ

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג יוני 2, 2022 11:06 am

· #501501
אונזער באקאנטע אדמו"ר משאץ ציון וואס האט אפילו א אשכול דא איז אויך אויף יוטיוב

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2022 1:12 pm

· #501508
איך וויל בעטן א פערזענליכע בקשה פון ר' אהרן בלומענפעלד, אך ווייס נישט פארוואס ער רעד זיך איין אז רוב ליסענערס פארשטייען בעסער ענגליש, איך בעט אים ברחמים ובתחנונים, און אויב איינער דא קען אים איבער געבן פערזענליך וואלט איך אים שטארק דאנקבאר געווען, ער ברענגט ארויף גיטע סחורה , זייער געשמאקע מענטשן, פון וואס מען קען לערנען א געוואלד אין תהלוכות החיים, פליז האב מערסי, און רעד דיין מאמע לשון, סע ממש יסורים עס צו הערן אין ענגליש, סיי דו און סיי וועם די אינטערוויוסט און סיי די ציהערער רעדן און פארשטיין אסאך בעסער יודיש, ספעשעלי ווען די פוינטס הערט זיך אסאך בעסער ווען סעקומט ארויס נאטירלעך, עס איז ממש יסורים אסאך מאל עס צו הערן און האפן יעדע סעקונדע אז דו וועסט טרעפן די ריכטיגע ווארט אין ענגליש וואס דו ווילסט זאגן.
מיט דאנק
א שטענדיגע ציהערער

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 2, 2022 2:10 pm

· #501510
מיסטער @סמבטיון, איך קוק אים גראדע יעצט אזוי אביסל און כ'באמערק נישט אז עפעס איז ראנג מיט זיין ענגליש. אויב עפעס האב איך שוין באמערקט זעקס טעותים אין דיין תגובה דא, אינקלודינג די ענגלישע ווארט 'עספעשעלי'. דאס איז חוץ פון דיין גרייזיגע פאָנקטשועישאן וואס איז קאמפליטלי מעססד אפ. דו ביסט קענטיג נישט גורס קיין פול סטאָפס, דו דאָמפסט קאממעס ווי ס'לאזט זיך און דו שטופסט אריין WAY TOO MANY ווערטער אין א סינגל סטעיטמענט (נישט ווי בלומענפעלד).

איך מיין אז בלומענפעלד רעדט שטאַט ווייל ער טראכט פשוט פאר ער רעדט. ווי אונזערע חכמים זאגן הזהרו בדבריכם. נארוואדען, א רוישיגע סמבטיון האט נישט צופיהל געדולד. פחז כמים אל תותר.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 2, 2022 2:18 pm

· #501511
און כדי מען זאל נישט זאגן אז איך דריי סתם א קאפ וועל איך זיי ליסטען:
  • אך
    'ער רעדט זיך איין' און נישט 'ער רעד זיך איין'
    פון וועמען מען קען לערנען, נישט 'פון וואס מען קען לערנען'
    סע
    אינטערוויאוסט נישט אינטערוויוסט
    ספעשעלי
    'פוינטס הערן זיך' נישט 'הערט זיך'

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 2, 2022 3:01 pm

· #501512
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
Link please.
never mind I have it but next time please put a link

מחצה''ק » דאנערשטאג יוני 2, 2022 5:06 pm

· #501519
שאלתיאל
ספינקא רבי ערשיינט שוין פון לאנג אויף יוטיוב

https://www.youtube.com/c/Spinka1
די איינציגסטע אדמו''ר מיט חסידים וואס כאפט זיך אליינס אפ

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2022 5:36 pm

· #501522
טאמבל , איך בין נישט דער בעסטע שרייבער און אויך נישט איינס פאר די בעסטע, איך מאך אסאך גרייזן ווען איך שרייב , נישט ווייל איך יאג זיך נאר ווייל איך האב זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו שרייבן ריכטיג, איך פראביר צו פארבעסערן ווען איך קען, וועגן דעם טאקע שרייב איך נישט אין קיין מאגאזינן, קען זיין אז בלומענפעלד איז זייער אן דורך געטראכטע מענטש, נאך אלטס פיהל איך ווי איך קראך ווען ער פרובירט צו טרעפן די ריכטיגע ווארט אין ענגליש און עס גייט נישט, בהמה, רעד אין יודיש , עס וועט זיין פינקט אזוי פראפעשענעל. פארשטייסט מיין פוינט? בנוגע דיין פערזענליכע אטאקעס אויף מיר, ווייס איך נישט פינקטלעך וואס דו ווילסט, איך בין נישט אזוי עקטיוו דא די לעצטע פאר יאהר, אז דע פאר תגובות וואס איך האב געשריבן זאלן ווערן באקרוינט אלטס א דאמפ.

שאלתיאל » דאנערשטאג יוני 2, 2022 6:35 pm

· #501527
ווער איז דער אהרן בלומענפעלד?

קהל'ס נער » דאנערשטאג יוני 2, 2022 8:28 pm

· #501529
קאצקע ציקער
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
Link please never mind next time please put a link
https://youtu.be/BPEx9qqDcKY?t=1

סמבטיון » דאנערשטאג יוני 2, 2022 9:42 pm

· #501539
גראדע זעהר א וואוילע יוד, ער איז בעלזער חסיד, זעהר א פריינטליכע געשמאקע מענטש. זיין זוהן שפילט אויפן קיבוארד ביי פרייליך זיין אנדערע זוהן יוסי איז איינע פון די בעסטע און גרעסטע גרעפיקס דיזיינערס אין נ"י דער אנדערע זוהן זכריה דאכט זיך פירט די עדס ביי עמי מאגאזין,

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 1:39 am

· #501556
סמבטיון
טאמבל , איך בין נישט דער בעסטע שרייבער און אויך נישט איינס פאר די בעסטע, איך מאך אסאך גרייזן ווען איך שרייב , נישט ווייל איך יאג זיך נאר ווייל איך האב זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט וויאזוי צו שרייבן ריכטיג, איך פראביר צו פארבעסערן ווען איך קען, וועגן דעם טאקע שרייב איך נישט אין קיין מאגאזינן, קען זיין אז בלומענפעלד איז זייער אן דורך געטראכטע מענטש, נאך אלטס פיהל איך ווי איך קראך ווען ער פרובירט צו טרעפן די ריכטיגע ווארט אין ענגליש און עס גייט נישט, בהמה, רעד אין יודיש , עס וועט זיין פינקט אזוי פראפעשענעל. פארשטייסט מיין פוינט? בנוגע דיין פערזענליכע אטאקעס אויף מיר, ווייס איך נישט פינקטלעך וואס דו ווילסט, איך בין נישט אזוי עקטיוו דא די לעצטע פאר יאהר, אז דע פאר תגובות וואס איך האב געשריבן זאלן ווערן באקרוינט אלטס א דאמפ.
ווייל דו ביסט נישט האָנעסט און דו זאגסט נישט אז די ריעל ריזען דו ווילסט נישט ער זאל רעדן אין ענגליש איז ווייל ער זאגט זאכן וואס זענען אמאל צו קאנטערווערשל פאר נישט-אידיש רעדנדע צו פארשטיין.. במילא טשפעסטע אים. זאג איך, מום שבך אל תאמר לחברך.

און אז דו האסט נישט קיין געדולד צוהערן, האב כאטש געדולד צו לייענען. איך האב געשריבן קאָממעס (,) נישט קאַממענטס..

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 2:18 am

· #501557
מחצה''ק
שאלתיאל
ספינקא רבי ערשיינט שוין פון לאנג אויף יוטיוב

https://www.youtube.com/c/Spinka1
די איינציגסטע אדמו''ר מיט חסידים וואס כאפט זיך אליינס אפ
נישט אמת זיין פרוי 👍 און זיין גבאי העלפן אים. ס'קוקט אויס ווי דער גבאי זיצט אין די אנדערע צימער און מאניטערד די ווידיאו צו זעהן און הערן אויב אלעס קומט אריין קלאר. אין איינע פון די ערשטע האב איך געזען דעם גבאי אריינקומען אפשר 4 מאל אין צימער, צו ריפּאָזישענען די מייק, ווייל דער מייק האט צו א קורצע ווייער געהאט, און די רבי האט א העביט זיך צו שאקלען בעק און פאָרטה ווען ער רעדט, איגנארענדיג די מייקרעפאון בכוונה.

נייגעריגע אינגערמאן » פרייטאג יוני 3, 2022 4:31 am

· #501560
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
די ערשטע באמת איז געווען לעבאוויטשע רבי

נייגעריגע אינגערמאן » פרייטאג יוני 3, 2022 4:32 am

· #501561
מחצה''ק
שאלתיאל
ספינקא רבי ערשיינט שוין פון לאנג אויף יוטיוב

https://www.youtube.com/c/Spinka1
די איינציגסטע אדמו''ר מיט חסידים וואס כאפט זיך אליינס אפ
וויפיל חסידים איז דא דארטן? עס איז ממש אינפראנט פון אים, און מען זעהט אפילו נישט א חלק פון די חסידים

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 4:45 am

· #501563
כ'האב יעצט צוגעהערט א האלבע ווידיאו זיינעם. ער זאגט שיינע זאכן אבער ס'איז אלץ טעארעטישע שפילן און געימס. נישט איבערגעוויזן במופת.

נייגעריגע אינגערמאן » פרייטאג יוני 3, 2022 4:49 am

· #501564
טאמבל סאס
כ'האב יעצט צוגעהערט א האלבע ווידיאו זיינעם. ער זאגט שיינע זאכן אבער ס'איז אלץ טעארעטישע שפילן און געימס. נישט איבערגעוויזן במופת.
אויף וואס באצוסטו זיך? אויף די ערשטע תגובה אין די אשכול?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 5:05 am

· #501565
יא. אויף רב ישראל חיים ווייס, דער ספינקא רבי פון חיים באמונה דונלו בני ברק. איך גיב אזויפיהל דיטעיל ווייל ס'איז דא א מיליאן ספינקא רביס און ס'האט מיך עקשולי געדויערט צען מינוט אויסצוגעפינען זיין נאמען ווייל אויף זיין וועבסייט וועט קיינער חלילה נישט שרייבן דעם רעבינ'ס נאמען..

סמבטיון » פרייטאג יוני 3, 2022 9:35 am

· #501573
טאמבעל, איך האב באמת נישט קיין אנונג ווי דו גייסט מיט דעם, וואס איך האב געמיינט און וואס איך האב געוואלט, א גאנצע מומחה בתורת הנפש ביזטו מיר געווארן, איך האב זייער הנאה פון זיינע אינטערוויאס, און אזוי האב איך געשריבן. איך האב נישט מער ווי מעורר געווען אן איידיע אז מער מענטשן זאלן הנאה האבן, פון זיינע סחורה, עס איז א מציאות וואס איך האב געהערט פון מערערע מענטשן, אז זיין ענגליש קראצט ווי גלאז אויף נעגל, יא נערוווען נישט נערווען, מום שבך, הער אויף צו האקן אין טשייניק, סגעפעלט דיר נישט וואס איך האב דיר געזאגט, שפרינג אריבער צו אן אנדערע אשכול, אדער שרייב וועגן דיין ווייבס מיסשעיפט זאלציגע קניידליך , (פאר ווער סעגעדענקט).כפלעג הנאה האבן עס צו ליינען.
האב מיר א גוט שבת און א פרייליכן יום טוב

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 11:39 am

· #501587
Re: דורכברוך: די ערשטע אדמו"ר ערשיינט אויף יוטוב
אט אזוי. כהאב הנאה אז כהאב געדרוקט אויף א רויע נערוו..
הגם איך דענק אז נישט אלעמאל האסטו אזוי ליב געהאט צולייענען וואס איך האב געשריבן...

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 3, 2022 1:07 pm

· #501600
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
כ'האב צוגעהערט דעם באראווער רבי. אוועראל מאכט ער א גוטע רושם. א טאלעראנט מענטש. נאר אביסל א SMOOTH TALKER און רעדט ווי כאילו קיינער האט נישט אזוי גוט ארויס ווי אים וואס מיינט אידישקייט. פיין, נישט געפערליך. אבער וואס ער זאגט אז קינדער טאר מען נישט געבן קיין צייט פאר זיך ווייל בטילה מביאה לידי שעמום וכו', זאל ער מיר מוחל זיין איז א שטיקל ממזרות. איינע פון די גרעסטע עוולות וואס כ'שפור מען האט מיר אפגעטוהן אין מיין יוגנט איז דייקא דאס צורויבן דאס ביסל פרייע צייט און עס אנשטופן מיט זאכן, ווי טישן און באטעס, וואס האבן קיין שום לאנג טערם תועלת פאר מיר. אלץ נאר כדי צו איראודן דעם אנכי, למען הכלל. זאל ער מיר נישט ברענגען קיין פסוקים וואס רעדן פון עדאלטס און וואס באציעהן זיך צו ליידיגייערס וואס ארבעטן נישט נאר לעבן אויף צדקות און גאווערנמענט הילף.

מרדכי מרדכי » פרייטאג יוני 3, 2022 5:33 pm

· #501615
נייגעריגע אינגערמאן
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
די ערשטע באמת איז געווען לעבאוויטשע רבי
די לעבאוויטשע רבי ( 😂 ) (ליובאוויטש) האט מען אפגעכאפט פון עם קיין יוטיוב איז נאכנישט געווען

berlbalaguleh » דינסטאג יוני 7, 2022 2:21 am

· #501632
א סאך מאל ווען איינער וויל זאגן עפעס א חידוש, טראכט ער נישט אריין אז דאס קען נישט זיין במציאות. יא. פילם איז שוין געווען (פאר א לאנגע צייט) אבער נישט יו. טוב.

מאוויס איז שוין דא באלד 150 יאר. ווידיא און די.ווי.די. איז ערשט דא 30 יאר.

נייגעריגע אינגערמאן » דינסטאג יוני 7, 2022 5:47 am

· #501637
מרדכי מרדכי
נייגעריגע אינגערמאן
קהל'ס נער
א דורכברוך אין די היימישע קאמיוניטי ווען הרב יעקב יוסף מושקוביץ אדמו"ר מבאראוו ערשיינט אויף יוטוב אויף די לעטס טאלק תכלית שאו מיט אהרן ב.
בקרוב וועלן מיר האפנטליך זעהן נאך אדמו"רים רעדן צי די חסידים דורך די אינטערנעט, ווי למשל לייו סטרימען א טיש אויף טוויטש, אדער פארקויפן מערטש ווי למשל א "בעלזא וועט זיין א ווינקל פאר תורה און יראת שמים" טישירט אדער א "אוי ווי גיט און וואויל וועט זיין בביאת הגואל" קעפ, צי גאר א "גור'ע טרערן טאמבלער" , אדער "באבאב'ער חן" סטיקערס.
עווענטשעלי וועלן די רעבעצינס פון די אדמו"רים ערשיינען אויף "only fan's" צי לערנען דיני צניעות פאר די בית יעקב אלו הנשים.
פארשטייט זיך אז יעדע חסידות וועט האבן א פעיסבוק בלאט, און צען וועט באקימען א הנחה ביי די עדווערטייזערס דורכן ניצען די url פון די באשטימטע קהלה ווי למשל stamps.com/pupa.
פארשטייט זיך אז ווען ס'וועט אויספעלען אן אסיפה דחופה וועט מען מאכן א לייוו אויף אינסטעגרעם.
און די רבי'ס גייען פאוסטן אויף סטאטוס בילדער פון וואס די רעבעצין האט עים אנגעגרייט פאר נאכטמאל.
פארשטייט זיך ר' שאול וועט גאנץ שנעל ווערן גע'בענד פון יוטוב, מיטן אויסרייד אז ער פארשפרייט וויילענס, וועט ער עפענען א ראמבל אקקאונט.
ר' מענדעלע וועט זיין שטארק אקטיוו אויף טיק טאק, ער וועט פאוסטן א דענס צי זיין שוואנצאנות ניגון.
@רביה"ק השלישי האט שוין א געמיינדע אויף רעדיט.
ס'וועט נישט אויספעלן זיך צי טענה'ן וויפיל חסידים יעדע רבי האט, מען וועט פשוט קיקען וויפיל פאלאווערס ער האט אויף יעדע פלאטפארמע, (חוץ אויב די פלאטפארמעס וועלן אויך אנהייבן צי שרייבן חלק מהקהל).
די ערשטע באמת איז געווען לעבאוויטשע רבי
די לעבאוויטשע רבי ( 😂 ) (ליובאוויטש) האט מען אפגעכאפט פון עם קיין יוטיוב איז נאכנישט געווען
די פוינט וואס איך האב געמיינט ארויס צוברענגען איז אז ער איז נישט די ערשטע צו אנערקענען אין טעכנעלאגיע (פון זיין צייט) און עס ניצן לקדושה

שאלתיאל » דינסטאג יוני 7, 2022 12:23 pm

· #501649
ווי קען מען אויסלאזן דעם בנש"ק הרה"צ רבי מענדל ראטה שליט"א משומרי אמונים-רעוואלוציע וואס איז שוין באלד אן אלטגעזעסענער יוטיובער.