☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » קראסנא - כוונת הלב

קראסנא - כוונת הלב

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15305

ששון ושמחה » זונטאג מאי 22, 2022 9:09 pm

· #500654
קראסנא - כוונת הלב
לעצטע וואך איז נפטר געווארן הגאון הצדיק ר' שמואל זאב ליכטער זצוק"ל אבד"ק כוונת הלב, א גרויסע ערליכער איד געווען, א פרוש און א סגפן כידוע, און אויך א גרויסע תלמיד חכם און מרביץ תורה.

זיין לעבענסגעשיכטע ווערט אין די יעצטיגע טעג שיין באשריבן איבעראל, אבער איבעראל לאזט מען אויס די דין ודברים וואס ער האט געהאט מיט די רבנות אין קהילת קודש קראסנא און די דין תורה וואס איז געוועהן צווישן אים און הרה"צ ר' שלום יוסף פריעד אבד"ק קראסנא שליט"א, וואס האט למעשה פון אים אוועקגענומען די רבנות אין קראסנא און ער האט געדארפט עפענען א נייע קהילה.

אזוי ווי איך געדענק נישט די פרטים פון די געשיכטע, איז כדי אז למען האמת ההיסטורי זאל מען דא אריינפילן די פעלענדע פרטים, און ווער עס געדענקט וואס איז געוועהן זאל מזכה זיין דעם ציבור.

קורקלענד » זונטאג מאי 22, 2022 9:11 pm

· #500655
למעשה אוועקגענומען? אפשר פארקערט?

ששון ושמחה » זונטאג מאי 22, 2022 9:13 pm

· #500656
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.
הגה"צ רש"ז ליכטער זצ"ל האט זיך תיכף נאך די פטירה פון זיין שווער גערופן קראסנא רב - אויב איך געדענק גוט. און די די"ת האט גע'פסק'ענט אז ער איז נישט קראסנא רב.

היסטאריע » זונטאג מאי 22, 2022 11:31 pm

· #500670
ער האט באקומען די בנינים און פריעד דער נאמען.

מנחם אבראמאוויטש » זונטאג מאי 22, 2022 11:54 pm

· #500673
ששון ושמחה
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.
הגה"צ רש"ז ליכטער זצ"ל האט זיך תיכף נאך די פטירה פון זיין שווער גערופן קראסנא רב - אויב איך געדענק גוט. און די די"ת האט גע'פסק'ענט אז ער איז נישט קראסנא רב.
נישט ריכטיג. נאך פטירת רבי הלל ליכטענשטיין בשנת תשל"ט איז זיין ווייב'ס איידעם ר' מיכל פריעד זצ"ל געווארען קראסנא רב ביז זיין פטירה אין תשנ"ד.
נאך ר' מיכל'ס פטירה האט מען געמאכט ר' שמואל זאב פאר רב און ר' מיכל'ס זון פאר רב הצעיר.
נאך געשלעגען און מהומות האט מען געמאכט א חלוקה אין בי"ד ווי די נאמען איז געגאנגען צו ר' שלום יוסף און די בנינים צו ר' שמואל זאב.

וואלווי » מאנטאג מאי 23, 2022 12:45 pm

· #500699
מנחם אבראמאוויטש

די מעשה האט זיך אנגעהויבן פריער נאך די פטירה פון קראסנא רב ר'"ה ל"ש זצ"ל, ווי מ'האט דעמאלטס אויסגעשפילט רש"ז ליכטער. און/אדער אויך די שוואגער ר' שמואל.

עפעס אזוי

התם ומתמם עם תמימים » מאנטאג מאי 23, 2022 3:28 pm

· #500705
נישט געוויסט אז קראסנא איז א גרויסע חסידות..

היסטאריע » מאנטאג מאי 23, 2022 3:55 pm

· #500707
ר' שמואל זאב איז געוועהן זיין איידעם אדער זיין ווייב'ס איידעם?

בעל דרשן » מאנטאג מאי 23, 2022 7:24 pm

· #500717
טאקע נייגעריג וואס די פרשה דארט איז געווען

גראדע די קראסנא רב איז געווען ביים לויה

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 23, 2022 8:14 pm

· #500721
היסטאריע
ער האט באקומען די בנינים און פריעד דער נאמען.
נאר הרב ש"י פריעד שליט"א האט געניג עשירים אין זיין קהילה וואס קענען (און האבן ערזעצט די בניינים).

נאר איך האב אן אנדערע קשיא. טאקע ווייל ער האט א שיינע צאל גבירים אדירים אין זיין ביהמ"ד. פארוואס לאזן זיי צו אז זייער רב זאלל וואוינען אין א שרעקליכע חורבה. איך האב נישט געקטשעקט לעצטנס. אבער פאר 2 יאר צוריק האט דער קראסנא רב שליט"א געוואוינט ממש אין א חורבה. א הויז וואס איז געשטאנען גרייט פאר'ן דעמאלישן טראקטאר. ווער ס'ווייסט אנדערש ווערט געבעטן צו לאזן וויסן ברבים. ייש"כ.

גאלד » מאנטאג מאי 23, 2022 8:17 pm

· #500722
היסטאריע
ר' שמואל זאב איז געוועהן זיין איידעם אדער זיין ווייב'ס איידעם?
קראסנער רב האט פארלוירן זיין שטוב מיט קינדער ביי די מלחמה און קיינמאל נעבעך מער געהאט אייגענע ביאלאגישע קינדער,

די איידעמער ר' שמואל זאב ליכטער, און ר' מיכל פריעד,
מיטן זוהן ר' שמואל, (וואס איז נישט קיין רבי מאטריאל,)
זענען אלע שטיף קינדער

ר' שמואל זאב איז גראדע געווען דער עלטערע איידעם,
פארוואס מ'האט לכתחלה נישט אויפגענומען ר' שמואל זאב'ן ווייסעך נישט,

ששון ושמחה » מאנטאג מאי 23, 2022 8:43 pm

· #500727
מנחם אבראמאוויטש
ששון ושמחה
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.
הגה"צ רש"ז ליכטער זצ"ל האט זיך תיכף נאך די פטירה פון זיין שווער גערופן קראסנא רב - אויב איך געדענק גוט. און די די"ת האט גע'פסק'ענט אז ער איז נישט קראסנא רב.
נישט ריכטיג. נאך פטירת רבי הלל ליכטענשטיין בשנת תשל"ט איז זיין ווייב'ס איידעם ר' מיכל פריעד זצ"ל געווארען קראסנא רב ביז זיין פטירה אין תשנ"ד.
נאך ר' מיכל'ס פטירה האט מען געמאכט ר' שמואל זאב פאר רב און ר' מיכל'ס זון פאר רב הצעיר.
נאך געשלעגען און מהומות האט מען געמאכט א חלוקה אין בי"ד ווי די נאמען איז געגאנגען צו ר' שלום יוסף און די בנינים צו ר' שמואל זאב.
אינטערסאנט אז ר' שמואל זאב האט בעצם באקומען די בנינים אבער די נאמען "קראסנא" איז געבליבן די זאך. טאקע אהן קיין בנינים האט אבער הרב פריעד געבויט א געהעריגע שיינע קהילה און מוסדות אפילו גרעסער ווי ר' שמואל זאב.

ששון ושמחה » מאנטאג מאי 23, 2022 8:44 pm

· #500728
בעל דרשן
גראדע די קראסנא רב איז געווען ביים לויה
האבן זיי דען זיך נאך געשלאגן די לעצטע יאהרן? כ'מיין אז נישט

ששון ושמחה » מאנטאג מאי 23, 2022 8:45 pm

· #500729
אויב איינער קען אריינקומען מיט די פרטים ווער איז געשטאנען אונטער וועם, און ווי אזוי טאקע האט הרב פריעד וואס איז דאך ממש געוועהן א יונגערמאנטשיק געהאט שטיצע קעגן א חשוב'ע איד און ת"ח ווי הגה"צ ר' שמואל זאב ליכטער?

מנחם אבראמאוויטש » מאנטאג מאי 23, 2022 8:50 pm

· #500730
ששון ושמחה
אויב איינער קען אריינקומען מיט די פרטים ווער איז געשטאנען אונטער וועם, און ווי אזוי טאקע האט הרב פריעד וואס איז דאך ממש געוועהן א יונגערמאנטשיק געהאט שטיצע קעגן א חשוב'ע איד און ת"ח ווי הגה"צ ר' שמואל זאב ליכטער?
די בעלי מאה זענען געווען די בעלי דעה דעמאלט.
משפחת פישמאן, ר' משה, ר' אברהם מיט ר' שמעי' און זייערע קינדער און איידעמער האבען געפירט די מערכה לטובת ר' שלום יוסף.

moneyminded » מאנטאג מאי 23, 2022 9:09 pm

· #500735
Re: קראסנא - כוונת הלב
היסטאריע
ער האט באקומען די בנינים און פריעד דער נאמען.
איינגעטיילט די בנינים אביסעל,ער האט דאכט זיך נאר באקומען די בית המדרש אין בארא פארק

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

moneyminded » מאנטאג מאי 23, 2022 9:13 pm

· #500736
Re: קראסנא - כוונת הלב
berlbalaguleh
היסטאריע
ער האט באקומען די בנינים און פריעד דער נאמען.
נאר הרב ש"י פריעד שליט"א האט געניג עשירים אין זיין קהילה וואס קענען (און האבן ערזעצט די בניינים).

נאר איך האב אן אנדערע קשיא. טאקע ווייל ער האט א שיינע צאל גבירים אדירים אין זיין ביהמ"ד. פארוואס לאזן זיי צו אז זייער רב זאלל וואוינען אין א שרעקליכע חורבה. איך האב נישט געקטשעקט לעצטנס. אבער פאר 2 יאר צוריק האט דער קראסנא רב שליט"א געוואוינט ממש אין א חורבה. א הויז וואס איז געשטאנען גרייט פאר'ן דעמאלישן טראקטאר. ווער ס'ווייסט אנדערש ווערט געבעטן צו לאזן וויסן ברבים. ייש"כ.
טאמער ווייסטו די סיבה פארוואס די פישמאן'ס האבן נישט געוואלט ליכטער וועסטו פונקטליך פארשטיין, די פישמאן'ס האבן פשוט נישט געדארפט א פרומע רב נאר א רעביי פאר זייער שול, פריעד איז דעמאלס געווען א יונגערמאנטשקיל אין ער האט געטין וואס זיי הייסן אדער בעסער געזאגט גארנישט געטין

גראדע טאקע מעניני דיומא, ווען מען רעדט פון גור רציחה , איז טאקע כדאי צו דערמאנען וואסערע געשלעג און שמוציגע מערכה עס איז פארגעקומען אין די קליינע קהילה,געגאנבעט ספר תורות , ליכטער איז געקומען באזיכן אין די תלמוד תורה , האט מען שנעל גענומען אלע קינדער אויף די באסעס פון א אינטער טיר , פארמאכט די בעדפארד שול פאר אפאר חדשים , אברהם יאנקעל שפיערער ע"ה וואס האט געפענט די חדר אין וויליאמסבורג האט געטין אסאך שגץ שטיק אין וויליאמסבורג און צום סוף האבן אים די פישמאן'ס אויך ארויסגעשטויסען בשן ועין נעבעך, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

moneyminded » מאנטאג מאי 23, 2022 9:22 pm

· #500738
Re: קראסנא - כוונת הלב
ששון ושמחה
מנחם אבראמאוויטש
ששון ושמחה
כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.
הגה"צ רש"ז ליכטער זצ"ל האט זיך תיכף נאך די פטירה פון זיין שווער גערופן קראסנא רב - אויב איך געדענק גוט. און די די"ת האט גע'פסק'ענט אז ער איז נישט קראסנא רב.
נישט ריכטיג. נאך פטירת רבי הלל ליכטענשטיין בשנת תשל"ט איז זיין ווייב'ס איידעם ר' מיכל פריעד זצ"ל געווארען קראסנא רב ביז זיין פטירה אין תשנ"ד.
נאך ר' מיכל'ס פטירה האט מען געמאכט ר' שמואל זאב פאר רב און ר' מיכל'ס זון פאר רב הצעיר.
נאך געשלעגען און מהומות האט מען געמאכט א חלוקה אין בי"ד ווי די נאמען איז געגאנגען צו ר' שלום יוסף און די בנינים צו ר' שמואל זאב.
אינטערסאנט אז ר' שמואל זאב האט בעצם באקומען די בנינים אבער די נאמען "קראסנא" איז געבליבן די זאך. טאקע אהן קיין בנינים האט אבער הרב פריעד געבויט א געהעריגע שיינע קהילה און מוסדות אפילו גרעסער ווי ר' שמואל זאב.
קראסנא איז נישט קיין קהילה מיט חסידים , די חדר סיי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק איז איינגעשרימפען , די וויליאמסבורג חדר האבן כיתות געהאט לעצטענס 12 קינדער, בארא פארק פלעגט האבן 2 כיתות פער עיזש איז אויך א פארגאנגענהייט, אין ישיבה קטנה און גדולה אויך פארמאכט, זייער שול אין בארא פארק ביישטייט פון די פישמאן משפחה מער ווייניגער און אביסעל אלטע אידן, אין כאן לא קהילה ולא חסידים

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

moneyminded » מאנטאג מאי 23, 2022 9:24 pm

· #500739
Re: קראסנא - כוונת הלב
ששון ושמחה
אויב איינער קען אריינקומען מיט די פרטים ווער איז געשטאנען אונטער וועם, און ווי אזוי טאקע האט הרב פריעד וואס איז דאך ממש געוועהן א יונגערמאנטשיק געהאט שטיצע קעגן א חשוב'ע איד און ת"ח ווי הגה"צ ר' שמואל זאב ליכטער?
די פישמאן'ס זענען געווען פאקטיש בעל הבית ליגאל און זיי האבן געפייט ליגאל, ווייטער אלע קראסנא חסידים זענען מיט געגאנגען מיט ליכטער , רוב כונות הלב חסידים עד היום זענען געקומען פון קראסנא

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 23, 2022 10:10 pm

· #500745
moneyminded
berlbalaguleh
היסטאריע
ער האט באקומען די בנינים און פריעד דער נאמען.
נאר הרב ש"י פריעד שליט"א האט געניג עשירים אין זיין קהילה וואס קענען (און האבן ערזעצט די בניינים).

נאר איך האב אן אנדערע קשיא. טאקע ווייל ער האט א שיינע צאל גבירים אדירים אין זיין ביהמ"ד. פארוואס לאזן זיי צו אז זייער רב זאלל וואוינען אין א שרעקליכע חורבה. איך האב נישט געקטשעקט לעצטנס. אבער פאר 2 יאר צוריק האט דער קראסנא רב שליט"א געוואוינט ממש אין א חורבה. א הויז וואס איז געשטאנען גרייט פאר'ן דעמאלישן טראקטאר. ווער ס'ווייסט אנדערש ווערט געבעטן צו לאזן וויסן ברבים. ייש"כ.
טאמער ווייסטו די סיבה פארוואס די פישמאן'ס האבן נישט געוואלט ליכטער וועסטו פונקטליך פארשטיין, די פישמאן'ס האבן פשוט נישט געדארפט א פרומע רב נאר א רעביי פאר זייער שול, פריעד איז דעמאלס געווען א יונגערמאנטשקיל אין ער האט געטין וואס זיי הייסן אדער בעסער געזאגט גארנישט געטין

גראדע טאקע מעניני דיומא, ווען מען רעדט פון גור רציחה , איז טאקע כדאי צו דערמאנען וואסערע געשלעג און שמוציגע מערכה עס איז פארגעקומען אין די קליינע קהילה,געגאנבעט ספר תורות , ליכטער איז געקומען באזיכן אין די תלמוד תורה , האט מען שנעל גענומען אלע קינדער אויף די באסעס פון א אינטער טיר , פארמאכט די בעדפארד שול פאר אפאר חדשים , אברהם יאנקעל שפיערער ע"ה וואס האט געפענט די חדר אין וויליאמסבורג האט געטין אסאך שגץ שטיק אין וויליאמסבורג און צום סוף האבן אים די פישמאן'ס אויך ארויסגעשטויסען בשן ועין נעבעך, פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
הכי קרא שמו פישמן כי פארשטינקענע פיש אכל והנה עתה מן העיר נזרק
😂 😂 😂 😂 😂

עדיאל » דינסטאג מאי 24, 2022 1:14 am

· #500769
ששון ושמחה
בעל דרשן
גראדע די קראסנא רב איז געווען ביים לויה
האבן זיי דען זיך נאך געשלאגן די לעצטע יאהרן? כ'מיין אז נישט
קיינמאל געשלאגן. די קהילה לייט האבן זיך ארומגעריסן. די צוויי רבנים האבן געלעבט משפחהדיג.

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 24, 2022 2:06 am

· #500776
התם ומתמם עם תמימים
נישט געוויסט אז קראסנא איז א גרויסע חסידות..
בערך אזוי גרויס ווי סאדיגור.
טאקע ארומגעגאנגן דעמאלטס די באקאנטע ווערטל פון יארמע רב

פאלאצ'ינטא » זונטאג מאי 29, 2022 5:58 am

· #501131
התם ומתמם עם תמימים
נישט געוויסט אז קראסנא איז א גרויסע חסידות..
בשעת מעשה האט דער יארמער רב געזאגט...

א שאד, אזא שיינע מחלוקה אין אזא קליינע קהלה

Chasidishmashpia » מאנטאג מאי 30, 2022 7:41 pm

· #501293
עדיאל
ששון ושמחה
בעל דרשן
גראדע די קראסנא רב איז געווען ביים לויה
האבן זיי דען זיך נאך געשלאגן די לעצטע יאהרן? כ'מיין אז נישט
קיינמאל געשלאגן. די קהילה לייט האבן זיך ארומגעריסן. די צוויי רבנים האבן געלעבט משפחהדיג.
משפחהדיג מיינט יא געשלאגן אדער נישט געשלאגן......?