☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » יודישקייט V סיסטעם

יודישקייט V סיסטעם

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15294
בלאט: 1 2

קהל'ס נער » זונטאג מאי 15, 2022 2:41 pm

· #500079
יודישקייט V סיסטעם
מען מישט דא אסאך מאל אויס צווישן יודישקייט און סיסטעם, מילא פיל איך פאר וויכטיג עס צי פונאנדערשיידן.
יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן, לייגן תפילין איז בכלל נישט קיין שווערע זאך, פאסטן יום כיפור איז טאקע נישט אזוי באקוועים, און היטן שבת איז דוקא גאר א געווינטשענע זאך אין די היינטיגע טעכנאלאגיע עפאכע צי דיסקאנעקטן פאר איין טאג א וואך.

סיסטעם איז גאר א אנדערע זאך, ס'אומגעשריבענע געזעצן באזירט אויף מה יאמרו הבריות, Image און לחץ חברתי, די געזעצען זענען גאר שווער און שטערן זייער אין טאג טעגליכע לעבן, ווי למשל, אפטיילן די מינים בכל מכל כל, כמעט נישט לערנען קיין לימודי חול, זיצען אין כולל און שימלען די טעג, די ישיבה סיסטעם וואס ארבעט נישט פאר רוב בחורים, און די לבוש וואס אינז זעמיר שטעקן געבליבען פאר 200 יאר ציריק.

ס'דא נאך אסאך חילוקים אבער איך האב עס נאר אנגעכאפט פון אויבן.

שאלתיאל » זונטאג מאי 15, 2022 2:47 pm

· #500080
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.

בת קול » זונטאג מאי 15, 2022 2:51 pm

· #500082
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
ריכטיג, אבער ער רעדט פון מענטשן וואס פארהייליגן סיסטעם, מנהג, חומרה און הלכה אויפן זעלבן לעוועל.

דערהויבענע איד » זונטאג מאי 15, 2022 3:43 pm

· #500086
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
יא, אבער אונז זענען פון די איינציגע וואס גלייבן באמת אז יעדע משוגעת האט מיט יסודות הדת.

פרנס החודש » זונטאג מאי 15, 2022 7:37 pm

· #500120
Re: יודישקייט V סיסטעם
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
דאס אז עס איז דא פופציג שטאטן אין אמעריקע מיט פארשידנארטיגע געזעצן און טראדיציעס, באדייט אז עס איז נישט פאראן אן ״ אמעריקאנע סיסטעם״? ( אדער Western world order?)

פרנס החודש » זונטאג מאי 15, 2022 7:40 pm

· #500121
Re: יודישקייט V סיסטעם
קהל'ס נער
מען מישט דא אסאך מאל אויס צווישן יודישקייט און סיסטעם, מילא פיל איך פאר וויכטיג עס צי פונאנדערשיידן.
יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן, לייגן תפילין איז בכלל נישט קיין שווערע זאך, פאסטן יום כיפור איז טאקע נישט אזוי באקוועים, און היטן שבת איז דוקא גאר א געווינטשענע זאך אין די היינטיגע טעכנאלאגיע עפאכע צי דיסקאנעקטן פאר איין טאג א וואך.

סיסטעם איז גאר א אנדערע זאך, ס'אומגעשריבענע געזעצן באזירט אויף מה יאמרו הבריות, Image און לחץ חברתי, די געזעצען זענען גאר שווער און שטערן זייער אין טאג טעגליכע לעבן, ווי למשל, אפטיילן די מינים בכל מכל כל, כמעט נישט לערנען קיין לימודי חול, זיצען אין כולל און שימלען די טעג, די ישיבה סיסטעם וואס ארבעט נישט פאר רוב בחורים, און די לבוש וואס אינז זעמיר שטעקן געבליבען פאר 200 יאר ציריק.

ס'דא נאך אסאך חילוקים אבער איך האב עס נאר אנגעכאפט פון אויבן.
איך גלייך אבער אלץ צו אויסמישן די יוצרות מטעם הכמוס,
( אפשר אויב מ׳וועט שטארק מפציר זיין וועל איך מסכים זיין צו ערקלערן)

קהל'ס נער » זונטאג מאי 15, 2022 7:54 pm

· #500124
פרנס החודש

און איך בין גאט, מטעם הכמוס.

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 16, 2022 1:46 am

· #500157
אוי גאט. העלף שוין אלע אידן. נישט דו. דער עכטער גאט...!

שאלתיאל » מאנטאג מאי 16, 2022 12:55 pm

· #500179
@קהל'ס נער איך האב איבערגעטראכט דיינע ווערטער און איך האב עטליכע הערה'לך אויף זיי וואס איך וואלט געוואלט אויסקלארן.

1. ''יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן''
די לייגסט אראפ א מצב כאילו אידישקייט איז נאטורליך צוקער זיס און האניג און דער סיסטעם איז דער וואס פארשווערט דאס לעבן, אבער ס'דאך נישט באמת אזוי. לא תנאף איז גארנישט לייכט און לא תבשל גדי בחלב אמו איז גאנץ שווער, ווער רעדט נאך פון הלכה (בהנחה אז עס איז אידישקייט און נישט א חלק פון סיסטעם) וואס באגרעניצט א מענטש אויף טריט און שריט און באגלייט דיך פון דיין געבורט ביז דיין טויט ועד בכלל און אלעס אינצווישן.
צו זיין א ערליכע איד איז ביטער שווער און דאס נאך פאר די סיסטעם קומט בכלל אריין אין בילד.

2. די שרייבסט אז דער סיסטעם איז באזירט אויף לחץ לברתי. אן אריינגיין צו דעם ספעציפישע לחץ איז אבער דער עצם מושג פון 'סאושעל פרעשור' נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל,
זייער אסאך זאכן, פיל מער וויפיל א מענטש וועט מודה זיין טוט מען יא אדער נישט צוליב פרעשור פון די סביבה און דער מענטשהייט. פארשטייט זיך אז זיך פארלאזן נאר אויף סאושעל פרעשור איז א מיאוס'ן טעות און א מענטש דארף אנהאלטן זיין אייגענע שכל הישר און אייגענע דעה צו באטראכטן וואס ער טוט און פארוואס ער טוט, אבער אויף זאכן וואס איך האלט אז ס'קומט אזוי וועט מיר נישט שטערן אז ס'איז פארהאן סאושעל פרעשור וואס העלפט זיך צו האלטן צו יענע פרינציפ אפילו ווען ס'שווער אמאל.
אפילו דער אט"ד וואס פארעכנט זיך אלץ דער שפיץ אינדעווידואל שטייט אויך אויס סאושעל פרעשור, פרעשור פון קאריערע וכו'. בקיצור כמעט יעדער מענטש וואס איז נישט קיין אנארכיסט אדער היפי האט זיך זיינע פלעצער ווי ער שטייט אויס סאושעל פרעשור, ער איז נאר מחליט וועלכע.

פרנס החודש » מאנטאג מאי 16, 2022 7:18 pm

· #500199

איך וועל זיך באציען צו די צווייטע נקודה פון דיין תגובה, איבער די נושא פון געזעלשאפטליכע דרוק.
אין יעדע געזעלשאפט איז דא געוויסע מהלכים צו זען אז די געזעלשאפטליכע נארמעס זאלן איינגעהאלטן ווערן, אנדערש איז דאך קיין געזעלשאפט נישט דא.
אבער אין אלגעמיין רעדט מען דאך דא פון די חסידישע וועלט, און ביי אונזער עולם איז דא צוויי כאראקטעריסטישקייטן וואס מען געפונט נאר ביי זייער קראנקע קאנטראלינדע קולטן, הלא הנה:
א) די דעגרי וויפיל זאכן מען טיילט איין וואס צו טון , און ביז צו די קלענסטע פרטים, און אויף ממש יעדן אספעקט פון לעבן.
ב) והוא העיקר, ווי שטארק עס איז אינפארסירט, אן קיין רחמנות, אויב צום ביישפיל א בחור זאל נאכלויפן 99.99 פונעם סיסטעם און זאל אפילו גיין מיט א שווארצע קאפל, נאר א משהו אנדערש ווי מען גייט און זיין קרייז, אדער זיך פארטשעפען מיט די סיסטעם מיט עפעס אן אנדער קלייניקייט, קען ער פארגעסן פון טון א נארמאלע שידוך, נישטא קיין שום רחמנות 100% obedience, און ווי ווייט איך ווייס איז נישט דא אין די גאנצע וועלט אפילו אין צפון קארעא אז מען זאל קענען אזא גרויסן ציבור קאנטראלירן אויף אזא פארנעם, נאר אין קליינע קולטן פון עטליכע הונדערט מענטשן, און מכאן הוכחה לאמיתת תורתנו הקדושה.

בורו פארק » מאנטאג מאי 16, 2022 9:47 pm

· #500206
אין יעדער סוסאיעטי איז דא פיר פרעשאר, גיי קוק ביי דער ווייסע עשירים אין ניו יורק אין דער העמטאנס, וואס פאר א סארט קליידער זיי דארפ'ן טראגען און וועלעכע סקאל זיי דארפ'ן לערנען און אזוי ווייטער.

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 16, 2022 10:37 pm

· #500208
פרנס החודש
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
דאס אז עס איז דא פופציג שטאטן אין אמעריקע מיט פארשידנארטיגע געזעצן און טראדיציעס, באדייט אז עס איז נישט פאראן אן ״ אמעריקאנע סיסטעם״? ( אדער Western world order?)
וואס ער מיינט צו זאגן איז, אז זיך באנוצן מיט די טערמין איז מיינונגלאז ווייל אין יעדע שטאט, שכונה, קהילה, מוסד, פארטיי, דינאמינאציע, ווערט עס אנדערש דעפינירט.

איך פערזענליך קען נישט פארליידן ווען מ'נוצט דעם ווארט מחמת ביליגקייט, און אויך טאקע ווייל עס איז סוביעקטיוו און נישט קלאר דעפינירט. אויך קען עס מיינען נאך טויזנט אנדערע זאכן, (א קאמפיוטער סיסטעם אן עלעקטריקל סיסטעם)

איך וועל ענדערש אנרופן די קינד ביים קארעקטע ברייטן נאמען "social behavior"

אלעס וואס דער בעל האשכול דערמאנט, קאכט אראפ צו סאציאלאגיע. א סאציאלע סייענס וואס זוכט נאכצוגיין און ארויסהאבן סאציאלע נארמעס פון סאסייעטיס, און קולטוראלע דיפערענצן/אויפפירונגען וואס איז געבינדן צו די ספעציפישע קולטור. דאס קען זיין א רעליגיעזע פארבינדונג, א פאליטישע פארבינדונג, די שערן די האר וואלט איך גערופן א היסטארישע פארבינדונג, וואס האט שפעטער אנטוויקלט צו א פאליטישע. אבער אלעס איז concerned מיט קולטור. ס'איז אן אינטערסאנטע אקעדעמישע ארטיקל. ס'איז דא די מומחים וואס ספעציליזירן מער אין סטרוקטור, נאכדעם איז דא מומחים וואס ספעציליזירן מער אין קולטור און נישט נאר דאס, ס'איז א סאציאלאגיע פראפעסאר'ס דזשאב צו זיין ארומגענומען מיט אזעלכע קאנטראווערסיאלע טעמעס, פון וואס די שמועס באשטייט.

לאו דוקא טוט עס לעזן די פראבלעמען פון די סאסייעטי וואס ס'פארשט, בכל אופן ס'העלפט פארשטיין וואס איז וואס.

למאי נפקא מינא? ווייל סאצילאגיע אפעקטירט אונז אלע...

@קהל'ס נער אנטושולדיגט פארן דיסעפאוינטן, אבער דו האסט אנגערירט אויף איינע פון די טיפסטע וויסנשאפטליכע נושאים

פרנס החודש » מאנטאג מאי 16, 2022 10:47 pm

· #500209
Re: יודישקייט V סיסטעם
סאנטיאגא

אלעס וואס דער בעל האשכול דערמאנט, קאכט אראפ צו סאציאלאגיע. א סאציאלע סייענס וואס זוכט נאכצוגיין און ארויסהאבן סאציאלע נארמעס פון סאסייעטיס, און קולטוראלע אויפפירונגען וואס איז געבינדן צו די ספעציפישע קולטור. דאס קען זיין א רעליגיעזע פארבינדונג, א פאליטישע פארבינדונג, די שערן די האר וואלט איך גערופן א היסטארישע פארבינדונג, וואס האט שפעטער אנטוויקלט צו א פאליטישע. אבער אלעס איז concerned מיט קולטור. ס'איז אן אינטערסאנטע אקעדעמישע ארטיקל. ס'איז דא די מומחים וואס ספעצילאזירן מער אין סטרוקטור, נאכדעם איז די וואס ספעצילאזירן מער אין קולטור און נישט נאר דאס, ס'איז א סאציאלאגיסט פראפעסאר'ס דזשאב צו זיין ארומגענומען מיט אזעלכע קאנטראווערסיעלע טעמעס, פון וואס די שמועס באשטייט.

לאו דוקא טוט עס לעזן די פראבלעמען פון די סאסייעטי וואס ס'פארשט, בכל אופן ס'העלפט פארשטיין וואס איז וואס.

למאי נפקא מינא? ווייל סאצילאגיע אפעקטירט אונז אלע...

@קהל'ס נער אנטושולדיגט פארן דיסעפאוינטן, אבער דו האסט אנגערירט אויף איינע פון די טיפסטע וויסנשאפטליכע נושאים
אויב איך וועל עס אנרופן די ״חסידישע סאציאלע סיסטעם״ וועסטו זיין צופרידן? אדער איך ברויך צולייגן נאך א פיר פינף ווערטער[emoji3166][emoji848]

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 16, 2022 11:01 pm

· #500210
שאלתיאל
@קהל'ס נער איך האב איבערגעטראכט דיינע ווערטער און איך האב עטליכע הערה'לך אויף זיי וואס איך וואלט געוואלט אויסקלארן.

1. ''יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן''
די לייגסט אראפ א מצב כאילו אידישקייט איז נאטורליך צוקער זיס און האניג און דער סיסטעם איז דער וואס פארשווערט דאס לעבן, אבער ס'דאך נישט באמת אזוי. לא תנאף איז גארנישט לייכט און לא תבשל גדי בחלב אמו איז גאנץ שווער, ווער רעדט נאך פון הלכה (בהנחה אז עס איז אידישקייט און נישט א חלק פון סיסטעם) וואס באגרעניצט א מענטש אויף טריט און שריט און באגלייט דיך פון דיין געבורט ביז דיין טויט ועד בכלל און אלעס אינצווישן.
צו זיין א ערליכע איד איז ביטער שווער און דאס נאך פאר די סיסטעם קומט בכלל אריין אין בילד.

2. די שרייבסט אז דער סיסטעם איז באזירט אויף לחץ לברתי. אן אריינגיין צו דעם ספעציפישע לחץ איז אבער דער עצם מושג פון 'סאושעל פרעשור' נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל,
זייער אסאך זאכן, פיל מער וויפיל א מענטש וועט מודה זיין טוט מען יא אדער נישט צוליב פרעשור פון די סביבה און דער מענטשהייט. פארשטייט זיך אז זיך פארלאזן נאר אויף סאושעל פרעשור איז א מיאוס'ן טעות און א מענטש דארף אנהאלטן זיין אייגענע שכל הישר און אייגענע דעה צו באטראכטן וואס ער טוט און פארוואס ער טוט, אבער אויף זאכן וואס איך האלט אז ס'קומט אזוי וועט מיר נישט שטערן אז ס'איז פארהאן סאושעל פרעשור וואס העלפט זיך צו האלטן צו יענע פרינציפ אפילו ווען ס'שווער אמאל.
אפילו דער אט"ד וואס פארעכנט זיך אלץ דער שפיץ אינדעווידואל שטייט אויך אויס סאושעל פרעשור, פרעשור פון קאריערע וכו'. בקיצור כמעט יעדער מענטש וואס איז נישט קיין אנארכיסט אדער היפי האט זיך זיינע פלעצער ווי ער שטייט אויס סאושעל פרעשור, ער איז נאר מחליט וועלכע.

1.
דע אייבערשטער האט געגעבען א זיסע תורה, ווי ס'שטייט אין פסוק: פיקודי ה' ישרים משמחי לב הנחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונופת צופים. און במציאות אויך אז מען נעמט אוועק אלע קרעפלעך בלייבט מען מיט א זיסע תורה, די תורה איז די אינסטראקשען בוך פונעם אייבערשטען וויאזוי צי האבן א גיטע לעבען.
אלעס אין תורה איז נישט צי שווער און ערגסטן פאל און זייער געשמאק אין רוב פעלער.
די כאפסט אן לא תנאף, איז וועל איך מיך שטעלן אויף דעים אלץ א דוגמא.
זאג די ווילסט טאקע שטיפן דיין מאמע אדער דיין שוועסטער, זייער א גרינגע הלכה, קימט יעצט סיסטעם און זאגט: לאמיר פארביטערען די תורה און מען גייט לייגן נאך איסורים, למשל, מען טאר נישט זעהן אדער רעדן צי א פרוי, מען טאר נישט וואטשן מאווי'ס, מען טאר נישט שפאצירן אויפן געוועב, סמארטפון ban, פרויען טארן נישט דרייון, איבערגעטריבענע צניעות משוגעת'ן.

2.
לגבי לחץ חברתי, גערעכט אין די גאנצע וועלט איז דא סאושעל פרעשור, די חילוק איז נאר אז די ביסט נישט קיין אפפגעפרעיגטע שגץ אויב די שטעלסט דיך נישט צי.
לדוגמא, ווען איך גיי אין א גויאישע געגענט מיט מיין חסידישע לבוש, פיל איך סאושעל פרעשור וזהו, סה"כ נישט אזוי באקוועים.

משא"כ טאמער קים איך מיט א טישירט אין ג'ינס אין בית המדרש בין איך א שגץ, אויפגעקלערטע משכיל, מיין קינדער פליען פון מוסדות, מיינע עלטערען גייען זיצען שבעה וכו'
כאפסט די נפקא מינה?

בורו פארק » מאנטאג מאי 16, 2022 11:07 pm

· #500211
קהל'ס נער
2.
לגבי לחץ חברתי, גערעכט אין די גאנצע וועלט איז דא סאושעל פרעשור, די חילוק איז נאר אז די ביסט נישט קיין אפפגעפרעיגטע שגץ אויב די שטעלסט דיך נישט צי.
לדוגמא, ווען איך גיי אין א גויאישע געגענט מיט מיין חסידישע לבוש, פיל איך סאושעל פרעשור וזהו, סה"כ נישט אזוי באקוועים.

משא"כ טאמער קים איך מיט א טישירט אין ג'ינס אין בית המדרש בין איך א שגץ, אויפגעקלערטע משכיל, מיין קינדער פליען פון מוסדות, מיינע עלטערען גייען זיצען שבעה וכו'
כאפסט די נפקא מינה?
איך מיין אז ס'איז דער זעלבע זאך ביי דער ווייסע עשירים אין העמפטאנס, אויב איינע פון זיירע קינדער גייען נישט אין זיירע אויסגעטרויטענע וועג עסט מען אסאך מרור. נאר ביי דער שווארצע געמיינדע און ביי דער היפי'ס איז עס אינגאנצען הפקר.

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 16, 2022 11:16 pm

· #500213
סאנטיאגא
פרנס החודש
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
דאס אז עס איז דא פופציג שטאטן אין אמעריקע מיט פארשידנארטיגע געזעצן און טראדיציעס, באדייט אז עס איז נישט פאראן אן ״ אמעריקאנע סיסטעם״? ( אדער Western world order?)
וואס ער מיינט צו זאגן איז, אז זיך באנוצן מיט די טערמין איז מיינונגלאז ווייל אין יעדע שטאט, שכונה, קהילה, מוסד, פארטיי, דינאמינאציע, ווערט עס אנדערש דעפינירט.

איך פערזענליך קען נישט פארליידן ווען מ'נוצט דעם ווארט מחמת ביליגקייט, און אויך טאקע ווייל עס איז סוביעקטיוו און נישט קלאר דעפינירט. אויך קען עס מיינען נאך טויזנט אנדערע זאכן, (א קאמפיוטער סיסטעם אן עלעקטריקל סיסטעם)

איך וועל ענדערש אנרופן די קינד ביים קארעקטע ברייטן נאמען "social behavior"

אלעס וואס דער בעל האשכול דערמאנט, קאכט אראפ צו סאציאלאגיע. א סאציאלע סייענס וואס זוכט נאכצוגיין און ארויסהאבן סאציאלע נארמעס פון סאסייעטיס, און קולטוראלע דיפערענצן/אויפפירונגען וואס איז געבינדן צו די ספעציפישע קולטור. דאס קען זיין א רעליגיעזע פארבינדונג, א פאליטישע פארבינדונג, די שערן די האר וואלט איך גערופן א היסטארישע פארבינדונג, וואס האט שפעטער אנטוויקלט צו א פאליטישע. אבער אלעס איז concerned מיט קולטור. ס'איז אן אינטערסאנטע אקעדעמישע ארטיקל. ס'איז דא די מומחים וואס ספעציליזירן מער אין סטרוקטור, נאכדעם איז דא מומחים וואס ספעציליזירן מער אין קולטור און נישט נאר דאס, ס'איז א סאציאלאגיע פראפעסאר'ס דזשאב צו זיין ארומגענומען מיט אזעלכע קאנטראווערסיאלע טעמעס, פון וואס די שמועס באשטייט.

לאו דוקא טוט עס לעזן די פראבלעמען פון די סאסייעטי וואס ס'פארשט, בכל אופן ס'העלפט פארשטיין וואס איז וואס.

למאי נפקא מינא? ווייל סאצילאגיע אפעקטירט אונז אלע...

@קהל'ס נער אנטושולדיגט פארן דיסעפאוינטן, אבער דו האסט אנגערירט אויף איינע פון די טיפסטע וויסנשאפטליכע נושאים

קודם איז מיר א קאמפלימענט, אז איך פארשטיי צי וויסשאפטליכע נושאים.

איך זעה נישט ווי אינז זעמיר נישט מסכים, איך זאג אז אינזער סיסטעם איז ב.ס., און די זאגסט אז ס'איז א קולטוראלע אדער היסטארישע זאך, און אז ס'גייט אריין אין סאציאלאגיע.
איך בין מסכים, איך לייג נאר צי אז די היימישע סאציאלאגיע (כ'ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט "סיסטעם" אויף סאציאלאגיאניש) איז גארביזש און פול מיט קרעפלעך.

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 16, 2022 11:24 pm

· #500214
דערהויבענע איד
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
יא, אבער אונז זענען פון די איינציגע וואס גלייבן באמת אז יעדע משוגעת האט מיט יסודות הדת.
https://www.yourdictionary.com/fundamentalism

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 16, 2022 11:32 pm

· #500218
פרנס החודש
אבער אין אלגעמיין רעדט מען דאך דא פון די חסידישע וועלט, און ביי אונזער עולם איז דא צוויי כאראקטעריסטישקייטן וואס מען געפונט נאר ביי זייער קראנקע קאנטראלינדע קולטן, הלא הנה:
א) די דעגרי וויפיל זאכן מען טיילט איין וואס צו טון , און ביז צו די קלענסטע פרטים, און אויף ממש יעדן אספעקט פון לעבן...
אונז האב מיר סך מער ווי צוויי אונז האב מיר איבער א מנין גרינג. כ'ווייס נישט פארוואס דו האסט דיך אפגעשטעלט ביי צוויי 😂

איך מיין מ'דארף האבן געוואוינט אין נארט קארעא צו קענען האלטן אזוי מיט א זיכערקייט. און לאמיר שוין שפעקולירן אז יא, מאניפולירט מען אויף אנדערע אופנים, וויפיל עסן מ'געבט. נישט אז אונזער קאנטראל איז עפעס אוועקצומאכן. סייענטאלידזשי האט ראדיקאלע קאנטראל, די קעטאליק טורטש האט ראדיקאלע קאנטראל, מארמאניזם האט ראדיקאלע קאנטראל, דזשעהאוע'ס וויטנעסעס האט קאנטראל, The FLDS פארשידנס. איך זעה נישט ווי סייז קומט אריין.

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 16, 2022 11:39 pm

· #500220
פרנס החודש
סאנטיאגא
פרנס החודש
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
דאס אז עס איז דא פופציג שטאטן אין אמעריקע מיט פארשידנארטיגע געזעצן און טראדיציעס, באדייט אז עס איז נישט פאראן אן ״ אמעריקאנע סיסטעם״? ( אדער Western world order?)
וואס ער מיינט צו זאגן איז, אז זיך באנוצן מיט די טערמין איז מיינונגלאז ווייל אין יעדע שטאט, שכונה, קהילה, מוסד, פארטיי, דינאמינאציע, ווערט עס אנדערש דעפינירט.

איך פערזענליך קען נישט פארליידן ווען מ'נוצט דעם ווארט מחמת ביליגקייט, און אויך טאקע ווייל עס איז סוביעקטיוו און נישט קלאר דעפינירט. אויך קען עס מיינען נאך טויזנט אנדערע זאכן, (א קאמפיוטער סיסטעם אן עלעקטריקל סיסטעם)

איך וועל ענדערש אנרופן די קינד ביים קארעקטע ברייטן נאמען "social behavior"

אלעס וואס דער בעל האשכול דערמאנט, קאכט אראפ צו סאציאלאגיע. א סאציאלע סייענס וואס זוכט נאכצוגיין און ארויסהאבן סאציאלע נארמעס פון סאסייעטיס, און קולטוראלע אויפפירונגען וואס איז געבינדן צו די ספעציפישע קולטור. דאס קען זיין א רעליגיעזע פארבינדונג, א פאליטישע פארבינדונג, די שערן די האר וואלט איך גערופן א היסטארישע פארבינדונג, וואס האט שפעטער אנטוויקלט צו א פאליטישע. אבער אלעס איז concerned מיט קולטור. ס'איז אן אינטערסאנטע אקעדעמישע ארטיקל. ס'איז דא די מומחים וואס ספעצילאזירן מער אין סטרוקטור, נאכדעם איז די וואס ספעצילאזירן מער אין קולטור און נישט נאר דאס, ס'איז א סאציאלאגיסט פראפעסאר'ס דזשאב צו זיין ארומגענומען מיט אזעלכע קאנטראווערסיעלע טעמעס, פון וואס די שמועס באשטייט.

לאו דוקא טוט עס לעזן די פראבלעמען פון די סאסייעטי וואס ס'פארשט, בכל אופן ס'העלפט פארשטיין וואס איז וואס.

למאי נפקא מינא? ווייל סאצילאגיע אפעקטירט אונז אלע...

@קהל'ס נער אנטושולדיגט פארן דיסעפאוינטן, אבער דו האסט אנגערירט אויף איינע פון די טיפסטע וויסנשאפטליכע נושאים
אויב איך וועל עס אנרופן די ״חסידישע סאציאלע סיסטעם״ וועסטו זיין צופרידן? אדער איך ברויך צולייגן נאך א פיר פינף ווערטער[emoji3166][emoji848]
כ'קוק דיר עפעס אויס אומצופרידן? איך זאג דיר וויאזוי איך רוף עס ווייל כ'האב ליב צו נוצן ווערטער וואס מענטשן פארשטייען, ווערטער וואס האט אייגנטליך מינינג אין א סייענטיפישע קאנטעקסט.

און אז איינער וויל עס ערנסט שטודירן, דאס איז די אדרעס. אל גוד

סאנטיאגא » מאנטאג מאי 16, 2022 11:50 pm

· #500221
קהל'ס נער
סאנטיאגא
פרנס החודש
שאלתיאל
ס'איז נישטא איין איינציגע 'סיסטעם'. כמעט יעדער סארט ארטאדאקסישע קרייז אדער קהילה האט א געוויסע סיטעם, איינער מער שטרענג איינער מער ליבעראל א סיסטעם איז דא איבעראל.
דאס אז עס איז דא פופציג שטאטן אין אמעריקע מיט פארשידנארטיגע געזעצן און טראדיציעס, באדייט אז עס איז נישט פאראן אן ״ אמעריקאנע סיסטעם״? ( אדער Western world order?)
וואס ער מיינט צו זאגן איז, אז זיך באנוצן מיט די טערמין איז מיינונגלאז ווייל אין יעדע שטאט, שכונה, קהילה, מוסד, פארטיי, דינאמינאציע, ווערט עס אנדערש דעפינירט.

איך פערזענליך קען נישט פארליידן ווען מ'נוצט דעם ווארט מחמת ביליגקייט, און אויך טאקע ווייל עס איז סוביעקטיוו און נישט קלאר דעפינירט. אויך קען עס מיינען נאך טויזנט אנדערע זאכן, (א קאמפיוטער סיסטעם אן עלעקטריקל סיסטעם)

איך וועל ענדערש אנרופן די קינד ביים קארעקטע ברייטן נאמען "social behavior"

אלעס וואס דער בעל האשכול דערמאנט, קאכט אראפ צו סאציאלאגיע. א סאציאלע סייענס וואס זוכט נאכצוגיין און ארויסהאבן סאציאלע נארמעס פון סאסייעטיס, און קולטוראלע דיפערענצן/אויפפירונגען וואס איז געבינדן צו די ספעציפישע קולטור. דאס קען זיין א רעליגיעזע פארבינדונג, א פאליטישע פארבינדונג, די שערן די האר וואלט איך גערופן א היסטארישע פארבינדונג, וואס האט שפעטער אנטוויקלט צו א פאליטישע. אבער אלעס איז concerned מיט קולטור. ס'איז אן אינטערסאנטע אקעדעמישע ארטיקל. ס'איז דא די מומחים וואס ספעציליזירן מער אין סטרוקטור, נאכדעם איז דא מומחים וואס ספעציליזירן מער אין קולטור און נישט נאר דאס, ס'איז א סאציאלאגיע פראפעסאר'ס דזשאב צו זיין ארומגענומען מיט אזעלכע קאנטראווערסיאלע טעמעס, פון וואס די שמועס באשטייט.

לאו דוקא טוט עס לעזן די פראבלעמען פון די סאסייעטי וואס ס'פארשט, בכל אופן ס'העלפט פארשטיין וואס איז וואס.

למאי נפקא מינא? ווייל סאצילאגיע אפעקטירט אונז אלע...

@קהל'ס נער אנטושולדיגט פארן דיסעפאוינטן, אבער דו האסט אנגערירט אויף איינע פון די טיפסטע וויסנשאפטליכע נושאים

קודם איז מיר א קאמפלימענט, אז איך פארשטיי צי וויסשאפטליכע נושאים.

איך זעה נישט ווי אינז זעמיר נישט מסכים, איך זאג אז אינזער סיסטעם איז ב.ס., און די זאגסט אז ס'איז א קולטוראלע אדער היסטארישע זאך, און אז ס'גייט אריין אין סאציאלאגיע.
איך בין מסכים, איך לייג נאר צי אז די היימישע סאציאלאגיע (כ'ווייס נישט ווי אזוי מען זאגט "סיסטעם" אויף סאציאלאגיאניש) איז גארביזש און פול מיט קרעפלעך.
ליין איבער כ'האב נישט נישט מסכים געווען, נישט יעדע זאך איז א דיסעגרימענט.

מיין פוינט איז געווען, אז די זאך איז מער קאמפליצירט ווי ס'קוקט אויס פון אויבנאויף, און א מחשבה'לע האט זיך מיר געטוהן וועבן, אז אין ארדער דאס בעסער צו מבחין זיין וואלט אפשר געווען כדאי צו פארשטיין די בעסיקס פון וואס איז אידישקייט=רעליגיע און וואס איז קולטור אא"וו זעכער איז אונזער קולטור לאקשן. פאפרוירענע. ס'האט שיינע כאראקטעריסטיקס דא דארט אבער פול מיט שמוציגע פאפרוירענע אייער לאקשן,

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מאי 17, 2022 12:06 am

· #500222
Re: יודישקייט V סיסטעם
בורו פארק
אין יעדער סוסאיעטי איז דא פיר פרעשאר, גיי קוק ביי דער ווייסע עשירים אין ניו יורק אין דער העמטאנס, וואס פאר א סארט קליידער זיי דארפ'ן טראגען און וועלעכע סקאל זיי דארפ'ן לערנען און אזוי ווייטער.
ער/זי מוז אבער דארט נישט וואוינען. דארט וואו מ'נאיז צוגעבינדן צו א קאמיוניטי און מ'מוז וואוינען אין א דעזיגנירטע ארט אדער ערטער משום סיבות שונות, נאר דארט מאכט זיך עקסטערע פיער פרעשור

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

קבצו זקנים » דינסטאג מאי 17, 2022 9:19 am

· #500229
סיז געווארן א סיסטעמאטישע וועלט, זיי ביי אינז יידען און להבדיל ביי די גויים אויך עיין פה. אמרי אנשי יש אנשים שהם כמו תמונה, תמיד שומרים על מסגרת!

אלע צוזאמען » דינסטאג מאי 17, 2022 11:17 am

· #500232
קהל'ס נער
שאלתיאל
@קהל'ס נער איך האב איבערגעטראכט דיינע ווערטער און איך האב עטליכע הערה'לך אויף זיי וואס איך וואלט געוואלט אויסקלארן.

1. ''יודישקייט איז א רעליגיע באזירט אויף געזעצן וואס גאט האט אינז געגעבען, אין אלגעמיין איז עס זייער גרינג צי פאלגן''
די לייגסט אראפ א מצב כאילו אידישקייט איז נאטורליך צוקער זיס און האניג און דער סיסטעם איז דער וואס פארשווערט דאס לעבן, אבער ס'דאך נישט באמת אזוי. לא תנאף איז גארנישט לייכט און לא תבשל גדי בחלב אמו איז גאנץ שווער, ווער רעדט נאך פון הלכה (בהנחה אז עס איז אידישקייט און נישט א חלק פון סיסטעם) וואס באגרעניצט א מענטש אויף טריט און שריט און באגלייט דיך פון דיין געבורט ביז דיין טויט ועד בכלל און אלעס אינצווישן.
צו זיין א ערליכע איד איז ביטער שווער און דאס נאך פאר די סיסטעם קומט בכלל אריין אין בילד.

2. די שרייבסט אז דער סיסטעם איז באזירט אויף לחץ לברתי. אן אריינגיין צו דעם ספעציפישע לחץ איז אבער דער עצם מושג פון 'סאושעל פרעשור' נישט קיין שלעכטע געדאנק בכלל,
זייער אסאך זאכן, פיל מער וויפיל א מענטש וועט מודה זיין טוט מען יא אדער נישט צוליב פרעשור פון די סביבה און דער מענטשהייט. פארשטייט זיך אז זיך פארלאזן נאר אויף סאושעל פרעשור איז א מיאוס'ן טעות און א מענטש דארף אנהאלטן זיין אייגענע שכל הישר און אייגענע דעה צו באטראכטן וואס ער טוט און פארוואס ער טוט, אבער אויף זאכן וואס איך האלט אז ס'קומט אזוי וועט מיר נישט שטערן אז ס'איז פארהאן סאושעל פרעשור וואס העלפט זיך צו האלטן צו יענע פרינציפ אפילו ווען ס'שווער אמאל.
אפילו דער אט"ד וואס פארעכנט זיך אלץ דער שפיץ אינדעווידואל שטייט אויך אויס סאושעל פרעשור, פרעשור פון קאריערע וכו'. בקיצור כמעט יעדער מענטש וואס איז נישט קיין אנארכיסט אדער היפי האט זיך זיינע פלעצער ווי ער שטייט אויס סאושעל פרעשור, ער איז נאר מחליט וועלכע.

1.
דע אייבערשטער האט געגעבען א זיסע תורה, ווי ס'שטייט אין פסוק: פיקודי ה' ישרים משמחי לב הנחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונופת צופים. און במציאות אויך אז מען נעמט אוועק אלע קרעפלעך בלייבט מען מיט א זיסע תורה, די תורה איז די אינסטראקשען בוך פונעם אייבערשטען וויאזוי צי האבן א גיטע לעבען.
אלעס אין תורה איז נישט צי שווער און ערגסטן פאל און זייער געשמאק אין רוב פעלער.
די כאפסט אן לא תנאף, איז וועל איך מיך שטעלן אויף דעים אלץ א דוגמא.
זאג די ווילסט טאקע שטיפן דיין מאמע אדער דיין שוועסטער, זייער א גרינגע הלכה, קימט יעצט סיסטעם און זאגט: לאמיר פארביטערען די תורה און מען גייט לייגן נאך איסורים, למשל, מען טאר נישט זעהן אדער רעדן צי א פרוי, מען טאר נישט וואטשן מאווי'ס, מען טאר נישט שפאצירן אויפן געוועב, סמארטפון ban, פרויען טארן נישט דרייון, איבערגעטריבענע צניעות משוגעת'ן.

2.
לגבי לחץ חברתי, גערעכט אין די גאנצע וועלט איז דא סאושעל פרעשור, די חילוק איז נאר אז די ביסט נישט קיין אפפגעפרעיגטע שגץ אויב די שטעלסט דיך נישט צי.
לדוגמא, ווען איך גיי אין א גויאישע געגענט מיט מיין חסידישע לבוש, פיל איך סאושעל פרעשור וזהו, סה"כ נישט אזוי באקוועים.

משא"כ טאמער קים איך מיט א טישירט אין ג'ינס אין בית המדרש בין איך א שגץ, אויפגעקלערטע משכיל, מיין קינדער פליען פון מוסדות, מיינע עלטערען גייען זיצען שבעה וכו'
כאפסט די נפקא מינה?
אל תרבה שיחה איז א משנה (אבות פרק א משנה ה), נישט עפעס א תש'ס סאציאלע סיסטעם חזעריי, און דא שטעקט א פראבלעם, אז די וואס ווילן טראנספארמירן דעם סיסטעם, ווייסן נישט די חילוק פון אן הלכה צו א היינטיגע פרומקייט.

אידישקייט איז גרינג און שווער כשר פלייש, וואס איז א מוז, ווען די ביסט אין ירושלים בזמן הבית, אדער פרעשבורג ביים הייליגן חתם סופר, אדער אין ניו יארק סטעיט היינט צוטאגס, איז עס רעלאטיוו גרינג, אנדערש איז אבער ווען די ביסט, אין ווייאמינג אדער אין שפאניע יארע רנ''ג, א יאר נאכן גירוש, דא איז ביטער שווער צו באקומען א כשר שטיקל פלייש.
און אזוי איז מיט יעדע פון די 613 געבאטן

פרנס החודש » דינסטאג מאי 17, 2022 11:30 am

· #500234
לגבי די משנה פון אל תרבה שיחה איז דא א אנגענומענע כלל אז מען גייט נאך מעשה רב, אומצאליגע מאלן ווערט געברענגט אין משנה וגמרא די שמועסן וואס תנאים ואמורים האבן געהאט מיט פרעמדע פרויען

שאלתיאל » דינסטאג מאי 17, 2022 11:48 am

· #500236
קהל'ס נער

1.
דע אייבערשטער האט געגעבען א זיסע תורה, ווי ס'שטייט אין פסוק: פיקודי ה' ישרים משמחי לב הנחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונופת צופים. און במציאות אויך אז מען נעמט אוועק אלע קרעפלעך בלייבט מען מיט א זיסע תורה, די תורה איז די אינסטראקשען בוך פונעם אייבערשטען וויאזוי צי האבן א גיטע לעבען.
אלעס אין תורה איז נישט צי שווער און ערגסטן פאל און זייער געשמאק אין רוב פעלער.
די כאפסט אן לא תנאף, איז וועל איך מיך שטעלן אויף דעים אלץ א דוגמא.
זאג די ווילסט טאקע שטיפן דיין מאמע אדער דיין שוועסטער, זייער א גרינגע הלכה, קימט יעצט סיסטעם און זאגט: לאמיר פארביטערען די תורה און מען גייט לייגן נאך איסורים, למשל, מען טאר נישט זעהן אדער רעדן צי א פרוי, מען טאר נישט וואטשן מאווי'ס, מען טאר נישט שפאצירן אויפן געוועב, סמארטפון ban, פרויען טארן נישט דרייון, איבערגעטריבענע צניעות משוגעת'ן.

2.
לגבי לחץ חברתי, גערעכט אין די גאנצע וועלט איז דא סאושעל פרעשור, די חילוק איז נאר אז די ביסט נישט קיין אפפגעפרעיגטע שגץ אויב די שטעלסט דיך נישט צי.
לדוגמא, ווען איך גיי אין א גויאישע געגענט מיט מיין חסידישע לבוש, פיל איך סאושעל פרעשור וזהו, סה"כ נישט אזוי באקוועים.

משא"כ טאמער קים איך מיט א טישירט אין ג'ינס אין בית המדרש בין איך א שגץ, אויפגעקלערטע משכיל, מיין קינדער פליען פון מוסדות, מיינע עלטערען גייען זיצען שבעה וכו'
כאפסט די נפקא מינה?
קוקט אויס אונז האמיר נישט דער זעלבע תורה.
לא תנאף מיינט נישט דווקא א מאמע אדער א שוועסטער נאר יעדער מיידל אדער פרוי חוץ פון דיין ווייב. יעדער מצווה אין די תורה איז געבויעט פון צענדליגע הלכות, כאפ אן היטן שבת למשל, היטן שבת כהלכה איז אן עבודת פרך, כמעט נישט מעגליך מען זאל נישט עובר זיין אן איסור. און איך רעד שוין נישט ווען דער בית המקש איז געשטאנען מיט אלע הלכות טומאה וטהרה און מיט מלקות אדער א שעפסל אויף יעדער זינד. צו זיין א ערליכע איד און פאלגן אלעס וואס שטייט אין די תורה איז ביטער שווער, נישט בחינם באקומט מען שכר אויף דעם.

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז די תורה איז ''די אינסטראקשן בוך צו האבן א גוטן לעבן'', קען זיין אז אסאך זאכן זענען געשמאק דערפון (אזוי ווי אסאך זאכן פון דער סיסטעם איז געשמאק) אבער נישט דאס איז איר ציל דווקא . אויב די תורה מאכט מיר שווער דעם לעבן דארף איך עס נישט פאלגן?

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 17, 2022 10:03 pm

· #500287
אלע צוזאמען
אל תרבה שיחה איז א משנה (אבות פרק א משנה ה), נישט עפעס א תש"ס סאציאלע סיסטעם חזיריי, און דא שטעקט א פראבלעם, אז די וואס ווילן טראנספארמירן דעם סיסטעם, ווייסן נישט די חילוק פון אן הלכה צו א היינטיגע פרומקייט.

אידישקייט איז גרינג און שווער כשר פלייש, וואס איז א מוז, ווען די ביסט אין ירושלים בזמן הבית, אדער פרעשבורג ביים הייליגן חתם סופר, אדער אין ניו יארק סטעיט היינט צוטאגס, איז עס רעלאטיוו גרינג, אנדערש איז אבער ווען די ביסט, אין ווייאמינג אדער אין שפאניע יארע רנ''ג, א יאר נאכן גירוש, דא איז ביטער שווער צו באקומען א כשר שטיקל פלייש.
און אזוי איז מיט יעדע פון די 613 געבאטן
ס'שטייט נישט "אל תדבר עם אשה" ס'שטייט אל תרבה וכו', זאלסט נישט פארמערן, די משנה האט נישט קיין פראבלעם מיט סתם רעדן.

לגבי כשרות , אין רוב ציוויליזירטע וועלט קענסטו האבן כשר'ס, טאקע נישט התאחדות נאר כעין OU הכשר, טאקע דאס זאג איך אז התאחדות/סיסטעם פארביטערט לעבן, משא"כ OU וחביריו/הלכה איז א זיסע לעבן.

יעקב מעקסוועל » מיטוואך מאי 18, 2022 3:47 am

· #500332
איך פארשטיי נישט די חילוק פון אידישקייט און סיסטעם, אידישקייט איז איין לאנגע סיסטעם וואס הייבט זיך אן מיט די תורה שבכתב, און ווערט מער און מער פארברייטערט. דו ווילסט זאגן אז דווקא וואס מען האט אפגעמאכט ביז יארע 1,800 איז אידישקייט, און פון דארט און ווייטער איז עס סיסטעם?

אויב ווילסטו זיין א קראי, קען איך פארשטיין דיין סברא. אויב ווילסטו מקבל זיין וואס די רבנים זאגן, זע איך נישט קיין צייט ווען מען זאל מחלק זיין דא ענדיגט זיך אידישקייט און עס הייבט זיך אן די סיסטעם. אויב מעג מען נישט שלאפן מיט א בתולה ווען ביידע זענען מסכים, פארוואס מעג מען יא Wאטשן א מאווי? אויב מעג א פרוי דרייוון, פארוואס זאל זי נישט אויך מעגן גיין מיט אייגענע האר, הויזן, און א נאז רינגעל? וואס איז די חילוק פון די קריאת התורה יעדע וואך איינגעפירט דורך די "סיסטעם", און עסן קוגל פון א שפעטערע "סיסטעם"? פארוואס זאל איך נעמען פיער פרעשור צו דאווענען פונקטלעך וואס יעדער איינער טוט ווי עס שטיין אין שמונה עשרה, ווען איך קען פונקט אזוי יוצא זיין מיט א תפילה פון הארץ ארויס?

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 3:16 pm

· #500367
עס איז דא א יסודות'דיגע אשכול פון אונזער אומפארגעסליכער רביה"ק, ווי ער רעדט דורך דעם ענין אין פיר הערליכע ארטיקלען וואס זענען אלע קולע על השערה
דא איז די ערשטע

דא איז די צווייטע

דא איז די דריטע טייל

און דא איז די פערטע טייל

תוהו ובוהו » מיטוואך מאי 18, 2022 6:59 pm

· #500389
יעקב מעקסוועל
איך פארשטיי נישט די חילוק פון אידישקייט און סיסטעם, אידישקייט איז איין לאנגע סיסטעם וואס הייבט זיך אן מיט די תורה שבכתב, און ווערט מער און מער פארברייטערט. דו ווילסט זאגן אז דווקא וואס מען האט אפגעמאכט ביז יארע 1,800 איז אידישקייט, און פון דארט און ווייטער איז עס סיסטעם?

אויב ווילסטו זיין א קראי, קען איך פארשטיין דיין סברא. אויב ווילסטו מקבל זיין וואס די רבנים זאגן, זע איך נישט קיין צייט ווען מען זאל מחלק זיין דא ענדיגט זיך אידישקייט און עס הייבט זיך אן די סיסטעם. אויב מעג מען נישט שלאפן מיט א בתולה ווען ביידע זענען מסכים, פארוואס מעג מען יא Wאטשן א מאווי? אויב מעג א פרוי דרייוון, פארוואס זאל זי נישט אויך מעגן גיין מיט אייגענע האר, הויזן, און א נאז רינגעל? וואס איז די חילוק פון די קריאת התורה יעדע וואך איינגעפירט דורך די "סיסטעם", און עסן קוגל פון א שפעטערע "סיסטעם"? פארוואס זאל איך נעמען פיער פרעשור צו דאווענען פונקטלעך וואס יעדער איינער טוט ווי עס שטיין אין שמונה עשרה, ווען איך קען פונקט אזוי יוצא זיין מיט א תפילה פון הארץ ארויס?
די חילוק איז פשוט, ביי יעדע מענטש אין וואס אומער ער גלייבט אז "מ'דארף" טוהן איז "אידישקייט", וואס ער האלט אז "מ'טוט" איז "סיסטעם", און ביי רובא דרובא היימישע איז פארהאן אזא ליין ערגעצוואו.

ביי געוויסע אידן, איז 'זאגן הלל יו"ט' וואס שטייט אין גמרא מחייב און די רעשט סיסטעם, ביי אנדערע וואס אומער ס'שטייט אינעם קובץ מנהגים והלכות הנקרא 'שולחן ערוך' מחייב אבער 'שניידן די האר פאר פרויען' איז סיסטעם, און ביי מאנכע איז 'הערן משנה תורה' א "מוז" אבער 'נישט פארן מיט א בייק' איז סיסטעם, ופשוט הוא.

אז דו גלייבסט גראדע אז גארנישט איז דיר מחייב ביסטו טאקע געבליבן בלויז מיט סיסטעם.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 18, 2022 7:22 pm

· #500391
תוהו ובוהו: איך קוק עס אן א ביסל אנדערש. א זאך וואס האט א טעם און א מקור אין הלכה. אדער א מנהג וואס איז עולה על הדעת, איז אידישקייט. די אנדערע שטותים ווי נישט פאהרן א בייק און אנדערע פערזענליכע בויכווייטאג, איז אפילו נישט סיסטעם. ס'איז נאר מכח פיער פרעשור. ווער ס'פאלגט אויס אט די שטותים איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."העושה דבר הפטור ממנו נקרא הדיוט"...!

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:38 am

· #500414
תוהו ובוהו
די חילוק איז פשוט, ביי יעדע מענטש אין וואס אומער ער גלייבט אז "מ'דארף" טוהן איז "אידישקייט", וואס ער האלט אז "מ'טוט" איז "סיסטעם", און ביי רובא דרובא היימישע איז פארהאן אזא ליין ערגעצוואו.
איך פארשטיי וואס דו זאגסט, און איך בין מסכים מיט דיר. אבער די אשכול איז געעפנט געווארן מיט א ציל "אויסצוקלארן" די צומישעניש.
קהל'ס נער
מען מישט דא אסאך מאל אויס צווישן יודישקייט און סיסטעם, מילא פיל איך פאר וויכטיג עס צי פונאנדערשיידן.
און טאקע דאס פארשטיי איך נישט. פאר יעדעם איז די ליין ערגעץ אנדערש, און עס איז נישטא קיין שום וועג אפצוטיילן.

אויב איינער וועט אויפקומען מיט א לאגישע חילוק, וועט מען עס קענען נוצן צו מבחין זיין.
תוהו ובוהו
אז דו גלייבסט גראדע אז גארנישט איז דיר מחייב ביסטו טאקע געבליבן בלויז מיט סיסטעם.
פארקערט, איך גלייב אלעס איז די זעלבע מחייב, בלייב איך נאר מיט אידישקייט.

קהל'ס נער » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:15 am

· #500417
מען קען אסאך ארים טענה'ן זיך צי די תורה איז אמת וכו', אבער נישט דאס איז די נושא.

די נ"מ צווישן יודישקייט אין סיסטעם, אז יודישקייט איז באזירט אויף א תורה וואס גאט האט געגעיבען (בהנחה אז מען גלייבט אין די תורה), מען קען פרעיגן אסאך קושיות אויף די תורה, אבער סוף סוף איז אלעס באזירט אויף א תורה, ס'דא א book of rules.

משא"כ סיסטעם איז נישטא קיין רולס, נאר ס'ווענט זיך וויפיל פיער פרעשור די האסט, וועלכע משוגעת איז איינגעפאלן פאר דיין באבע, וויפיל OCD דיין זיידע האט געהאט, און ווי א שיינע שידוך דיין טאטע האט געוואלט מאכן.

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 11:08 am

· #500435
Re: יודישקייט V סיסטעם
למעשה נאך פיר דורות זיידעס מיט OCD ווערט עס incorporated אין די תורה

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:34 pm

· #500447
קהל'ס נער
די נ"מ צווישן יודישקייט אין סיסטעם, אז יודישקייט איז באזירט אויף א תורה וואס גאט האט געגעיבען (בהנחה אז מען גלייבט אין די תורה), מען קען פרעיגן אסאך קושיות אויף די תורה, אבער סוף סוף איז אלעס באזירט אויף א תורה, ס'דא א book of rules.
א בוק פון רולס איז די מחלק? ווען עס וועט זיין גענוג גליונות מיט רולס אויף טעכנאלאגיע וועט עס שוין זיין א חלק פון די תורה?

עס קען אויסזען ווי א ווערטל, איך מיין עס זייער ערנסט. וויאזוי איז מען מבחין לדעתך וואס איז וואס?

לדעתי איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די איסור פון רבינו גרשון צו חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, און רב וואזנער'ס איסור אויף די אינטערנעט. קענסט מיר מסביר זיין דיין מיינונג?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 5:52 pm

· #500467
יא, די איסור פון אינטערנעט איז נישט פונעם סיסטעם עס איז אידישקייט,

סיסטעם הייסט עפעס וואס קיין שום רב וועט דיר נישט זאגן אז מען טאר נישט על פי תורה
ווי למשל:

- קויפן SAS שיך פאר די פערציג יאר

- קויפן א קערידזש אין וואלמארט (נישט קיין דאונע אדער באגעבאו)

- גיין אהן די היט און רעקל אויף די גאס

- ארויסמופן פון די אידישע געגנטער

- מאכן א חתונה אין א בעקיארד (נישט נאר ביי קאראנע)

- א בחור זאל גיין ארבייטן

- גיין וועליכע מין הוט עס געפעלט מיר

ועוד כהנה...

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 6:46 pm

· #500470
און וואס איז מיט מאשין מצות? ווי פאלט דאס אריין?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:23 pm

· #500472
ווענדט זיך ווער דיין רב איז,
אויב ביסטו אין די קרייזן וואס האלטן עס פאר חמץ גמור, דאן איז עס אידישקייט, נישט סיסטעם.

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:32 pm

· #500473
הייסט אז די חילוק צווישן אידישקייט און סיסטעם ווענדט זיך אין קרייז?

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:35 pm

· #500474
עס ווענט זיך אין וואס דיין רב זאגט

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:37 pm

· #500475
Re: יודישקייט V סיסטעם
פריער האסטו געשריבן דאס סיסטעם איז נאר עפעס וואס קיין שום רב וועט נישט זאגן אז עס איז אסור
ממילא האב איך געברענגט א משל צו ווייזן אז עס איז בכלל נישט אזוי פשוט, און דיין לעצטע תגובה האב איך נישט פארשטאנען מחמת הקיצור
ביטע זיי מער מאריך

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:40 pm

· #500476
פרנס החודש
פריער האסטו געשריבן דאס סיסטעם איז נאר עפעס וואס קיין שום רב וועט נישט זאגן אז עס איז אסור
ממילא האב איך געברענגט א משל צו ווייזן אז עס איז בכלל נישט אזוי פשוט, און דיין לעצטע תגובה האב איך נישט פארשטאנען מחמת הקיצור
ביטע זיי מער מאריך
גערעכט, עס מיז נישט זיין עפעס וואס "אלע" רבנים אויפן וועלט זאלן אסר'ן, עס איז געניג אז דיין קהילה אדער קרייז אדער רב אסר'ט אז עס זאל הייסן אידישקייט

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:48 pm

· #500477
Re: יודישקייט V סיסטעם
אקעי איך באלאנג אין סאטמאר און איך האב נישט קיין רב
איז מאשין מצות ( מיט עדה החרדית הכשר) סיסטעם אדער אידישקייט

פרנס החודש » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:51 pm

· #500478
Re: יודישקייט V סיסטעם
און וואס טו איך ווען מיין רב זאגט אסור און שולחן ערוך זאגט מותר?
סיסטעם אדער אידישקייט?

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג מאי 19, 2022 9:06 pm

· #500482
פרנס החודש
און וואס טו איך ווען מיין רב זאגט אסור און שולחן ערוך זאגט מותר?
סיסטעם אדער אידישקייט?
%100 סיסטעם

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 9:17 pm

· #500483
שמחהלע קאפשטיק
פרנס החודש
און וואס טו איך ווען מיין רב זאגט אסור און שולחן ערוך זאגט מותר?
סיסטעם אדער אידישקייט?
%100 סיסטעם
100% אידישקייט

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 20, 2022 1:54 am

· #500492
יעקב מעקסוועל
קהל'ס נער
די נ"מ צווישן יודישקייט אין סיסטעם, אז יודישקייט איז באזירט אויף א תורה וואס גאט האט געגעיבען (בהנחה אז מען גלייבט אין די תורה), מען קען פרעיגן אסאך קושיות אויף די תורה, אבער סוף סוף איז אלעס באזירט אויף א תורה, ס'דא א book of rules.
א בוק פון רולס איז די מחלק? ווען עס וועט זיין גענוג גליונות מיט רולס אויף טעכנאלאגיע וועט עס שוין זיין א חלק פון די תורה?

עס קען אויסזען ווי א ווערטל, איך מיין עס זייער ערנסט. וויאזוי איז מען מבחין לדעתך וואס איז וואס?

לדעתי איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די איסור פון רבינו גרשון צו חתונה האבן מיט צוויי ווייבער, און רב וואזנער'ס איסור אויף די אינטערנעט. קענסט מיר מסביר זיין דיין מיינונג?
איך בין מיט דיר, ביידע זענען די זעלבע נישט מחייב

חרם דרבינו גרשם איז טאקע נישט מחייב, ס'נאר א דערשרעקונגס מיטל עס צי רופן חרם.
די זעלבע מיט אלע לייט עלה אביי'ס.
די זעלבע מיט צוואת ר' יהודה החסיד.

ס'איז אלעס באזירט אויף סטארעשרייען נישט אויף די תורה.

Again, מען רעדט דא בהנחה אז די אייבערשטער האט געגעבען די תורה אויב גלייבסטו נישט אין תורה משמים to begin with, דארף מען ציריק גיין צי די אנדערע אשכולות ווי איך האב טאקע געטענה'ט אז ס'נישט דא קיין פרוף פאר דעם, אבער נאך אמונה פשוטה אז די אייבערשטער האט געגעבען די תןרה, זענען דא הלכות וואס איז באזירט אויף די תורה, משא"כ סיסטעם וואס איז באזירט אויף, OCD , פיער פרעשור וכו'

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 20, 2022 2:01 am

· #500494
עצי שטים
יא, די איסור פון אינטערנעט איז נישט פונעם סיסטעם עס איז אידישקייט,

סיסטעם הייסט עפעס וואס קיין שום רב וועט דיר נישט זאגן אז מען טאר נישט על פי תורה
ווי למשל:

- קויפן SAS שיך פאר די פערציג יאר

- קויפן א קערידזש אין וואלמארט (נישט קיין דאונע אדער באגעבאו)

- גיין אהן די היט און רעקל אויף די גאס

- ארויסמופן פון די אידישע געגנטער

- מאכן א חתונה אין א בעקיארד (נישט נאר ביי קאראנע)

- א בחור זאל גיין ארבייטן

- גיין וועליכע מין הוט עס געפעלט מיר

ועוד כהנה...

Sas שיך און חתונה אין בעקיארד וכו' זענען אבוויעסלי סיסטעם פון דעם דארף מען אפילו נישט רעדן.

די אשכול האב איך געפענט אויף די זאכן וואס זענען סיסטעם אבער מען האט זיי מלבש געוועין אין הלכה, ווי למשל אינטרנט, רוב דיני צניעות אצל נשים, מאוויס, הפרדה בין המינים, ביטול תורה אבסעשיען, הכשרים, וכ

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 20, 2022 2:04 am

· #500495
.

קהל'ס נער » פרייטאג מאי 20, 2022 2:05 am

· #500496
פרנס החודש
און וואס איז מיט מאשין מצות? ווי פאלט דאס אריין?
System

שמן למאור » פרייטאג מאי 20, 2022 2:18 am

· #500498
קהל'ס נער
SAS שיך און חתונה אין בעקיארד וכו' זענען אבוויעסלי סיסטעם פון דעם דארף מען אפילו נישט רעדן.

די אשכול האב איך געפענט אויף די זאכן וואס זענען סיסטעם אבער מען האט זיי מלבש געוועין אין הלכה, ווי למשל אינטרנט, רוב דיני צניעות אצל נשים, מאוויס, הפרדה בין המינים, ביטול תורה אבסעשיען, הכשרים, וכ
דעמאלסט קענסטו צולייגן:
איסור מוקצה אויף שבת, ווארטן א האלבע שעה נאכן עסן מילכיג, לייגן תפילין יעדן טאג, דאווענען מעריב, די הרחמן'ס נאכן בענטשן, זאגן עלינו נאכן דאווענען, ליינען די מגילה פורים, וואשן נטילת ידים, צינדען חנוכה לעכט, צו הערן ליינען מאנטיג און דאנערשטיג,
זענען די זאכן אויכעט סיסטעם? זיי זענען פשוט פון די סיסטעם פון אפאר דורות צוריק, וועגן דעם ווערט עס אידישקייט?
בלאט: 1 2