☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » די נייע לעבן פון נפתלי אמבש

די נייע לעבן פון נפתלי אמבש

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15288

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:54 pm

· #499959
די נייע לעבן פון נפתלי אמבש
נעכטן איז דער 'המקור' פראגראם פון די איזראעלי טשענעל 13 ארויס מיט א דאקאמענטרי איבער די נייע לעבן פון נפתלי אמבש.
נפתלי איז איינער פון די 17 קינדער פון דניאל אמבש וועלכע האט אנגעפירט מיט א ברוטאלע סאדיסטישע קאלט אין ירושלים, דער אמבש קולט צווישן די יארן 1999-2011, זיין מאמע אילנה- איינער פון דניאל'ס זעקס פרויען- איז נאך פארגלייבט אין איר מאן ביז היינט.
דער דאקאמענטרי ווייזט וויאזוי ער איז מצליח זיך אויפצוהייבן פון די ברוכווארג און חורבן וואס ער איז אריבער אלץ קינד, און ווי ער פארליבט זיך אין זואי גוטליב א בחנ'ט מיידל פון א גוטע שטוב, עס באגלייט זייערע קאמפליצירטע רייזע ביז זיי זענען מחליט צו חתונה טראץ די טונקעלע פארגאנגענהייט פון ווי נפתלי קומט.

עס איז עכט א רירנדע הארצרייסענדע פילם פון פיין און האפענונג, ווייטאג און ליבע און איין בחור'ל וועלכע באווייזט דאס אומגלויבליכע און איז מצליח קעגן אלע שאנסן צו בויען א נייע לעבן.

https://drive.google.com/file/d/1FMEXMR0qTWJJDloXlyPwyMI5zgZcU67j/view?usp=drivesdk

דא איז 4 טיילן פון א תחקיר פון המקור איבער דער אמבש קולט וואס איז ארויס אין 2020
https://13tv.co.il/tags/ambash/

שאלתיאל » זונטאג יוני 12, 2022 8:25 pm

· #501994
סאדיסטישע קולט פירער דניאל אמבש איז היינט געפינען געווארן טויט אין זיין צעל אין איילון טורמע, ער האט געזאלט אפדינען 26 יאר פאר זיינע מעשים.

אינטערוויו מיט זיין זון
https://www.youtube.com/watch?v=W-fjdr_r7DI&t=12s

וואס זיינע קינדער שרייבן אויף אים
https://www.facebook.com/profile.php?id=100006263921809

https://www.facebook.com/natan.ambash

https://www.facebook.com/pele.ambash