☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אידן אין תפיסות

אידן אין תפיסות

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1532

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:36 pm

· #36635
אידן אין תפיסות
איך האב פונקט געליינט א באשרייבוג פון שנת תשנ"ה לפ"ק, וואו מען באשרייבט א געוויסער איש חסד וואס האט געטאן פיל חסד.

צווישן די ווערטער ליינט זיך אזוי:
ר .... האט אויך מקיים געווען דער מצוה פון פדיון שבוים מיט אלע הידורים, וואס אין היינטיגע טעג, ווען אידן גייען כמעט נישט זיצן אין תפיסות, מיינט דאס צו העלפן מענטשן אין שווערע געריכטן. פיל געלט און צייט האט ר' ... אריינגעלייגט צו העלפן אידן אין שווערע אנקלאגעס, דינגענדיג די בעסטע לויערס און קומענדיג אין בארירונג מיט די גרעסטע ריכטער, פראבירנדיג זיי איינצופלוסן צו פארלייכטערן דעם גזר-דין אויף אידישע קינדער.
אמאליגע טעג, ווען די רשעי ישראל האבן איינגעזעצט אידן, פלעגן די גרעסטע צדיקים עוסק זיין זיי ארויסצודערזען פון די תפיסות. היינטיגע טעג, ווען מיר לעבן אין א מלכות של חסד, ווי אויך ווערן היימישע געפעכטן געשליכטעט דורך די דיינים ורבנים יושבים על מדון, הערט מען כמעט נישט אז אידן זאלן אנקומען אין קיין תפיסות, וואס מיר דארפן באזונדער דאנקען דעם אויבערשטן דערויף. דעריבער איז די היינטיגע פדיון שבויים געזאגט געווארן אויף קלאגעס וואס קומען פארט אן אין געריכט, וואו עס ווארט אויף א איד גרויסע געלט שטראפן וכדומה.

איך מיין אז די ווערטער רעדן פאר זיך אליין.

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 12:47 pm

· #36639
זייער אינטרעסאנט, און ממש אומגלויבליך!
אזא חילוק אין אזא קורצע צייט!
ה' ישמרנו.

ניו יארק » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:09 pm

· #36707
לאמיר האפן אז בקרוב וועט מען עס שרייבן נאכאמאל.

מורינו הרב » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:29 am

· #36838
הלוואי

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:32 am

· #37211
כ’האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט, אמעריקע איז א מלכות של חסד אבער זיי וועלן דיר זאגן ביז ווי די חסד גייט...... דאס איז ליידער א ציפעדיג ווארט פאר דיע וואס האבן משפחה מיטגלידער אינעם סיסטעם, מ’קען אבער זאגן אז ס’נישט די גאווערמענט וואס איז אינגאנצן שולדיג אין דעם, די קריים ראטע איז ארויף אין דיע פאר יאהר זינט תשנ"ה אויף גאר הויכע שטאפלען

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 5:39 pm

· #37414
נו, פיר אויס.... און עס גייט ווייטער ארויף!

אלא מאי? דער "סיסטעם" האט נישט געהאלפן אפשטעלן די קריימ'ס?
עפעס מוז זיין דא ראנג!
עס מוז זיין א בעסערע עצה, ווייל דאס העלפט נישט!

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:50 pm

· #38138
חכם מחוכם
כ’האב געהערט אמאל פון איינעם א גוט ווארט, אמעריקע איז א מלכות של חסד אבער זיי וועלן דיר זאגן ביז ווי די חסד גייט...... דאס איז ליידער א ציפעדיג ווארט פאר דיע וואס האבן משפחה מיטגלידער אינעם סיסטעם, מ’קען אבער זאגן אז ס’נישט די גאווערמענט וואס איז אינגאנצן שולדיג אין דעם, די קריים ראטע איז ארויף אין דיע פאר יאהר זינט תשנ"ה אויף גאר הויכע שטאפלען


יעדער חסד האט א שיעור, און די מקבלי החסד מוזן זיך לערנען די rules און נישט איבערטרייבן (דאס נעמט נישט אוועק די רחמנות און חויב צו העלפען די וואס פאלן אריין).

דולה ומשקה » דינסטאג יוני 4, 2013 12:46 pm

· #121256
אז איך וויל שיקן בריעוו וכדומה צו אידען אין תפיסה דיירעקט צו אחינו הנתונים בצרה היושבים בחושך וצלמות, ווי אזוי קען איך וויסען זייער אדרעסן?