שיין דערלעבט: א אדמו"ר אויף א טשעירליפט
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1529
שיין דערלעבט: א אדמו"ר אויף א טשעירליפט
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2972486&forum_id=771">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771</a>
ווי א געהעריגע רבי באשטעלט מען א פאטאגרעפער
וואס האסטו געוואלט ער זאל ארויפקלעטערן צופיס?
ניין ח"ו ער איז א אלטער יוד
נו זיכער האט ער געמיזט נעמען א היטש ארויף
סבאדערט מיך נישט ער גייט האבען פאן. 99 פערצענט רביס זענען סתם פשוטע יודען (איך רעד נישט פין די בעלי עבירה ובעלי תאוה צווישען זיי} און זיי מעגען גיין אויסליפטערען, אבער סבאדערט מיך די פיקטשערס דאס האט ער ח"ו נישט פארגעסען
גיין אין ערכאות = איז נארמאל פאר רבי'ס
רודפן יעדער וואס גייט נישט אין שפאן = איז נארמאל פאר רבי'ס
זיך שלאגען מיט ברודערס = איז נארמאל פאר רבי'ס
מקיים זיין די נבואה פון יחזקאל לד' אויף די טאקט = איז נארמאל פאר רבי'ס
נאר ווען אן אלטע אדמו''ר גייט זיך אויסבלאזען אויף א בארג איז = להיכן הגענו? האדמו''ר בטיול על הרכבל בחיפה..
פירושים מיותרים
דעס שריי איך דאך
ביזט א רבי? שלאג דעך מיט דיין ברידער, צאפ מענטשנס בליט, געב ארויס חרמים, גיי טאנצען די 6 הקפה ניגין ביי חתינות, שלעפ ארויס פין מענטשן נאך א הונדערטער
אבער למען השם ואס זיכסטי אויף א טשעיר ליפט?
באלט עלעך זיי טרעפען אין יעדע רעסטעראנט, חול המועד אין גרעיד עדווענטשערס, און ביי ליפאס קאנצערטס
בלייבטס אינדערהיים און גיי אן מיט דיין רביסטעווע
איך פארשטיי נישט, אין צה"ל האט מען נישט געלערענט קריכען אויף בערג...?
נוי יארקאיך פארשטיי נישט, אין צה"ל האט מען נישט געלערענט קריכען אויף בערג...?
לייג אריבער די תגובה קיין "צימעס" וועל איך דיר אסאך צוהעלפען...
איך פארשטיי נישט די פראבלעם! אין די ערשטע מינוט איז מיר איינגעפאלן דריי פשטים אין די הייליגע עליה פון די צדיק אמת:
צדיקים האבן גאלד אין זילבענער כלים ווייל צי קענען משפיע זיין פאר אנדערע מיז מען קודם אליין האבען (פאר דעם סיבה האבין לעצטענס ערליכע אידען שיינע קארס וכד') אין מ'זעט בחוש אז זייט די רבי'ס האבן דאס איינגעפירט האט א גרויס חלק פין כלל ישראל באקומען odyssey's
כדי צי ברענגען די גאולה העתידה דארף מען מעלה זיין אלע ניצוצות ס'איז ידיעה פין חסידשע ספרים אז "כל מקום אשר תדרוך כף רגלכם בו לכם יהיה" מיינט אז וואו א צדיק טרעט הייבט ער מיט זיך אלע ניצוצות ארום אין ארום אין עס ווערט"לכם יהיה" אינגאנצן צי די קדושה
רב שמשון רפאל הירש האט געהאלטן אז ס'איז א גרוסער ענין צי באטראכטען די אויבערשטער'ס בריאה
איך זעי געהעריג נישט וואז די פראבלעים איז אנשטאט גיין קיין שווייץ איז ער אהין געגאנגען וואס איז שלעכט דערמיט?
דער רבי האט געמאכט אן עליית נשמה עם הגוף
איך קען נישט גלויבן:
מיין מיינונג איז אז עס איז זייער נישט קיין גוטע זאך, ווייל הגם רבי'ס מעגן זיך אויך אויסלופטערן, זיי זענען פארט נארמאלע מענטשן, ברענגען אזעלכע בילדער אריין ביים המון-עם א רייץ און ווילן ארויסצואווארפן געלט אויף לוקסוס און שטותים. סוף כל סוף זוכן יונגע חסידים נאכצוטון די רבי'ס און אויף דעם בילד זעט מען נישט די שווערע ארבעט וואס דער רבי האט געטאן פאר דעם, מען זעט נאר ווי ער מאכט א לעבן. דאס שאפט א נישט ריכטיגע מעסעזש פאר די חסידים.
(במאמר המוסגר: איך בין דאך אויך א רב, איך טוה דאס אויך, אבער איך בין מקפיד אויף בילדער - טאקע צוליב אזעלכע סיבות, אז מיינע חסידים זאלן זיך נישט אפלערנען דערפון(נאר איך מעג). איך וויל נישט שיקן א שלעכטע מעסעזש פארן עולם.)
דער בן יהוידע ברענגט אין מסכת הוריות צום סוף ביי די אגדתא אז דער רבינו תם ווען ער האט געלערענט האט ער געהאט אויפן טיש א "קערה מלאה זהובים" ווייל דאס גיט צו צו הרחבת הדעת כדי מען זאל קענען בעסער פארשטיין דאס לערנען
משכילדער בן יהוידע ברענגט אין מסכת הוריות צום סוף ביי די אגדתא אז דער רבינו תם ווען ער האט געלערענט האט ער געהאט אויפן טיש א "קערה מלאה זהובים" ווייל דאס גיט צו צו הרחבת הדעת כדי מען זאל קענען בעסער פארשטיין דאס לערנען
היינט זענין די רבי'ס אין רבנים שטארק מקפיד אויף דעם אפילו שלא בשעת הלימוד
במאמר המוסגר: עס איז באמת א קושיא, אריינקוקנדיג אין די בילדער אויסגאבעס, זעען מיר ווי אזוי די ליטווישע גדולים לעבן בצניעות און בצימצום, בשעת רוב חסידי'שע רבי'ס לעבן אין א מלכות.
וואספארא מעסעזש שיקט עס פאר די חסידים?
די ליטווישע גדולים זענין מער מקפיד צי זייערע הסכמה איז אויף די ערשטע בלעטעל וכד'.
גוט געזאגט.
real jewדי ליטווישע גדולים זענין מער מקפיד צי זייערע הסכמה איז אויף די ערשטע בלעטעל וכד'.
משא"כ די חסיד'ישע רבי'ס????
די חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...
מורינו הרבדי חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...
לאל
איך קלער אז דער חילוק צווישען רבי'ס און ראשי ישיבות איז צו כללות'דיג אפשר וויל עס איינער בעסער אנאלאזירן ?י
מורינו הרבדי חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...
דאכט זיך ווען עס קומט אויסצושטעלן א אויבן אן ווי עס דארפן זיך באטייליגן רבנים און ר״י, ליגט א סאך מער מח אויסצושטעלן פאר די חסידישע רביס ווי פאר די ליטווישע ראשי ישיבות.
פאזעטיוומורינו הרבדי חסידי'שע רבי'ס האבן ליב צו מאכן א לעבן, זיך ווייקן אין לוקסוס און פארן אויף טשערלופטס, אבער זיי זינקען נישט אין כבוד אזוי ווייט ווי די לטאים, ווער איז קודם ווער איז נאכדעם.
די ליטווישע גדולים, לעבן אין צמצום, אבער ווען איינער בארירט זייער כבוד, דאן...
דאכט זיך ווען עס קומט אויסצושטעלן א אויבן אן ווי עס דארפן זיך באטייליגן רבנים און ר״י, ליגט א סאך מער מח אויסצושטעלן פאר די חסידישע רביס ווי פאר די ליטווישע ראשי ישיבות.
עס ווענדט זיך אויף וואס:
ביי רבי'ס איז דער דגש, נישט צו זיצן נעבן יענעם קאנקערענץ, און נישט נעבן יענעם וועמען מען האט פיינט וכו', אבער נישט אזוי ווייט ווער איז קודם.
ביי די ליטאים איז מען בלויז פארטון אין כבוד, ווער קודם און ווען נאכדעם, ווער איז דער 'מרן' און ווער איז דער 'ראש-ישיבה'.
ביי חסידים זענען אלע "כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש עטרת ראשינו ותפארתינו רשכבה"ג שליט"א".
כ'מיין עטץ זענץ ביידע גערעכט, עס איז א בחינה פון הא לן והא להו, דא אין אמעריקע זענען עס די רבנים/רבי'שע חצרות וואס זענען די כבוד פרעסערס און די אמעריקאנע ליטווישע ראשי ישיבות ליגן נישט אזוי ווייט אינעם יותרת הכבוד, משא"כ אין א"י זענען היינט אלע ליטווישע גדעילים ארומגענומען מיט גבאים שטוב מענטשן "חצר" און זיי האבן זיך "דערלערנט" אלע שטיק פון די חסידים, צומאל איז דער קאפי בעסער פונעם מקור.
מ'טאר נישט חוזק מאכן פון צדיקים, איי מ'האט א קשיא פארוואס ער פארט מינט א טשער ליפט, וואס לפי האמת איז עס טאקע א פלא ווי ס'קומט צו א רבי אזא זאך, אבער מיר האבן א כלל אז אין מהרהרין אחרי רבו, און אפילו ער איז נישט דיין רבי, אבער מ'רעדט נישט אויף קיין רבי'ס מנהיגי ישראל בנן של קדושים
ס'איז דא צוויי בחינות פין כבוד איינס איז ווען די גבאי ריפט פארזיכערן א פלאץ אויף די אויבן אן אין איינס ווען מ'טיט זיך אן מיט א כבוד התורה אין מרן אליינס פארלאנגט אז זיין הסכמה קען נאר אריינגיין אויב ס'איז אויפן ערשטע עמוד אין האט קפידה'ס ווען מען איז איהם נישט מכבד כדבעיה.
ווען מ'זאגט א מרן אז די שעור איז געווען איינס אין די וועלט פרעגט ער וועלכע נקידה איז געווען די חידוש... א חסיד מאכט זיך וואו ער הערט נישט.
די פראבלעם איז אז מ'נעמט א מענטש און מ'מאכט פון עם א מלאך, נאכדעם שטוינט מען ווען מ'זעט אז ער איז א מענטש. לייגט עם נישט אויף אזא פעדעסטיל, און רייס עם נישט אראפ פארן נישט פופילען דיינע עקפעקטעישענס.
בפרט דעם סערעטע רבי, ער האט קיינמאל נישט פארקויפט אז ער פליעט אין די הימלען, ער מאכט נישט קיין קולות ביי די נענועים, טשעפעט נישט קיינעם, חוץ פון זיין קליין קרעמעל אין חיפה ווי ער דאווענט שיין און טאנצט אביסל הערט מען כמעט נישט פון עם.
פאר די וואס קענען עם איז בכלל נישט קיין חידוש זיין גיין אויפן טשעירליפט.
געפילטע אידאך הייליג גערעכט מ’רעדט נישט דא פון עפעס א ליידיג גייער א כבוד זיכער ער מאכט נישט קיין נויז, ער זיצט זיך ביי זיך און מאכט זיך אליין שבת, לענ"ד שטייט ער סאך העכער ווי דיע אלע דא אין אמעריקע, איך וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער ער סאך גרעסער פון דעם, דיספייט זיין שיטה איבער ציונות וכדו’
מר כדאית ליה ומר כדאית ליה
איך זעה בכלל נישט דעם פראבלעם פון א רבי אויף א טשעירליפט.
ער איז נישט געגאנגען דערויף לשם תענוג. די טשעירליפט איז נאר געוועהן דעם מיטל אנצוקומען צום ציהל.
דו זעהסט א פראבלעם אז א רבי גייט אויף א עראפלאן? איז א פראבלעם אז מען כאפט בילדער ווי דער רבי זיצט אויפ'ן עראפלאן?
וואס איז דא אנדערש? סך הכל האט ער געוואלט אנקומען אויבן אויפ'ן בארג און גיין אויף א שיינעם שפאציר אזויווי אלע רבי'ס גייען אין שווייץ.
נאך א ישוב אז ער איז אויף די עלטער אין ער האט פארלוירען די כח המעצר וואס האט עם איינגעהאלטען אלע יארען פין גיין האבען פאן
איך טענהע שוין לאנג אז עס גייט זיין שרעקלעך ביטער ווען דע היינטיגע מנהיגי ישראל גייען ווערען 85 און פארלירען זייער כח המעצר אה מיי גייט דעמאלס זיין לעבעדוג זיי גייען זיך נישט קענען איינהאלטען
ס'פאראן בילדער פון ר' איציקל מפשעווארסק ז"ל ווי ער פארט מיט א פערד און וואגן פאר א שפאציר. און איך מיין אז נאך רבי'ס באקאנטע צדיקים פלעגן עס טון זייענדיג אין א קור-ארט.
איך מיין אז ס'איז זייער נאריש צו מאכן פון דעם רבי'נס נסיעה אויפן טשערליפט א דיסקאשן בכלל.
סקולענע רבי נישט לאנג צוריק אין רומעניע אבער ס'נישט קיין פארגלייך צו א טשער ליפט (נישט א ס' א פראבלעם) די מיינסט די אלטע יודן האבן פארלאנגט צו זעהן צו מ'קען פארשאפן א פאוני רייד