☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » נייע דאקומעטארי hallelujah הללו יה לינרד כהן

נייע דאקומעטארי hallelujah הללו יה לינרד כהן

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15326

דוד שריפטליך » מאנטאג מאי 30, 2022 2:02 am

· #501205
נייע דאקומעטארי hallelujah הללו יה לינרד כהן
אין די קומענדיגע וואך אדער חודש קומט ארויס א נייע דאקומענטערי מיט א איבערזיכט איבער די לעבן און שאפן פונעם וועלט בארימטער קאנאדישן זינגער קאמפאזיטער לידער שרייבער און אזוי ווייטער לינארד כהן די נאמען פון די דאקומענטאציע איז hallelujah וואס איז די ענגלישע ווארט אויף הללויה דאס איז געבויט אויף א ניגון וואס איז ערשינען אין זיין אלבוים various positions אויסגעקומען תשמ"ד און איז אויפגעכאפט געווארן אלס א היט אויף אזוי ווייט לויט מאנכע איז דאס ליד די מערסטע פאפולער פונעם יאר הונדערט........... די ניגון רעדט זיך פון דוד המלך איז געווען א מוזיקאנט און אזוי שפילנדיג האט ער געלויבט דעם אייבירשטן........ און נאכדעם האט ער געטראפן בת שבע.......... אויך אין די אידישע מוזיק וועלט איז דאס געווארן באקאנט איינע פון די ווערסיעס איז פון אוהד מושקאוויטש וואס זינגט דאס אויף בואי כלה

דוד שריפטליך » מאנטאג מאי 30, 2022 2:06 am

· #501207
👍

דוד שריפטליך » דינסטאג מאי 31, 2022 1:07 am

· #501308
אויב איינער האט סיי וועלעכע אפדעיט אדער מראה מקום וועגן די דאקומענטארי ווערט געבעטן
אריינשיקן דא אויף דעם אשכול