☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » Archive Option

Archive Option

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15306

יאסל ראקאווער » מאנטאג מאי 23, 2022 9:23 am

· #500691
Archive Option
וואטסעפ האט א אפשען צו archiven communication פון א מענטש אדער א גרופע. די מעלה איז פשוט, ס'איז דא זאכען וואס א מענטש וויל נישט זעען נאר ווען ער וויל עס זעען. למשל די גערע מחלוקות איז עפעס וואס איך וויל נישט זעען יעדעס מאל איך קום אריין אין קאווע שטיבל. איך האב עס געזען און יעצט וויל איך מאכן א טשויס אז איך וויל נישט ווערן דערמאנט דערפון. דא קומט אריין Archive. ס'איז ווי איינער זאגט איך וויל נישט זעען זנות ביז ווי לאנג איך וויל עס. שטופ מיר עס נישט אריין אין מויל אריין און רייץ מיר נישט אן דערפאר.

די גרויסע עד קאמפאניס ווי גוגעל האט אויך די אפציע Don't show me this ad again.

ס'מאכט מיר קראנק צו זעען וואס גייט פאר אין גער. באמת מאכט מיר קראנק די זעלבע זאכן ביי מיר אין שטאט אויך - וסדנא דארעא חד הוא. די מחלוקת איז די זעלבע ביי אונז מיט אנדערע לבושים. ווי ברייט באשריבן ליידט די היימישע קהילות ארום די גאנצע וועלט דערפון. אבער גער in particular אינטערעסירט מיר ממש נישט ווייל צוזאמען מיט וויזניץ בני ברק האב איך זיי אויסגעשלאסן פון די כלל. איי זיי גייען אנגעטון אין די זעלבע קאלירן ווי מיינע שכנים און געשוויסטער? אבער אין אנכי השם אלוקיך גלייבען זיי נישט און ביי מיר אינדערהיים זעע איך זיי נישט. קיין חברים דארט האב איך נישט. וויל איך די מחלוקת נישט הערן פון.

מילא וואלט איך שטארק געוואלט בעטן די גאר חשובע מנהלים צו זעען אויב מ'קען דאס פראגראמען פאר אונז.

יעקב מעקסוועל » מאנטאג מאי 23, 2022 4:55 pm

· #500709
איך מיין מען קען פשוט צוריק עפענען צימעס. עטליכע יאר צוריק האט מען געקענט מיינען אז עס איז שוין צייט צו פארמאכן צימעס, ווייל כלל ישראל איז שוין מער ערוואקסן. למעשה גייען פאר זאכן וואס וואלט געווען א חידוש אפילו אין די פריערדיגע דורות...

די גור'ע מערכה גייט שוין אן פאר היפש א וויילע, הקדוש ר' מענדעלע איז אויך מחדש פרישע חידושים פון צייט צו צייט, די אשכולות פון סידור קידושין והגלילות האלטן אויך אין איין ארויפקומען. איך מיין דאס אלעס באלאנגט אין צימעס און שוין. מען קען אויך האבן א פארום פאר נארמאלע נייעס אין די קהילות, איך ווייס נאר נישט אויב עס איז דא אן אינטערעסע צו ליינען די זאכן דא אויף ק"ש.

מרדכי מרדכי » מאנטאג מאי 23, 2022 5:41 pm

· #500713
אז מען רעדט שוין פון טוישן זאכן אויף דעם סייט
אויב קען מען זאל מען מאכן קאווע שטיבל מער פרענדלי אזוי ווי אייוועלט מען זאל נישט אלכס קאפירן פון דארט אבער בבחינת תוכו אכל קליפתו זרק

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג מאי 26, 2022 10:40 am

· #500965
נאך א גוטע זאך וואס די יעניגע האבן איז אז מען קען זיך איינשרייבן און באקומען נאטיפיקאציעס פון אשכולות הלוואי מאכט מען עס דא אויכעט

סאנטיאגא » פרייטאג מאי 27, 2022 2:02 pm

· #501091
[ציטאט אראפגענומען]
נישט צו פארדרייען דעם שמועס אבער איך האב עס געשריבן אין קאמענטארן, א דיליט קנעפל פאר יעדע ניק איז שייך מיט די phpbb סאפטוועיר?

ברוינשטיין » פרייטאג מאי 27, 2022 2:35 pm

· #501096
Re: Archive Option
[ציטאט אראפגענומען]
אויפן עפפ קען מען דריקן אויבן רעכטס אויפן check lable

מרדכי מרדכי » פרייטאג מאי 27, 2022 2:52 pm

· #501102
[ציטאט אראפגענומען]
שכוח. איך בין שוין דא עטליכע יאר און איך האב ניטאמאל געוויסט פון דעם

מרדכי מרדכי » פרייטאג מאי 27, 2022 6:49 pm

· #501111
[ציטאט אראפגענומען]
א נאטיפיקאציע אויפן זייטל נישט אין אימייל

יעקב מעקסוועל » פרייטאג מאי 27, 2022 8:04 pm

· #501113
מרדכי מרדכי
[ציטאט אראפגענומען]
שכוח. איך בין שוין דא עטליכע יאר און איך האב ניטאמאל געוויסט פון דעם
איך האב אויך נישט געוואוסט דערפון. האב איך מיר אויסגעלערנט צוויי זאכן, איינס, וויאזוי צו באקומען נאטיפיקאציעס פון אן אשכול. צוויי, ווען מען זוכט עפעס און מען טרעפט עס נישט, מעג מען פרעגן.

תרמב » פרייטאג יוני 3, 2022 12:35 pm

· #501597
דו מיינסט אז דו וועסט אזוי שנעל פטור ווערן דורך אריינשטעלן די גור'ע אשכולות אין צימעס? אלס וועט זיך יאווען פרישע אשכולות אין אנדערע סובפארום'ס אויף צו מוחא זיין וכדומה, בכלל איז עס א אינטערסאנטע טענה, אז דו ווילסט נישט לייען עס נישט, באלד וועט א צווייטער טענה'ן אז די העמק דבר אשכולות זאל נישט ארויפקומען ווייל ער האט עס נישט ליב, יעדער האט זיך א אנדערע טעיסט פאר דעם איז אלעס צוטיילט צווישן דעזיגנירטע אשכולות.