דער חילוק פון די אמאליגע מחלוקת און די גור'ער טעראר
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15307
דער חילוק פון די אמאליגע מחלוקת און די גור'ער טעראר
איך רעד נישט פון די זאפטיגע מחלוקת'ן וואס האבן זיך אפגעטון 'דערהיים אין יוראפ, נאר איבער די היימישע מחלוקת דאהי אין אמעריקע.
ראש וראשון פארנעמט דעם אויבנאן די מחלוקת פון די ארונים/זאלונים/בני יואל. דאס צווייטע חשוב'ע ארט פארנעמט די (גרויסע) באבוב'ער מחלוקה, צי ס'איז 48 אדער 45, אדער גאר קארטשין. נאכדעם די קלענערע מחלוקת'לעך, ווי בעלעד 58 און סתם בעלעד, צאנז קלויזנבורג/שפע חיים, קראסנא/כונת הלב.
דער צד השוה אין אלע מחלוקת'ן, גרויסע און קליינע, איז אז ס'איז דא 2 אדער 3 צדדים. ביידע דערלאנגען גוטע פארציעס איינער פאר'ן צווייטן. פאר א דרויסנדיגן מענטש וועלכער האט נישט קיין ענגע אינטרעסן אין איינס פון די גרופירונגען, איז בעסער אז ער שטייט ווייט אוועק פון דעם, מ'נעמט נישט קיין צד אין די רייסערייען. משא"כ דער פאל מיט דעם טעראר וואס דער גער'ער רבי שליט"א לאזט אין גאנג אקעגן הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א און זיינע מענטשן דארף זיין א יעדן'ס געשעפט, ווייל דער טעראר איז איינזייטיג. אן אריינגיין אין ווער ס'איז גערעכט, אדער ווער ס'האט געטון דעם ערשטן שריט פון פירוד, די גור'ער עסטאבלישמענט מיט דעם רבי'ן בראש פירן אן א טעראר קמפיין, און ר' שאול און זיינע מענטשן טוען גארנישט צוריק. ס'איז אן ענין פון לא תעמוד על דם רעיך. א יעדער איד איז מחוייב מוחה צו זיין און צוריקהאלטן אויף וויפיהל מ'קען די טעראריסטישע שטיק וואס די גערער חסידים, בהסכמת רבם, פיהרן אן...!
ווער ס'האט פראקטישע עצות וויאזוי מ'קען העלפן די אומשוליגע אידן אין דעם מצב ווערט געבעטן זיך אנצורופן. ותשועה ברוב יועץ...!
די בעסטע עצה איז צו רופען פאליציי אין דינגען סעקוריטי
אז נישט ווערסטו די זעלבע שלעגער
קידוש: ס'איז טאקע געווען א באריכט אדער מערערע באריכטן אין די פרייע מידיא אין א"י אז די פאליס פון די יס"מ (יחידת סיור מיוחדת) האבן באשיצט ר' שאול אלתר פון די פיזישע קלעפ און טעראר וואס די חיות רעות האבן אהערגעשטעלט.
דער חשוב'ער גור'ער רבי שליט"א האט פארלוירן זיין גאנץ אנזעהן און כבוד. ווייל מ'האט נישט געהערט אפילו איין ווארט (אפילו מן השפה ולחוץ) פון מחאה אויף די אלע געוואלדטאטן פון די צעיושעטע חיות. מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!
ר' בערל, הרה"צ מהר"א מסאטמאר שליט"א האט דען יא אמאל מוחה געווען אקעגן די שלעגערייען בימים ההם?
אויבנאויף קען מען אפילו פרעגן מה נשתנה ר' שאול אלתר מבני יואל, ביי בני יואל איז אויך געווען איינזייטיגע טעראר, זיי האבן בכלל נישט טעראריזירט סאטמאר, נאר זיך אפגעטיילט און געעפנט אייגענע מוסדות - גענוי ווי ר' שאול אלתר, און צוליב דעם האבן זיי געליטן ביטערע טעראר. הגם איך פארשטיי דער חילוק איז אז דארטן האט מען עס געעפנט באתרא דמר "אין קרית יואל" וואס איז אפשר א גרעסערע חוצפה ווייל מ'כלומר'שט האט עס באלאנגט פאר'ן ברך משה, אבער די בני יואל האבן געהאלטן אז מען איז משנה פון רבינ'ס דרך און זיי האבן רעכט צו מאכן אייגענע מוסדות, אן צורירן אדער טשעפען צו די סאטמארע מוסדות.
עכ"פ עס איז נישט "אזא" גרויסע חילוק ווי דו מאכסט עס, כאטש א שטיקל דיפערענץ איז יא דא.
אי קשיא הכי קשיא, ווען גייען זיך מענטשן אויסגעלערנט אז טעראר און פעטש העלפט נישט? קיינער גייט נישט טוישן מיינונג ווייל דו פייניגסט אים... אדרבה, אויב עפעס איז עס נאר ווי די גרויסע פראש ביי צפרדע, וכאשר יענו אותו כן ירבה ויפרוץ, אלזא איז דאך ממש א שאד די אלע עבירות וואס מען איז עובר.... התינח ווען עס טוט עפעס אויף, דו ברענגסט צוריק עטליכע מתנגדים צום רבי'ן, אקעי, הער איך כאטש וואס דו ווילסט אויפטון מיט'ן עובר זיין די אלע איסורים, אבער געוואלד, אויסער זיך אויסגעבן דיין כעס און זיך אליינס באשמוצן האסטו גארנישט אויפגעטון... פארוואס לערנסטו זיך נישט אויס פון אנדערע מחלוקת אז קיינער גייט זיך נישט טוישן, ולשוא תוחלתכם?
הרב שמעקעדיג: דו ביסט 100% גערעכט. אבער ביי דעם פאל פון מהר"א שליט"א איז געווען גאר עפעס אנדערש. דא איז נישט געווען אין פלאץ מוחה צו זיין. ווייל ער האט נישט אנגעפיהרט קיין טעראר קאמפיין. ער האט סך הכל געוואלט באשיצן זיין ערליך פארדינטע פאזיציע וואס מען האט געוואלט (שלא ביושר) אוועקרויבן פון איהם. אונז אלע ווייסן וואס די כת זאלונים בהנהגת ר' משה גבאי האבן געטון. און ספעציעל די בני יואל. וועלכע האבן איהם אפן מבזה געווען. זיי האבן געוואלט אוועקנעמען זיין רעכט צו זיין מרא דאתרא אין קר"י. וואס זיין טאטע דער ברך משה האט איהם ממנה געווען. זיין גרופ האט (בחסדי השי"ת) געוואונען. און ער האט געקענט אנהאלטן זיין ערליך פארדינטע הנהגה.
איך האב שוין כמה פעמים דערמאנט אז איך האבמיך זייער שטארק געוואונדערט ווען איך האב געדאוונט א שבת אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען פון די הויפט לוחמים אקעגן ר' אהרן. און דער גאנצער עולם האט זיך באצויגן מיט דעם גרעסטן כבוד און דרך ארץ צו איהם...!
וואס זאגסטו? ער האט נישט אנגעפירט קיין טעראר קאמפיין? אוודאי האט ער זיך נישט אליינס שמוציג געמאכט די הענט, נאר געשיקט זיין ידו אריכתא, אדער לכה"פ האט ער געוואוסט דערפון.
אויב בארעכטיגסטו זיינע שריט, זעה איך נישט וואס איז שלעכט און אומריכטיג מיט דעם צדיק וואס "וועהסט נישט" (ווי דו האסט שוין לכה"פ טויזענט-און-איין מאל חוזק געמאכט דא אין שטיבל) וואס מ'האט שיעור פארברענט א מענטש אין זיין שטעטל, דער צדיק האט אויך סך הכל געוואלט באשיצן זיינע רעכטן וואס ער האט מקבל געווען פון טאטן, און זיך נישט לאזן פון די מהרסים וואס פאלגן נישט אויס די תקנות הקהלה פון דאווענען אין איין ביהמ"ד... וא"כ מאי שנא? ווער מעג יא און ווער נישט?
berlbalagulehהרב שמעקעדיג: דו ביסט 100% גערעכט. אבער ביי דעם פאל פון מהר"א שליט"א איז געווען גאר עפעס אנדערש. דא איז נישט געווען אין פלאץ מוחה צו זיין. ווייל ער האט נישט אנגעפיהרט קיין טעראר קאמפיין. ער האט סך הכל געוואלט באשיצן זיין ערליך פארדינטע פאזיציע וואס מען האט געוואלט (שלא ביושר) אוועקרויבן פון איהם. אונז אלע ווייסן וואס די כת זאלונים בהנהגת ר' משה גבאי האבן געטון. און ספעציעל די בני יואל. וועלכע האבן איהם אפן מבזה געווען. זיי האבן געוואלט אוועקנעמען זיין רעכט צו זיין מרא דאתרא אין קר"י. וואס זיין טאטע דער ברך משה האט איהם ממנה געווען. זיין גרופ האט (בחסדי השי"ת) געוואונען. און ער האט געקענט אנהאלטן זיין ערליך פארדינטע הנהגה.
איך האב שוין כמה פעמים דערמאנט אז איך האבמיך זייער שטארק געוואונדערט ווען איך האב געדאוונט א שבת אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט האט אויך געדאוונט א יונגערמאן וואס זיין טאטע איז געווען פון די הויפט לוחמים אקעגן ר' אהרן. און דער גאנצער עולם האט זיך באצויגן מיט דעם גרעסטן כבוד און דרך ארץ צו איהם...!
מיט די זאלוינים ביזסטו גערעכט, דארט איז עס טאקע געווען א פעיר קריגעריי, מיט אן עדזש פאר מהר"א. אבער בני יואל? וואס האט בני יואל געוואלט צונעמען פון מהר"א? בס"ה האבן זיי געוואלט עפענען מוסדות פאר זיך אליין, און דערפאר האט מען זיי טעראריזירט פאר יארן נאכאנאנד מיט די ארגסטע מיטלען.
ניקס ריכטיג: זיי (די בנ"י) האבן געטון א סאך מער פון דעים. זיי האבן אראפגעבראכן די טאוול מיט'ן נאמען פון מהר"א נעבן זיין פלאטץ אין ביהמ"ד. אויך האבן זיי צוזאמען מיט זייער מנהיג ר' יוסל וואלדמאן נאכגעשריגן אויפ'ן ברך משה און אויף מהר"א אויפ'ן גאס און אנדערע פלעצער. מבזה געווען ברבים. און גערופן נעמען...ביי א יעדע געלעגנהייט....!
שמעקעדיג: איך וויל נישט אז דער אשכול זאלל ווערן א ויכוח איבער דעם צאדיק פון ראקלענד קאונטי, אבער דאך. איך וועל נאר אנרירן ראשי פרקים. אין סקווערער שטעטל איז נישט געווען אפן קיין גרופ וועלכע האבן געקעמפט אקעגן דעם רבי'ן.
לגבי נאר דאווענען אין איין ביהמ"ד, דאס האט דער טאאטע (וועלכער איז געווען א צדיק אמת) איינגעפיהרט. ער האט זיך געהאט זיינע טעמים בשעתו, ווייל אויב ס'וואלט געווען א דעמאקראטיע, וואלט זיך געקענט אנרוקן עפעס א אייניקל פון א באוואוסטע רבי'שע גזע און אוועקנעמען אלעס וואס ער האט אויפגעבויעט מיט הארעוואניע און דמים, תרתי משמע. אבער היינט ווען די רעבא זיצט שוין בטח, וואלט מען געמעגט איינפיהרן א ביסל דעמאקראטיע און פרייהייט, ס'וואלט געמעגט זיין מערערע מניינים שבת קודש, און נישט צווינגען צו גיין די רעבא'ס טיש.
דאס איז גארנישט צו פארגלייכן די מצב אין וועלכן ר' אהרן האט זיך געפינען, ווען עטליכע גרופעס האבן אפן געקעמפט (בשם ה', שטייצעך) אקעגן איהם, און ער האט געדארפט באשיצן זיין פאזיציע. זיכער זענען געווען נישט אנגענעמע געשעהענישן, אזוי ווי שניידן רעדער פון קארס וכדומה, אבער דאס אלעס איז געווען בשעת א מלחמה פאר עקזיסטענץ. די גרעסטע ראיה איז אז היינט רודפ'ט מען קיינעם נישט, אפילו נישט די בנ"י. וואס אין כמה גרויסע חסידות'ן אין אר"י וואלט מען זיי (די מתנגדים) ארויס גע'רודפ'ט עד חרמה. פאר מיר האט טאקע זייער שטארק וויי געטון ווען (וויטריאל) האט גענוצט גויים אנצו'מקל'ען אידן (די בנ"י). א יעדער איז טאקע ארויס אקעגן דעם, אבער מיט אלע אנדערע זאכן איז ער גערעכט. ער איז מרא דאתרא, און סידור קידושין באלאנגט פאר איהם, ער דארף געבן רשות. ס'האט נישט צו טון וואספארא ת"ח דער בעל מסדר קידושין איז, ער איז נישט מרא דאתרא...!
ווער מיר נישט קיין צאפיק צו פארענטפערן דער אלטער סקווערער רבי. ביי אים איז אויך געוועהן טעראר קעגן יחידים. מען האט אייביג געוויסט אז מען ווארפט ארויס ערב שבת בין השמשות, אדער הושענא רבה פאר דער זמן.
דער גערער רעגט אויף מער פאר אין סיבה, ווייל זיי טוהן דער רדיפות בפומבי און בהוראות הוועדה. אנדרעש ווי אין סיי וועלכע אנדערע מחלוקת אדער רדיפות, האט זיך דער רבי אדער קאקער קנאקער קיינמאל נישט ארויס געשטעלט און געזאגט מען זאל גיין יענעם שלאגן וכו'. עס קומט בהסתר. און דער רבי זאגט גאר עס האט נישט מיט אים. משא"כ אין גער איז עס בהוראה.
כשלעצמי בין איך נישט אזוי זיכער אז גער איז א גרעסערע רשע וועגן דעם, סך הכל זענען זיי מער אפען דערוועגן. אפשר מיינט עס אז זיי זענען מער זיכער מיט זיך? אבער א גרעסערע רשע? פארקערט, עס מיינט אז זיי באהאלטן נישט זייערע מעשים נאר זאגט עס בפה מלא. דאס איז זיכער בעסער ווי זיין א מכה רעהו בסתר.
מצד שני אבער, ברענגט עס ארויס די חוצפה גרעסער. א רשע בסתר מיינט ער שעמט זיך כאטש. א רשע בגלוי איז ערגער.
וצריך עיון. ווער איז דער גרעסערע רשע.
בערל איר זאלט מיר אנטשולדיגן. די איינציגסטע חילוק וואס איך זעה אין דיינע ווערטער איז זייער פשוט. פון וועם איך האלט מעג טוהן וואס ער וויל, פון וועם איך האלט נישט טאר נישט.
דער אמת איז פשוט, אז ארבעה אבות נזיקין הן, הצד השווה שבהן שדרכן להזיק.
סאטמאר האט זיך נישט אנגעהויבן צו שלאגן ביי ר' אהרן. סאטמאר האט נאך אין די בראשית יארן געשלאגן און געפייניגט קלויזנבערג און פון דארט האבן זיי א לאנגע ליסטע. אסאך מאל אויף א קליינע פארנעם און אסאך מאל אויף א גרויסע פארנעם. פארגעס נישט אז אפילו דעם ברך משה האט מען געפייניגט. סאטמאר האט א גוטע פאר אידן אריינגעפירט אין שפיטאל. קרית יואל איז נישט פלוצלינג גוט געווארן און אפגעלאזט די בני יואל. קרית יואל האט נישט געהאט קיין ברירה, מחמת כמה סיבות. די שלעגערייען זענען אנגעקומען צו אזא מצב פון רציחה, עס איז געווען ממש מלחמה יעדן טאג, אז עס האט איבערגעדרייט דעם דעת הקהל אז ווען די שלעגערייען גייען ווען ווייטער וואלט ר' אהרן פארלוירן זיינע מענטשן. דער אמת איז נאך מער. 99% פון די וואס האבן אנגעפירט די רציחות האבן איבערגעלאזט ר' אהרן. 99% פון ר' אהרן'ס נאענטסטע מענטשן געווען זענען שוין נישט ביי אים. רוב פון די וואס זענען געווען דעם ברך משה'ס נאענטע פון יענע צייטן האבן פיינט ר' אהרן. און די שאלה איז פארוואס? פרעג זיי אליין און זיי וועלן דיר ענטפערן.
נאך א סיבה פארוואס די בני יואל האט מען צורוה געלאזט איז געווען פונעם לעגאלן שטאנדפונקט. יענע צייטן האט די בני יואל געמאכט שטארקע פראגרעס אין פעדעראל קארט אז ווען די שלעגערייען גייען ווען ווייטער וואלטן די סאטמארע געווען אויף צרות.
די לעצטע סיבה איז געווען אז יענע צייטן האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך אנגעהויבן אריינצוקומען די טעכנאלאגיע, ווידיאו צו כאפן איז געווארן גרינג, סעקיוריטי קעמערעס זענען גאווארן מער גאנגבאר אז עס איז פשוט געווארן שווערער To get away with it.
דער סך הכל איז אז נישט זייער גוטסקייט אדער ערלעכקייט האט זיי אפגעשטעלט פון די רציחות.
דעס וואס די שרייבסט אז מען זעהט בני יואל ביי די ארונישע בתי מדרשים און מען באדערט זיי נישט, בין איך כמעט זיכער אז מען רעדט פון ארונים פון דעם דור פון די מלחמה מיט בני יואל וואס ווילן נישט הערן און געדענקען פון קיין מלחמות. אדרבה רעד נאר צו די וואס געדענקען נאך יענע מלחמות, רוב זענען נאך יעצט טראמאטייזד פון וואס זיי האבן מיטגעהאלטן.
איך האב נישט קיין ספק אז ביי די נעקסטע מלחמה אין סאטמאר וואס גייט מן הסתם זיין אין די נעקסטע צעהן יאר, סיי ביי די ארונים צווישן זיך און סיי ביי די זאלונים צווישן זיך גייט דער נייער דור זיך שלאגן מיט די זעלבע רשעות און רציחה ווי אמאל וואס זיי וועלן זיך נישט דארפן שעמען פון גור.
הרה"ח ר' אהרן משה שווארץ ז"ל פון סאקמער - ירושלים (היינט געפאלט זיין צווייטע יאהרצייט) פלעגט עוסק זיין אין חפצי צדיקים (אנטיקס).
איינע פון די ספרים וואס זענען נתגלגל געווארן צו איהם, איז געוועהן א סידור פונעם בעש"ט הק', וואס איז געוועהן פון די ספריה פונעם פריערדיגן ליובאוויטשער רעבי'ן הריי"צ נ"ע.
נאך וואס נשיא הדור השביעי ה"ה הוכ"ק מליובאוויטש נ"ע, האט געלאזט מודיע זיין לרבים אז יעדער איינער וואס האלט עפעס א חפץ פונעם רעבין דעם שווער'ס ירושה, איז גניבה און ס'איז אזוי ווי מ'האלט א באמבע אין שטוב, האט ר' אהרן משה ז"ל געשיקט דעם טייערן סידור פונעם בעש"ט צום ליובאוויטשער צדיק.
ווען זיינע ידידים האבן עם געפרעגט אויב ער האט אנגעהויבן (חלילה) גלויבן אינעם כח פונעם ליובאוויטש רעבין, האט ער זיי געזאגט: "אז די בעש"ט'ס סידור איז א באמבע האב איך נישט אזוי שטארק מורא,
אבער אז איינער פון די חסידים וואס ווייסט אז איך פארמאג דעם ספר וועט מיר ערלעדיגן א באמבע ביי מיר אין שטוב, דאס האב איך מעהר מורא".
ודפח"ח.
יהיו הדברים לעילוי נשמתו הטהורה לכבוד זיין יאהרצייט, און לכבוד העניין שעוסקים בו כלל ישראל בימים אלו.
berlbalagulehדער חשוב'ער גור'ער רבי שליט"א האט פארלוירן זיין גאנץ אנזעהן און כבוד. ווייל מ'האט נישט געהערט אפילו איין ווארט (אפילו מן השפה ולחוץ) פון מחאה אויף די אלע געוואלדטאטן פון די צעיושעטע חיות. מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא להו...!
אפילו סקווירא רבי האט מוחה געווען ביי די פרשה פון די פייער, קענסטו זיך טענה'ן אויב די מחאה איז געווען גענוג שטארק צו נישט, אבער ער האט זיך געלאזט הערן קעגן דעם.
און יא אפילו ר' אהרן טייטלבוים האט מער ווי איינמאל ארויסגעברענגט אז ער האלט נישט פון די טעראר, נאר די טענה איז געווען אז בתוך די אלע דרשות האט ער אויך גערעדט העצעריש קעגן די צד שכנגד, אבער אפיציעל איז דא פון אים מער ווי איין דרשה ווי ער בעט אז די בחורים זאלן זיך האלטן אין די ראמען.
די איצטיגע פרשה האט נישט זיינס פארגלייך אין די היסטאריע.
איי עם עמבערעסד, סארי.
הערטס ביטע אויף מיט דעי שטותים.
א בני יואל'ער וואס האט געוואלט לעבן רואיג האט פּשוט געדארפט זיצן שטיל און שוין. מען האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט בלויז ווייל ער איז א בני יואל.
איינער וואס זאגט אז בני יואל האט פשוט געוואלט עפענען א מוסד שטילערהייט פאר זיך און מ'האט זיי פשוט געצאפט דאס בלוט, דער קען סימפל נישט קיין היסטאריע.
מיליאנערהערטס ביטע אויף מיט דעי שטותים.
א בני יואל'ער וואס האט געוואלט לעבן רואיג האט פּשוט געדארפט זיצן שטיל און שוין. מען האט קיינמאל קיינעם נישט געטשעפעט בלויז ווייל ער איז א בני יואל.
איינער וואס זאגט אז בני יואל האט פשוט געוואלט עפענען א מוסד שטילערהייט פאר זיך און מ'האט זיי פשוט געצאפט דאס בלוט, דער קען סימפל נישט קיין היסטאריע.
ס'נישט געווען אזויווי אין גור און זיכער נישט ביי די ערוואקסענע אבער איך האב געהערט פון עטליכע ערשט האנטיגע עדות ווי מ'האט גע'רודפ'ט בני יואל'ע קינדער אין קר"י סתם ווייל זיי האבן געלערענט דארט. אזוי אויך בחורים וואס האבן געלערענט אין קר"י ישיבה וואס זייער טאטע'ס זענען געווען בני יואל געשטימט, האט מען גע'רודפ'ט. איך פארשטיי אז דאס איז געטון געווארן דורך קינדער און בחורים אבער די פירערשאפט האט געוויסט דערפון און נישט געשטערט.
דו ווילסט נישט וויסן וואספארא צרות מ'האט זיך אלס צאמגעליטן פון די בני יואלע קינדער אין חדר.
קענסט זיך אליינס פארשטעלן אז קינדער וואס הערן א גאנצן טאג העץ און העיט זענען נישט געקומען ווי וואוילע שעפעלעך אין חדר....
פאר א סיבה האט זיי רביה''ק הברך משה זצ''ל אנגערופן ''ווערעמיגע קינדער''!
מיליאנערדו ווילסט נישט וויסן וואספארא צרות מ'האט זיך אלס צאמגעליטן פון די בני יואלע קינדער אין חדר.
קענסט זיך אליינס פארשטעלן אז קינדער וואס הערן א גאנצן טאג העץ און העיט זענען נישט געקומען ווי וואוילע שעפעלעך אין חדר....
פאר א סיבה האט זיי רביה''ק הברך משה זצ''ל אנגערופן ''ווערעמיגע קינדער''!
איך רעד פון קינדער וואס האבן געלערענט אין בני יואל און נאך חדר ווען מ'האט געשפילט אויפ'ן גאס, וואס מ'האט געטון צו זיי.
אגב, דו פארשעמסט א שוכן עפר.
ב"ה מיליאנער איז שוין דא און מיר גייען יעצט גיין אי סירקלס פאר א פאר פעידזשעס.
פאר א סיבה האט זיי רביה''ק הברך משה זצ''ל אנגערופן ''ווערעמיגע קינדער''!
נעבעך. דער טייטעל פאלט נישט ווייט פון בוים.
ר' אהרן קען שוין זיין א צדיק באלט. מיט אזא חינוך, וואס וויל מען שוין פין אים.
עס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים
1 הרב אהרן טייטלבוים האט בכבודו ובעצמו געשטאנען בראש פין די טעראר און ער אליין האט געשיקט די בחורים צי שלאגען רצחנען שיסען שטיינער פאנטשען פענסטערס פלאצען רעדער וכו' משא“כ הרב יענקל פארשטייט אויך אז דאס איז צי שמיציג האט ער געטראפען איינעם פין קוממיות
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
אויף איינס. ביידע שיקען אליין.
אויף צוויי. זאגסט בעצם גארנישט. שווער צו ענטפערען.
ייעעקקבבעס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים
1 הרב אהרן טייטלבוים האט בכבודו ובעצמו געשטאנען בראש פין די טעראר און ער אליין האט געשיקט די בחורים צי שלאגען רצחנען שיסען שטיינער פאנטשען פענסטערס פלאצען רעדער וכו' משא“כ הרב יענקל פארשטייט אויך אז דאס איז צי שמיציג האט ער געטראפען איינעם פין קוממיות
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
דער תינוק שנולד האט נישט קיין אהנונג אין היסטארי
פון אנהויב תש"מ ביז תשמ"ט ווען די שפעטערדיגע בני יואל זענן נאך געווען אין די קהלה, האט מען געליטן צרות צרורות פון זיי, זיי האבן געווארפן פאשקווילן, בארעדט מיט די ערגסטע לה"ר דעם ב"מ ז"ל און גערודפ'ט מהר"א אויף יעדן טריט און שריט
למשל, די אלטע רעבעצין הצדיקת ע"ה האט אריינגעגעבן א ס"ת אין גרויסן ביהמ"ד אין קר"י, און עס געמאכט דווקא ווען דער ב"מ איז געווען אויף וועיקעישן און אים נישט גערופן,
אויך מהר"א וואס איז געווען ר"מ און געוואינט דארט האט מען נישט גערופן כאטש ער איז דארט געווען, ער האט געזוכט א תירוץ אריינפארן אין שטאדט צו א חתונה (איך געדענק נאך ווער) וואס ער וואלט נישט געפארן סתם אזוי, אבער כדי איינשפארן בזיונות איז ער אוועקגעפארן, דאס איז טראץ דעים וואס זיין רעבעצין איז יעדן שבת געגאנגען באזוכן איר עלטער מומע די רעבעצין אין סיי וועלעכע אומשטענדן
ביים הכנסת ס"ת זענן געווען אלע רבי'ס, וויזניץ, מונקאטש, פאלטיטשאן, וואדיסלאוו (וואס האט זיי גוט אריינגעפליקט ביי זיין דרשה, ווער עס געדענקט) אבער דער םאטמאר רבי אליין האט נישט געמעגט זיין
אויך אלע ליטארעטור מז"ט און אנדערע מודעות אינטערן נאמען קהל ייט"ל איז געווען אן א בנשיאות ווי געווענליך, ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה איז אנגעקומען און געהייסן אוועקנעמען אלע קונטרסים און נישט טיילן (בעיני ראיתי)
תש"מ ווען זיי זענן געקומען באקן מצות אין די בעקערי פאר די רעבעצין (און פאר זיך) אזוי ווי אלע יארן בחייו פון רבי'ן זי"ע און מ' האט זיי געלאזט בכבוד גדולה אט איינער פון זיי געזאגט הויך ביים שיבן "דער סיגעטער אין אויבן" ואין פוצה פה
אזוי קען מען פארציילן 100'טער מעשיות, און ארויסגעבן א בוך פון די יארן אבער הזמן יכלו והם לא יכלו
כדאי צו וויסן אז בנ"י האט זיך נישט געפענט ווען מהר"א האט זיך ארויסגעצויגן אויף קר"י, אויך נישט ווען זיין טאטע האט אים מכתיר געוען פאר רב, רי שנאה האט געפלאצט צוליב א נארישע סיבה
מ' האט געבויעט א בנין פאר די ישיבה קטנה, און דער ב"מ זצ"ל האט געוואלט א נאמען געבן לע"נ זיין דער עצ"ח זצ"ל האט ער באצאלט פארן בנין (אזוי ווי מענטשן טוען אלס) עס זאל הייסן "ישיבת עצי חיים דרבינו יואל מסאטמאר", דאס איז געווען די מכה בפטיש, א נאמען נאכ'ן סיגעטערס טאטע? אז ר' מ"מ פר"מ האט געפענט א ישיבה קטנה פאר אפאר שוואכע בחורים (אזוי האבן זיי געזאגט דעמאלס) און משם יצא העגל הזה
בקיצור די אלע רדיפות אויף זיי איז שוין געווען PAYBACK נישט איך בארעטיג עס אבער דאס איז די מציאות
Re: דער חילוק פון די אמאליגע מחלוקת און די גור'ער טעראר
ס''ה פון דיין תגובה, בנ''י טעראר איז נישט רופן דעם בר''מ צו א הכנסת ס''ת, און אז א פריוואטער מענטש האט געזאגט עפעס א מיאוס ווארט אויף אים, און דאס בארעכטיגט רעדער שטעכעריי, שטיינער ווארפעריי, ווערעמיגע קינדער און שייגעץ ארויס?
קען זיין אז עס איז געווען ערנסטע טעראר פון די בנ''י זייט, איך בין נאך געווען א קליין קינד דעמאלט, אבער דיינע ביישפילן זענען גאנץ שוואך.
(אגב, ווען איז געווען די הכנסת ס''ת? אויב אין די ערשטע יאר צוויי, האלט איך אז עס איז אינגאנצן נישט קיין פראבלעם געווען)
קיינער גייט נישט בארעכטיגן אאיינער פין די צוויי זייטן. נישט דאס איז דער וויכוח דא, וועלכער זייט איז גערעכט. דער וויכוח איז אויב סאטמאר האט זיך דעמאלטס אויפגעפירט ווי גער היינט. און דער תירוץ איז ליידער יא.
מען זוכט חילוקים, אייגענטלעך פארוואס? ווער זאגט עס איז דא? און טאמער זעהט מען היינט איין, דורך גער, אז אונז זענען פונקט אזעלכע רשעים, מיינט אז גער איז בארעכטיגט?
סוף סוף ווייזט עס אז דער רבי סיסטעם איז נישט עפעס וואס קען ארבעטען. די רבי'ס ווערען אריין געצויגן, און אפגעזונדערט, און מלא רשעות, און צום אלעם אפגעטער ל"ע. און יעדער רבי האט זיך זיינע רשעים וואס העלפען אים.
לדעתי דארף מען זיך נעמען צו דער העלפערס רשעים, זיי עקספאוזען און מבזה זיין. אזוי וועלען די רבי'ס נישט האבן קיין העלפערס רשעים. און דאס גייט פאר יעדעס רבי.
ווען מען זעהט א רשע א העלפער איז א שאד זיך איינצורעדען אז אזוי גייט עס, און שמייכלען צו אים. אפגערעדט פין געבן חיזוק. הרחק ממנו כמטחוי קשת, קוק נישט זיין זייט. זיי אים מרחק ווי א אמאליגע זב. עס שטינקט פין זיי רשעות, און דאס איז וואס זיי זענען רשעים.
אונטער חכםס''ה פון דיין תגובה, בנ''י טעראר איז נישט רופן דעם בר''מ צו א הכנסת ס''ת, און אז א פריוואטער מענטש האט געזאגט עפעס א מיאוס ווארט אויף אים, און דאס בארעכטיגט רעדער שטעכעריי, שטיינער ווארפעריי, ווערעמיגע קינדער און שייגעץ ארויס?
קען זיין אז עס איז געווען ערנסטע טעראר פון די בנ''י זייט, איך בין נאך געווען א קליין קינד דעמאלט, אבער דיינע ביישפילן זענען גאנץ שוואך.
(אגב, ווען איז געווען די הכנסת ס''ת? אויב אין די ערשטע יאר צוויי, האלט איך אז עס איז אינגאנצן נישט קיין פראבלעם געווען)
איך האב געשריבן וואס איך האב מיך דערמאנט אויפ'ן פלאץ, ווען איך האב צייט שרייב איך א בוך פון יענע יארן,
א פריוואטער מענטש? איך וויל נישט שרייבן דעם נאמען צוליב וואס ער איז שוין היינט א עלטערער יוד א איש מכובד, אבער אפילו נישט, איינער קומט אריין צו דיר אין שטוב און שעלט דיין טאט'ן איז גארנישט?
די הכנסת ס"ת איז געווען ט"ו אב תשמ"ד, און אפילו די ערשטע אדער צווייטע יאר "האלטסטו" אזוי אן קיין שום הסבר,
סייוי די וואס זאגן אז סאטמאר האט גערודפ'ט אנדערע חסידות'ער, מיינט דאך בני יואל אויך, סא זיי דארפן פארשטיין און בארעכטיגן טעראר, על דאטפת אטפוך (נאר א ווערטעל),
קודם כל, איינער וואס זאגט אז סאטמאר האט געטון דאס וואס גור טוט היינט, איז אדער ווייסט ער נישט וואס גור טוט, אדער האט ער נישט קיין אנונג אין סאטמארע היסטאריע.
סאטמאר האט קיינמאל נישט געטשעפעט קיין מענטש ווייל 'ער איז א בני יואל'. פינטל.
סאטמאר האט מלחמה געהאלטן פאר איר עקזיסטענץ. יא, פאר ווער ס'געדענקט האט סאטמאר זיך זייער שווער צוגעוואוינט צום ברך משה, און בני יואל האט געארבעט אויף אלע פראנטן צו צוקלאפן דעם ברך משה'ס הנהגה ווי מ'האט נאר געקענט. די ברך משה און זיינע געטרייע חסידים האבן לוחם געווען מיט ציין און נעגל קעגן יעדן איינעם וואס האט פרובירט צו אינטערהאקן די הנהגה.
די פראבלעם פון בני יואל איז נישט געווען דאס וואס זיי האבן פערזענליך געטשעפעט דעם ברך משה, כאטש וואס סיי האבן עס געטון למהדרין מן המהדרין, (ס'באקאנט אז איינער - פון א באקאנטע משפחה אין סאטמאר - האט אמאל געפרעגט דעם ברך משה פארוואס ער איז נישט געבליבן אין אוישוויץ מיט זיין ווייב און דריי קינדער! רח''ל.)
מ'האט בלויז קעיר גענומען פון די העצערס און שטערערס. וזהו.
און אזויווי ווילנא חסיד האט געזאגט, אויב האט סאטמאר געטון דאס וואס גור טוט היינט דאן איז ממש די זעלבע זאך מיט בני יואל אויך...
א חסיד פון ווילנא ייעעקקבבעס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים
1 הרב אהרן טייטלבוים האט בכבודו ובעצמו געשטאנען בראש פין די טעראר און ער אליין האט געשיקט די בחורים צי שלאגען רצחנען שיסען שטיינער פאנטשען פענסטערס פלאצען רעדער וכו' משא“כ הרב יענקל פארשטייט אויך אז דאס איז צי שמיציג האט ער געטראפען איינעם פין קוממיות
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
בקיצור די אלע רדיפות אויף זיי איז שוין געווען PAYBACK נישט איך בארעטיג עס אבער דאס איז די מציאות
חסיד, איך געב דיר קרעדיט אויף דיין היסטארישע זכרונות וואס איז טאקע אמת, אבער בעיקר געב איך דיר קרעדיט אויף דיין לעצטן פאראגראף אז ווייאלענס איז נישט בארעכטיגט.
איך וויל נאר צולייגן אז מען דארף געדענקען אז די וואס האבן גערודפט דעם ברך משה מיט ר' אהרן זענען געווען די זעלבע וואס האבן אים מיט נאך אנדערע גערודפט שוין די פינף און צוואנציג יאר פארדעם. די זענען געווען די ערשטע קלאס פון רודפים און שלעגערס. די סאטמארע פון תש"מ און ווייטער זענען די צווייטע קלאס און האבן זיך געלערנט פון די ערשטע קלאס, מעגליך מיט א שמוץ אריבער.
ממילא קום איך צום החלטה אז עס נישטא קיין שום חילוק פון אמאל ביז גור.
מיליאנערקודם כל, איינער וואס זאגט אז סאטמאר האט געטון דאס וואס גור טוט היינט, איז אדער ווייסט ער נישט וואס גור טוט, אדער האט ער נישט קיין אנונג אין סאטמארע היסטאריע.
סאטמאר האט קיינמאל נישט געטשעפעט קיין מענטש ווייל 'ער איז א בני יואל'. פינטל.
סאטמאר האט מלחמה געהאלטן פאר איר עקזיסטענץ. יא, פאר ווער ס'געדענקט האט סאטמאר זיך זייער שווער צוגעוואוינט צום ברך משה, און בני יואל האט געארבעט אויף אלע פראנטן צו צוקלאפן דעם ברך משה'ס הנהגה ווי מ'האט נאר געקענט. די ברך משה און זיינע געטרייע חסידים האבן לוחם געווען מיט ציין און נעגל קעגן יעדן איינעם וואס האט פרובירט צו אינטערהאקן די הנהגה.
די פראבלעם פון בני יואל איז נישט געווען דאס וואס זיי האבן פערזענליך געטשעפעט דעם ברך משה, כאטש וואס סיי האבן עס געטון למהדרין מן המהדרין, (ס'באקאנט אז איינער - פון א באקאנטע משפחה אין סאטמאר - האט אמאל געפרעגט דעם ברך משה פארוואס ער איז נישט געבליבן אין אוישוויץ מיט זיין ווייב און דריי קינדער! רח''ל.)
מ'האט בלויז קעיר גענומען פון די העצערס און שטערערס. וזהו.
און אזויווי ווילנא חסיד האט געזאגט, אויב האט סאטמאר געטון דאס וואס גור טוט היינט דאן איז ממש די זעלבע זאך מיט בני יואל אויך...
באגדאד באב, סארי, מיליאנער, דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס דו רעדסט. דו האסט געלייענט א ביכל פון יאיר וויינשטאק און דו מיינסט אז עס איז עכט. יאיר וויינשטאק האט געמאכט עפעס א ביכל וואס ער האט געוואלט מאכן אינטערעסאנט און איינוועגס טשעפען מיט סאטמאר האט ער געשריבן א מעשה און געמאכט אזעלכע קערעקטערס ווי בני יואל און געמאכט מחלוקת און קריגערייען. וועק דיך אויף און לייג אראפ דיין ביכל. בני יואל עקזיסטירט נאר אויף פעיפער, די מחלוקת און קריגערייען זענען אויך נאר אויף פעיפער. די ריעליטי איז אז סאטמאר האט נאך די זעלבע רבי ווי תש"י, אלעס איז די זעלבע, גארנישט האט זיך נישט געטוישט, אלע סאטמארע חסידים און מתנגדים ווערן באהאנדלט מיט זיידענע הענטשעך, סאטמאר לעבט אינעם יום שכולו טוב.
יצמח פ.: איך וועלל מיך שטעללן נאר אויפף איין נקודה וואס דו זאגסט..."בני יואל עקזיסטירן נאר אויפ פעיער"... ב"ה מ'האט זיי אומשעדליך געמאכט. אבער ס'האט געקאסט ממון ודמים. ווייל זיי זענען געווען די שעדליכסטע גרופ. זיי האבן נישט אדורכגעלאזט א געלעגנהייט צו רודפ'ן און מבזה און מבייש זיין דעם ברך משה און זיין זון און ממלא מקום ר' אהרן.סיי אין ביהמ"ד און סיי אויף די גאס. זיי האבן מיט די הילף און שטילע הסכמה פון די כת זאלונים געוואלט אונטערברענגען די הנהגה סיי פון ב"מ און סיי פון מהר"א.אין סיי וועלכע קהילה אדער חסידות וואלט מען זיי ארויסגערודפ'ט פון וואוינען אין שטעטל. אבער די סאטמאר'ע חסידים תחת הנהגתו פון מהר"א שליט"א האבן נישט געזוכט קיין נקמה. נאר א זיי זאללן איינרוען.
פאר מיר זעהט אויס אז דער ר' ר'ר' יעקקקבבב שטאטערט אויפ'ן מח אויך. נישט נאר מיט די צונג. ער קען נישט תופס זיין אן אנדערע מציאות ווי זיינע מיסאינפארמירטע שיטות.
yatzmachp א חסיד פון ווילנא ייעעקקבבעס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים
1 הרב אהרן טייטלבוים האט בכבודו ובעצמו געשטאנען בראש פין די טעראר און ער אליין האט געשיקט די בחורים צי שלאגען רצחנען שיסען שטיינער פאנטשען פענסטערס פלאצען רעדער וכו' משא“כ הרב יענקל פארשטייט אויך אז דאס איז צי שמיציג האט ער געטראפען איינעם פין קוממיות
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
בקיצור די אלע רדיפות אויף זיי איז שוין געווען PAYBACK נישט איך בארעטיג עס אבער דאס איז די מציאות
חסיד, איך געב דיר קרעדיט אויף דיין היסטארישע זכרונות וואס איז טאקע אמת, אבער בעיקר געב איך דיר קרעדיט אויף דיין לעצטן פאראגראף אז ווייאלענס איז נישט בארעכטיגט.
איך וויל נאר צולייגן אז מען דארף געדענקען אז די וואס האבן גערודפט דעם ברך משה מיט ר' אהרן זענען געווען די זעלבע וואס האבן אים מיט נאך אנדערע גערודפט שוין די פינף און צוואנציג יאר פארדעם. די זענען געווען די ערשטע קלאס פון רודפים און שלעגערס. די סאטמארע פון תש"מ און ווייטער זענען די צווייטע קלאס און האבן זיך געלערנט פון די ערשטע קלאס, מעגליך מיט א שמוץ אריבער.
ממילא קום איך צום החלטה אז עס נישטא קיין שום חילוק פון אמאל ביז גור.
נאך קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר א מציאות פון הותרה דמם בלויז ווייל מפאררופט זיך אלס מתנגד, שונא, זאלי, ארויני, בני יואל. נישט געווען אזא זאך. ביי קיין שום צד אין סאטמאר. (געווארפן פון פאזיציעס יא, אסאך מאל אומבארעכטיגט, אבער ווייט נישט קיין הותרה דמם)
אדרבה קום אריין מיט עפעס קלארע היסטאריע אויב האלטסטו אז איך בין נישט גערעכט.
ייעעקקבב

דאס איז אזוי נישט ריכטיג פאקטעש, קודם כל ר' שאול האט קיינע נישט אנגעקוקט אלס רבי נאר אלס ראש ישיבה, נאר נאך וואס גור'ער רבי האט געטוישט דער גאנצע מהלך פון חסידות האבען זיי זיך אנגעהאנגען אין ר' שאול אלס רבי, סיי האט גור'ער רבי געטוישט פון עיון צו בקיאות, און סיי אז ער האט גארנישט פארקויפט פאר יאר'ן און דער חסידות האט זיך געטוישט פון אן עם חכם ונבון צו א אויבערפלעכליכע חסידות וואס מ'שאקעלט זיך אויפ'ן פארענשטעס אן האבען קיין רבי וואס איז מעורר הלבבות. (ס'איז געווען דער מערסטע דומה צו דער לב שמחה'ס נישט געזונטע יאר'ן, ס'איז געווען א סיסטעם אבער נישט קיין רבי).
פאר דער גור'ער רבי האט געטוישט האט ר' שאול געהאט דער זעלבע פאזיציע וואס זיין פאטער האט געהאט אלע יאר'ן און נישט מער, דער שליחים פון גור'ער רבי'ן האט עס פארדראסען אז ר' שאול איז אזא מוצלח און פון דארט האט זיך אנגעהויבען אלע רדיפות קעגען דער קינדער פון פני מנחם, דער ערשטע זאך איז געווען נישט ערלובען מאכען בר מצוה אין ישיבה אזוי ווי זיין פאטער דער פני מנחם האט געטוהן, און נאכ'ן דרוקען הזמנות האט מען עס געדארפט טוישען.
א שטיק צייט נאכדעם האט מען מבטל געווען דער דרשה פון ר' שאול צו רעדען ביי דער מפעל הש"ס פון צאנז נאך פרעשאר פון שליחים פון גור'ער רבי'ן (ממש לעצטענס איז נתברר געווארען אז דער גור'ער רבי'ס שליחים זענען געווען אויפגערעגט נאך אויף דער פני מנחם פאר'ן ממנה זיין זיין זוהן אלס ראש ישיבה, וואס זיי האבען געהאלטען אז דער פני מנחם טאר נישט ממנה זיין איינער פון זיינע קינדער אן צוזאמען מיט דעם אויך אויפנעמען דער היינטיגער גור'ער רבי'ס קינדער).
מיליאנער yatzmachp א חסיד פון ווילנא ייעעקקבבעס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים

איך גיי מיך מיט דיר נישט טעהנע'ן איבער היסטארישע מציאות ווייל די האסט א מנהג פון מכחיש זיין שמש בצהריים. איך גיי נאר רעדן פון עפעס מעשה וואס איך האב געלייענט נישט לאנג צוריק אויף קאווע שטיבל און אפילו דעס גייסטו אויך מכחיש זיין ווייל פון דיין שרייבן זעה איך איז דו ביזט מער א באצאלטער פראפעגאנדיסט ווי א שרייבער פון אייגענעם געדאנק.
אין קרית יואל קומט פאר א מחלוקה צווישן צוויי צייטונגען. עס איז קלאר אז איינס באלאנגט צו איין קהילה און איינס צו א צווייטע. איינער וויל אינטערברענגען דעם צווייטן האט ער אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון טעראר קעגן געשעפטן וואס האבן גארנישט צו טאן מיט די מחלוקה, קעגן אנדערע פאבליקעישנס און מען סטראשעט מיט אונטערברענגען אויב מען שטעלט זיך נישט צו צום מחלוקת. ביי מיר איז סטראשען יענעמס פרנסה פונקט אזוי שלעכט ווי לייגן אין שפיטאל. אין אלע דורות האבן די גוים ווען זיי האבן נישט געקענט הרגענען אידן האבן זיי זיכער געמאכט אז זיי זאלן נישט קענען האבן פרנסה. ווייל אלעס איז היינו הך, רשעות. מן הסתם דו האלטסט אז עס איז בארעכטיגט, עט ליעסט אזוי גייסטו שרייבן ווייל פאר דעם באצאלט מען דיר. דור המבול, סדום ועמורה איז נישט נאר באשטאנען פון א קליין בעטל. עס איז באשטאנען פון סיסטעמאטיש גנבענען פחות משווה פרוטה אז מען זאל נישט קענען תובע זיין. די צייטונג מחלוקה איז נישט אויסגעהאלטן אידישלעך און נישט גואישלעך און נישט מענטשליך. און דאס ווייזט טאקע אז זיי זענען עלול אויף שפיכות דמים אזוי ווי די גורע. די איינציגסטע סיבה פארוואס די ארונים זענען נישט שופך דם איז נישט ווייל זיי זענען צדיקים, נאר ווייל מען וועט זיי כאפן. די זאכן וואס זיי האבן נישט מורא אז מען וועט זיי כאפן טוען זיי טאקע אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל א פרא אדם בלייבט א פרא אדם.
yatzmachp[

אין קרית יואל
וויליאמסבורג קומט פאר א מחלוקה צווישן צוויי צייטונגען
דער איד און דער נלאט. עס איז קלאר אז איינס באלאנגט צו איין קהילה און איינס צו א צווייטע. איינער וויל אינטערברענגען דעם צווייטן האט ער אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון טעראר קעגן געשעפטן וואס האבן גארנישט צו טאן מיט די מחלוקה, קעגן אנדערע פאבליקעישנס און מען סטראשעט מיט אונטערברענגען אויב מען שטעלט זיך נישט צו צום מחלוקת. ביי מיר איז סטראשען יענעמס פרנסה פונקט אזוי שלעכט ווי לייגן אין שפיטאל. אין אלע דורות האבן די גוים ווען זיי האבן נישט געקענט הרגענען אידן האבן זיי זיכער געמאכט אז זיי זאלן נישט קענען האבן פרנסה. ווייל אלעס איז היינו הך, רשעות. מן הסתם דו האלטסט אז עס איז בארעכטיגט, עט ליעסט אזוי גייסטו שרייבן ווייל פאר דעם באצאלט מען דיר. דור המבול, סדום ועמורה איז נישט נאר באשטאנען פון א קליין בעטל. עס איז באשטאנען פון סיסטעמאטיש גנבענען פחות משווה אז מען זאל נישט קענען תובע זיין. די צייטונג מחלוקה איז נישט אויסגעהאלטן אידישלעך און נישט גואישלעך און נישט מענטשליך. און דאס ווייזט טאקע אז זיי זענען עלול אויף שפיכות דמים אזוי ווי די גורע. די איינציגסטע סיבה פארוואס די ארונים זענען נישט שופך דם איז נישט ווייל זיי זענען צדיקים, נאר ווייל מען וועט זיי כאפן. די זאכן וואס זיי האבן נישט מורא אז מען וועט זיי כאפן טוען זיי טאקע אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל א פרא אדם בלייבט א פרא אדם.[/quote]
גיי צוריק 20 יאר, מיט וואס איך האב געטוישט
אגב הרב יענקלס מענטשען זאגען אויך אז ר' שאולס מענטשען האבען ארום געשיקט פאסט קעגן הרב יענקל
בורו פארק ייעעקקבב
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
דאס איז אזוי נישט ריכטיג פאקטעש, קודם כל ר' שאול האט קיינע נישט אנגעקוקט אלס רבי נאר אלס ראש ישיבה, נאר נאך וואס גור'ער רבי האט געטוישט דער גאנצע מהלך פון חסידות האבען זיי זיך אנגעהאנגען אין ר' שאול אלס רבי, סיי האט גור'ער רבי געטוישט פון עיון צו בקיאות, און סיי אז ער האט גארנישט פארקויפט פאר יאר'ן און דער חסידות האט זיך געטוישט פון אן עם חכם ונבון צו א אויבערפלעכליכע חסידות וואס מ'שאקעלט זיך אויפ'ן פארענשטעס אן האבען קיין רבי וואס איז מעורר הלבבות. (ס'איז געווען דער מערסטע דומה צו דער לב שמחה'ס נישט געזונטע יאר'ן, ס'איז געווען א סיסטעם אבער נישט קיין רבי).
פאר דער גור'ער רבי האט געטוישט האט ר' שאול געהאט דער זעלבע פאזיציע וואס זיין פאטער האט געהאט אלע יאר'ן און נישט מער, דער שליחים פון גור'ער רבי'ן האט עס פארדראסען אז ר' שאול איז אזא מוצלח און פון דארט האט זיך אנגעהויבען אלע רדיפות קעגען דער קינדער פון פני מנחם, דער ערשטע זאך איז געווען נישט ערלובען מאכען בר מצוה אין ישיבה אזוי ווי זיין פאטער דער פני מנחם האט געטוהן, און נאכ'ן דרוקען הזמנות האט מען עס געדארפט טוישען.
א שטיק צייט נאכדעם האט מען מבטל געווען דער דרשה פון ר' שאול צו רעדען ביי דער מפעל הש"ס פון צאנז נאך פרעשאר פון שליחים פון גור'ער רבי'ן (ממש לעצטענס איז נתברר געווארען אז דער גור'ער רבי'ס שליחים זענען געווען אויפגערעגט נאך אויף דער פני מנחם פאר'ן ממנה זיין זיין זוהן אלס ראש ישיבה, וואס זיי האבען געהאלטען אז דער פני מנחם טאר נישט ממנה זיין איינער פון זיינע קינדער אן צוזאמען מיט דעם אויך אויפנעמען דער היינטיגער גור'ער רבי'ס קינדער).
איך האב ח“ו נישט געמיינט צי געבן גערעכטיקייט פאר הרב יענקלס טעראר איך זאג נאר אז זיי האבען עפעס אזא תורה אז וועגן זיי זענען תלמידים פין ר' שאול זענען זיי זיינע חסידים ממילא ווען מען האט געשיקט צי גורע ישיבה דעמאלטס האט דעיס געמאכט אז מען איז געווארען מתנגדים פין הרב יענקל
א חסיד פון ווילנא yatzmachp[
נאך קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר א מציאות פון הותרה דמם בלויז ווייל מפאררופט זיך אלס מתנגד, שונא, זאלי, ארויני, בני יואל. נישט געווען אזא זאך. ביי קיין שום צד אין סאטמאר. (געווארפן פון פאזיציעס יא, אסאך מאל אומבארעכטיגט, אבער ווייט נישט קיין הותרה דמם)
אדרבה קום אריין מיט עפעס קלארע היסטאריע אויב האלטסטו אז איך בין נישט גערעכט.
איך גיי מיך מיט דיר נישט טעהנע'ן איבער היסטארישע מציאות ווייל די האסט א מנהג פון מכחיש זיין שמש בצהריים. איך גיי נאר רעדן פון עפעס מעשה וואס איך האב געלייענט נישט לאנג צוריק אויף קאווע שטיבל און אפילו דעס גייסטו אויך מכחיש זיין ווייל פון דיין שרייבן זעה איך איז דו ביזט מער א באצאלטער פראפעגאנדיסט ווי א שרייבער פון אייגענעם געדאנק.
אין קרית יואל
וויליאמסבורג קומט פאר א מחלוקה צווישן צוויי צייטונגען
דער איד און דער נלאט. עס איז קלאר אז איינס באלאנגט צו איין קהילה און איינס צו א צווייטע. איינער וויל אינטערברענגען דעם צווייטן האט ער אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון טעראר קעגן געשעפטן וואס האבן גארנישט צו טאן מיט די מחלוקה, קעגן אנדערע פאבליקעישנס און מען סטראשעט מיט אונטערברענגען אויב מען שטעלט זיך נישט צו צום מחלוקת. ביי מיר איז סטראשען יענעמס פרנסה פונקט אזוי שלעכט ווי לייגן אין שפיטאל. אין אלע דורות האבן די גוים ווען זיי האבן נישט געקענט הרגענען אידן האבן זיי זיכער געמאכט אז זיי זאלן נישט קענען האבן פרנסה. ווייל אלעס איז היינו הך, רשעות. מן הסתם דו האלטסט אז עס איז בארעכטיגט, עט ליעסט אזוי גייסטו שרייבן ווייל פאר דעם באצאלט מען דיר. דור המבול, סדום ועמורה איז נישט נאר באשטאנען פון א קליין בעטל. עס איז באשטאנען פון סיסטעמאטיש גנבענען פחות משווה אז מען זאל נישט קענען תובע זיין. די צייטונג מחלוקה איז נישט אויסגעהאלטן אידישלעך און נישט גואישלעך און נישט מענטשליך. און דאס ווייזט טאקע אז זיי זענען עלול אויף שפיכות דמים אזוי ווי די גורע. די איינציגסטע סיבה פארוואס די ארונים זענען נישט שופך דם איז נישט ווייל זיי זענען צדיקים, נאר ווייל מען וועט זיי כאפן. די זאכן וואס זיי האבן נישט מורא אז מען וועט זיי כאפן טוען זיי טאקע אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל א פרא אדם בלייבט א פרא אדם.
גיי צוריק 20 יאר, מיט וואס איך האב געטוישט[/quote]
We are on the same page
yatzmachp מיליאנער yatzmachp[quote
נאך קיינמאל נישט געווען אין סאטמאר א מציאות פון הותרה דמם בלויז ווייל מפאררופט זיך אלס מתנגד, שונא, זאלי, ארויני, בני יואל. נישט געווען אזא זאך. ביי קיין שום צד אין סאטמאר. (געווארפן פון פאזיציעס יא, אסאך מאל אומבארעכטיגט, אבער ווייט נישט קיין הותרה דמם)
אדרבה קום אריין מיט עפעס קלארע היסטאריע אויב האלטסטו אז איך בין נישט גערעכט.
איך גיי מיך מיט דיר נישט טעהנע'ן איבער היסטארישע מציאות ווייל די האסט א מנהג פון מכחיש זיין שמש בצהריים. איך גיי נאר רעדן פון עפעס מעשה וואס איך האב געלייענט נישט לאנג צוריק אויף קאווע שטיבל און אפילו דעס גייסטו אויך מכחיש זיין ווייל פון דיין שרייבן זעה איך איז דו ביזט מער א באצאלטער פראפעגאנדיסט ווי א שרייבער פון אייגענעם געדאנק.
אין קרית יואל קומט פאר א מחלוקה צווישן צוויי צייטונגען. עס איז קלאר אז איינס באלאנגט צו איין קהילה און איינס צו א צווייטע. איינער וויל אינטערברענגען דעם צווייטן האט ער אנגעהויבן מיט א קאמפיין פון טעראר קעגן געשעפטן וואס האבן גארנישט צו טאן מיט די מחלוקה, קעגן אנדערע פאבליקעישנס און מען סטראשעט מיט אונטערברענגען אויב מען שטעלט זיך נישט צו צום מחלוקת. ביי מיר איז סטראשען יענעמס פרנסה פונקט אזוי שלעכט ווי לייגן אין שפיטאל. אין אלע דורות האבן די גוים ווען זיי האבן נישט געקענט הרגענען אידן האבן זיי זיכער געמאכט אז זיי זאלן נישט קענען האבן פרנסה. ווייל אלעס איז היינו הך, רשעות. מן הסתם דו האלטסט אז עס איז בארעכטיגט, עט ליעסט אזוי גייסטו שרייבן ווייל פאר דעם באצאלט מען דיר. דור המבול, סדום ועמורה איז נישט נאר באשטאנען פון א קליין בעטל. עס איז באשטאנען פון סיסטעמאטיש גנבענען פחות משווה פרוטה אז מען זאל נישט קענען תובע זיין. די צייטונג מחלוקה איז נישט אויסגעהאלטן אידישלעך און נישט גואישלעך און נישט מענטשליך. און דאס ווייזט טאקע אז זיי זענען עלול אויף שפיכות דמים אזוי ווי די גורע. די איינציגסטע סיבה פארוואס די ארונים זענען נישט שופך דם איז נישט ווייל זיי זענען צדיקים, נאר ווייל מען וועט זיי כאפן. די זאכן וואס זיי האבן נישט מורא אז מען וועט זיי כאפן טוען זיי טאקע אפילו עס איז נישט אויסגעהאלטן, ווייל א פרא אדם בלייבט א פרא אדם.
לשיטתך אז איך בין א באצאלטע פראפאגאנדיסט דאן פארוואס האקסטו מיר אינטער די פרנסה? ממש ווי אין מיטלאלטער! אה, דיין תירוץ וועט זיין אז די היתר איז ווייל איך רייס אראפ אידן, מיט ליצנות און שקרים, בערך אזא טענה האבן די ארוינים אויפן וואכנשריפט.
ווערטלעך אין א זייט. די נושא דא איז נישט איבער א ספעציפישע נושא, יעדע זאך פארשטייט יעדער קען מען אנקוקן בארעכטיגט און מען קען עס אנקוקן טעראריזם, אבער דו וועסט מוזן מודה זיין אז יעדע ארוינישע טעראר אקט איז געווען געצילט קעגן א געוויסע ציל און באגלייט מיט א ספעציפישע סיבה. יא גערעכט נישט גערעכט.
אודאי גייסטו האלטן אז די סיבה איז פאלש און אז די 'אמתע' ציל איז פאער און טעראר וכו' אבער במציאות האט מען קיינמאל קיינמאל נישט געפייניגט א מענטש וואס זיין איינציגע חטא איז געווען אז ער באלאנגט צו די צד שכנגד. אפילו די וואכנשריפט איז אנגעגאנגען רואיג פאר יארן ביז ער האט אנגעהויבן זיין נארישע ליצנות.
ביזט קלאר?
אין פורום אוצר החכמה האנדלט זיך א שטיקל משא ומתן איבער די פאגראם פון שבת בחוקותי תשפ"ב,
ביי
איינע פון די תגובות האב איך באמערקט אן אינטערסאנטע גערע טענה:
אילו היה הפני מנחם מאריך ימים, והיה מכתיר בצוואתו את בנו הגר"ש, והיו כל חס"ג מכתירים אותו לאדמו"ר.
או אז היה הגר"ש אלתר עושה לבן דודו, בדיוק בדיוק מה שעשה לו. והסרט שאנחנו רואים עכשיו היה קורה בדיוק אותו הדבר.
הבעיה היחידה היא שהפני מנחם לא האריך ימים. אבל התסריט הזה צפוי מראש והיה קורה בכל מקרה.
ומי שחושב שאם הגר"ש אלתר היה האדמו"ר מגור, לא היה מחולל לבן דודו ולאנשיו בדיוק את מה שהם מחוללים, סימן שהוא ליטאי או ספרדי או חסיד איזה שלא יהיה, רק לא חסיד גור.
כלומר אז לו יצוייר וואלט ר' שאל געהאט א גרעסע עולם, אדער וואלט גאר איבערגענומען די מעיין-גער, וואלטן ער מיט זיינע נאכפאלגער אנגעפירט די זעלבע שגץ-שטיק ווי וואס מיר האבן געזעהן פארלאפענעם שבת אויפן צד שכנגדם.
איך וויל נישט אריינגיין אויב ס'איז האט בכלל אן אחיזה אין מציאות.
נאר אפילו אויב ס'איז דא א קליינע טשענס אז יא,
דארף ר' שאל זיין אזוי דאנקבאר פאר די א.ג. 'ועדה' פאר א יעדע קינד וועלעכע זיי האבן געקידנעפט פון די וואס זענען אריבער צו עם.
וואס דאס האט כידוע גורם געוועהן אז חברה וועלעכע האבן געפלאנט אריבערצוגיין צו זיין קהילהב זאלן זיך נישט דערוואגן צו דאס טוהן,
וועלעכע טאטע וויל פארלירן איינס אדער מעהר פון זיינע קינדער ח"ו, קען זיין ס'איז בעסער זיך צו דרייען צווישן נחשים ועקרבים, איך קען נישט דן זיין.
ווייל אויב וואלטן זיי דאס נישט געטוהן, וואלט ער באקומען א גרעסערע עולם און דאן וואלט ער געוועהן דער זעלבע רשע עריץ ואכזר ווי דער קאזין פון אריבער די גאס,
איך ווייס נישט אויב ס'האט בכלל אן אחיזה במציאות, אבער אויב יא, לדעתי, האט זיך דאס עם זייער געלוינט.
דער וואס שרייבט עס מוז זיין א גור'ער חסיד פון די לעצטע 25 יאר, דאס מיינט נישט עלטער פון 38, דער גור'ער רבי איז געווארען רבי 25 יאר צורוק, און ער ווייסט נישט ווי אזוי גור האט אויסגעקוקט מיט אנדערע רבי'ס. יא, אודאי אין גור איז דער רבי אלעמאל געווען הייליג נישט אזוי ווי סאטמאר, אבער דער וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף איז נישט געווען אזוי אמאל, די רבי'ס האבען אלעמאל מוחה געווען אויף טעראר און שייגעץ שטיק, דער פני מנחם האט אלעמאל מוותר געווען און געשיקט גרוסען פאר זיינע גרעסטע שונאים, דער שליחים פון דער היינטיגע גור'ע רבי'ן, דער היינטיגע גור'ער רבי'ן האט בזמן פון דער הנהגה פון פני מנחם געפירט א גאנצע רבי'סטיווע אין בני ברק און אפי' געהאט א ישיבה וואס האט איהם געפאלגט און נישט דער פני מנחם, דער ישיבה הייסט מאור ישראל אין בני ברק, מענטשען זענען געפארען קיין בני ברק נסיעות צו דער היינטיגע גור'ע רבי'ן, געפאר'ן מיטצוהאלטען חנוכה לעטכלעך, און אזוי ווייטער, און דער פני מנחם האט גארנישט געטון נאר פארקערט, מקרב געווען אין יעדע געלעגענהייט.
יא, אין די נישט געזונטע יאר'ן פון דעם לב שמחה האט דער היינטיגער רבי שוין געפירט אין בני ברק און ער האט עס קיינמאל נישט אויפגעגעבן, אבער דער פני מנחם האט געפירט דעמאלסט אין ירושלים ווען דער לב שמחה איז געווען נישט געזונט, און דער ירושלים'דיגע עולם ברובו האט געהאלטען פון דעם פני מנחם מער ווי פון דער היינטיגער גור'ע רבי'ן. ס'איז געווען א גרויסע חילוק שוין דעמאלט צווישן זיי, דער פני מנחם האט געפירט מער מיט דער דרך התורה און בנעימות און געווען בידידות מיט אלע גדולים פון אלע שיכטען און קרייזען, און דער היינטיגע רבי'ן האט אוועקגעמאכט לערנען בעמקות און ער האט זיך נישט געהאלטען גוט מיט קיין איין גדול פון בני ברק, ער האט זיך קיינמאל נישט געטראפען מיט הרב שך און נישט מיט ר' חיים קנייבסקי, אפי' ער האט געוואוינט אויף דער זעלבע גאס ווי איהם.
סאו צו זאגען אז דער ראש ישיבה ווען ער נעמט איבער פון דער פני מנחם וואלט געווען דער זעלבע פון היינטיגע גור איז פשוט פארדרייט דער מציאות.
א חסיד פון ווילנא ייעעקקבבעס איז דא 2 חילוקים פין די טעראר פין הרב יענקל אלטער און הרב אהרן טייטלבוים
1 הרב אהרן טייטלבוים האט בכבודו ובעצמו געשטאנען בראש פין די טעראר און ער אליין האט געשיקט די בחורים צי שלאגען רצחנען שיסען שטיינער פאנטשען פענסטערס פלאצען רעדער וכו' משא“כ הרב יענקל פארשטייט אויך אז דאס איז צי שמיציג האט ער געטראפען איינעם פין קוממיות
2 הרב אהרן טייטלבוים האט גערודפט אימשלידיגע יודען אן קיין שום תירוץ נאר ווייל זיי האבען זיך נישט געביקט פאר דעם טמאנע דל גאה משא“כ הרב יענקל האט כאטשיק א א“ג תירוץ אז ר' שאול כאפט אים צי זיינע חסידים וואס רוב פין זיי האבען טאקע אנגעניקפט א קשר מיט ר' שאול און הרב יענקלס ישיבה ווען ר' שאול איז געווען דארט ראש ישיבה
דער תינוק שנולד האט נישט קיין אהנונג אין היסטארי
פון איין זייט האמיר א תינוק שנולד וואס האט נישט קיין אנונג אין היסטארי און פון די צווייטע זייט איז דא א זקן וואס האט אלעס מיטגעהאלטן אבער פראבירט צו פארדרייען היסטארי.
אלזא, וועם גלייבט מען דא?