☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?

ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15280

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 4, 2022 5:19 pm

· #499285
ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?
חסל סידור פסח כהלכתו פון שנת תשפ"ב;
שוין צאם-געפאקט די כלים גרייט פאר דעם קומענדיגען יארע, די אשת חיל’ס קאפ איז שוין צוריק איינגעטונקען אינעם חמצ’דיגען טאפ, און יעצט בואו חשבון דער מאן ברויכט שוין באצאלן די קרעדיט קארד ביללס.
און ווי האט זיך יענער גוט-זאגער אויסגעדריקט: "מאן און ווייב ביידע לויפן נאך יו"ט, דער מאן לויפט צום באנק די פרוי צום וואג, נאר דער מאן זעהט א מיינעס און די פרוי א פלאס..."

און אזוי שמועסענדיג בדיבוק חברים קומט אויס לפי חשבון אז א דורכשניטליכע משפחה צאלט פאר יעדן קאפ -גלגולת א ערך פון כאטש $900,

דער חשבון איז צווישן גראסעריס - מצות - פלייש - בגדי צבעונין פאר די פרויען און בגדי שחורים פאר די מענער.
אין אנדערע ווערטער א נארמאלער דורכשניטליכער פארדינער דארף זיך ברעכן קאפ וויאזוי מאכט מען דעם פסח, און אפילו נאך די אלע באונעס’ס כסף מנלן?
איז מיין שאלה וואס קען מען טוהן אז עס זאל נישט אזויפיל קאסטן?

שפילער » מיטוואך מאי 4, 2022 6:56 pm

· #499298
די ערשטע זאך מוזן נישט די בחורים קויפן א נייע רעקל און שיך און הוט יעדע יאר פסח.

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 4, 2022 7:42 pm

· #499301
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 4, 2022 8:17 pm

· #499303
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
אדרבה לאז מיר וויסן וויפיל האסטו געצאלט פאר מצות ? פלייש ? קליידער ?

כ’וועל מודה זיין אז איך האב אמאל געהאט א תקופה וואס איז געווען א מצב פון הכיס ריק ואין, און מיין ווייב האט זיך גערעכנט דערמיט און זי האט גארנישט געקויפט, דעמאלטס האט קיין קליידער נישט געקאסט...
אבער ס’איז פארהאן א ריזן ציבור מענטשן וואס קויפן זיך איין יעדע סעזאן פון פריש אפגעזעהן צו דער מאן האט אדער נישט, דער עיקר אז מען זאל אויסזעהן שיין און מלכותדיג און זיך אריינפאסן מיט דעם היימישען אונגערישען שטראם,
דער מאן פון זיין זייט קען נישט אדער האט מורא צו זאגן איך האב נישט, מה יעשה הבעל ?
פאר אפאר יאר צוריק איז ארומגעגאנגען רעקלאמעס פון גמליאל וועגן חתונה מאכן, [פאר סאם ריזען איז עס שטיל געווארן, פארוואס????] אפשר איז שוין צייט צו מאכן א רעוואלוציע פון עפארדעבל פסח’מאכן "ספענד נאר וויפיל דו האסט"

וועגן די הויעכע משוגענע פרייזן פון מצות איז שוין א מדובר אויף עטליכע אשכולות דא אין קאווע שטיבל, ויש כאן מקום להאריך...

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 4, 2022 9:23 pm

· #499311
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען

בת קול » מיטוואך מאי 4, 2022 9:55 pm

· #499316
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
זוממערדיגע קליידער? ממש נישט מעגליך פון לעצטע יאר זאל נאך פאסן.
די קינדער וואקסן יעדע פאר חדשים.

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 4, 2022 10:21 pm

· #499320
בת קול
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
זוממערדיגע קליידער? ממש נישט מעגליך פון לעצטע יאר זאל נאך פאסן.
די קינדער וואקסן יעדע פאר חדשים.
ס'איז נישט געווען אזוי הייס דעים פסח.
ש'טא קיין סיבה זיי זאלן נישט גיין מיט די קליידער פין שבת הגדול און פורים.

שמחהלע קאפשטיק » מיטוואך מאי 4, 2022 10:23 pm

· #499321
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,

כניאק » מיטוואך מאי 4, 2022 10:38 pm

· #499324
ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
שמחהלע קאפשטיק
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,

יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 4, 2022 10:44 pm

· #499325
שמחהלע קאפשטיק
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,
מיין יונגסטע איז צוויי יאר אין מיין עלצטע 18.
איך בין געווען גאנץ יו"ט, אין געגעסען אלע סעודות אינדערהיים.

יעלה ויבא » מיטוואך מאי 4, 2022 10:45 pm

· #499326
כניאק
שמחהלע קאפשטיק
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,

יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?
מילכיגס איז אריינגערעכנט אין די $550 גראסערי

בת קול » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:08 am

· #499338
יעלה ויבא
בת קול
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
זוממערדיגע קליידער? ממש נישט מעגליך פון לעצטע יאר זאל נאך פאסן.
די קינדער וואקסן יעדע פאר חדשים.
ס'איז נישט געווען אזוי הייס דעים פסח.
ש'טא קיין סיבה זיי זאלן נישט גיין מיט די קליידער פין שבת הגדול און פורים.

וואס א חילוק ס'קאסט די זעלבע עקספענס אויב מען קויפט אין ספירה. נאר רוב חברה רעכנען עס אריין אין די פסח בודזשעט און דו רעכנסט עס עקסטער.
(נישט אז איך פארשטיי עס, מען קען עס נישט באנייען, גייט מען יעצט שוויצן אין די ווינטערדיגע קליידער ביד נאך שבועות?)

איי געס דו בוסט שוין פולי סטאקד מיט טעפ און אלע געצייג.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:20 am

· #499344
יעלה ויבא
כניאק
שמחהלע קאפשטיק
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,

יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?
מילכיגס איז אריינגערעכנט אין די $550 גראסערי
ממש אוממעגליך אז גאנץ פסח זאל קאסטן גראסערי נאר 550.
מסתמא פיש עסטו נישט.
אבער עכ"ז, פלייש, מילכיגס, אייער און פעטעיטעס, פסח'דיגע קוקיס אויב דו קויפסט, גרינצייג, כרפס און מרור... פרוכט, און נאך, בפרט דאס יאר ווען די פרייזן זענען געשטיגן גאר הויך. עס מאכט נישט קיין סענס.

בת קול » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:26 am

· #499347
ער האט אויסגערעכנט פיש און פלייש עקסטער.

בן עיר » דאנערשטאג מאי 5, 2022 9:55 am

· #499366
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
ער"פ מצות קאסט 240?

יעלה ויבא » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:02 am

· #499368
בן עיר
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
ער"פ מצות קאסט 240?
פאר מיר אין מיינע צוויי בחורים. 3x$80

החוקר » דאנערשטאג מאי 5, 2022 10:15 am

· #499371
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
ערשטנס, $900 א קאפ איז איבערגעטריבן הויך!
שמחהלע קאפשטיק
כ’וועל מודה זיין אז איך האב אמאל געהאט א תקופה וואס איז געווען א מצב פון הכיס ריק ואין, און מיין ווייב האט זיך גערעכנט דערמיט און זי האט גארנישט געקויפט, דעמאלטס האט קיין קליידער נישט געקאסט...
דו אליין ענטפערסט דיין פריערדיגע שאלה.
שמחהלע קאפשטיק
איז מיין שאלה וואס קען מען טוהן אז עס זאל נישט אזויפיל קאסטען ?
דער מאן פון זיין זייט קען נישט אדער האט מורא צו זאגן איך האב נישט, מה יעשה הבעל ?
יא זאגן?

ארבעטן אויף זיין שלום בית, סעלף קאנפידענס וכדו'. דאס אלעס איז לאו דווקא א פראבלעם מיטן פסח, עס קען פאסירן ביים גיין וואקאציע, שמחות, סתם קליידער.

בקיצור, איך זעה נישט וואס די געברויך פאר א רעוואלוציע.

בת קול » דאנערשטאג מאי 5, 2022 12:53 pm

· #499377
איך ווייס נישט אויב עס איז איבערגעטריבן.
אויב מען קויפט נאר אין די היימישע געשעפטן קען קליידונג פאר קינדער זייער גרינג קאסטן $900
7 פאר הויזן $35 א פאר- $245
7 העמעדער $40 א העמד- $280
וואכן און שבת שיך- $200
וואכן און שבת מאנטלעך אדער רעגן מאנטל און שבת דינע מאנטל /$200-$300

האלט שוין ביי איבער $900

החוקר » דאנערשטאג מאי 5, 2022 1:00 pm

· #499378
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
דו קויפסט פאר יעדע פון דיינע קינדער 7 הויזן און העמעדער פאר די פרייזן?

אפילו אויב יא, קען מען זיך באגיין מיט ווייניגער, און פאר ביליגער. איז אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן, איז מעגליך צו זיין מער שפארזאם.

גרויסע מענטשעלע » פרייטאג מאי 6, 2022 9:27 am

· #499485
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
יעלה ויבא
שמחהלע קאפשטיק
יעלה ויבא
איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,
מיין יונגסטע איז צוויי יאר אין מיין עלצטע 18.
איך בין געווען גאנץ יו"ט, אין געגעסען אלע סעודות אינדערהיים.
אנטשולדיגט אבער לויט דיין חשבון האט מען געפאסט ביי דיר.

בת קול » זונטאג מאי 8, 2022 10:30 am

· #499563
החוקר
דו קויפסט פאר יעדע פון דיינע קינדער 7 הויזן און העמעדער פאר די פרייזן?

אפילו אויב יא, קען מען זיך באגיין מיט ווייניגער, און פאר ביליגער. איז אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן, איז מעגליך צו זיין מער שפארזאם.
נישט דווקא. ווענד זיך ווי אפט מען וואשט וועש.
יונגע קינדער מאכן זיך אפט שמוציג און מען דארף זיי טוישן ווען זיי קומען אהיים פון חדר.
7 פאר וועש איז גאנץ קנאפ.

פאר עלטערע קינדער קען מען זיך אפשר באגיין מיט ווייניגער.
אויב א מיידל האט א יוניפורם וואס מען טראגט 2 טאג אין א צו למשל.
רוב מיידלעך האבן כאטש 5-6 יוניפורם העמידער ארום $20 א יעדע. כאטש 2-3 יוניפורם סקירטס 40-50$ א שטיקל. 2-3 יוניפורם סוועטערס 30-40$ א יעדע.
נאך 3 וואכן קליידער פאר $80-$100 א יעדע, נאך 2-3 שבת קליידער פאר $100+
מאנטלעך, קעיפס, jackets, רעגן מאנטלעך $200-300
שיך, 200-300$
קען גרינג קאסטן 1200-1500.

קורקלענד » זונטאג מאי 8, 2022 10:56 am

· #499564
דא רעדט זיך וועגן פסח הוצאות, אדער וועגן די אלגעמיינע יערליכע הוצאות?

תרמב » מאנטאג מאי 9, 2022 12:29 am

· #499644
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
די נומבערס שטימען נישט, אז דו קויפסט פאר דריי חברה ערב פסח מצות איז נישט מעגליך אז דיין פלייש ארדער זאל קאסטן נאר הונדערט פופציג דאלער, דו דארפסט לויטן חשבון האבן מינומום צוויי טעכטער און צוויי בחורים, דאס איז א פאמיליע פון 6 מינומום, די נומבערס קלעבן עפעס נישט.

יעלה ויבא » מאנטאג מאי 9, 2022 5:36 am

· #499651
תרמב
יעלה ויבא
$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
די נומבערס שטימען נישט, אז דו קויפסט פאר דריי חברה ערב פסח מצות איז נישט מעגליך אז דיין פלייש ארדער זאל קאסטן נאר הונדערט פופציג דאלער, דו דארפסט לויטן חשבון האבן מינומום צוויי טעכטער און צוויי בחורים, דאס איז א פאמיליע פון 6 מינומום, די נומבערס קלעבן עפעס נישט.
ריכטיג, איך האב צוויי בחורים, צוויי מיידלעך, אין צוויי יונגלעך. איך האב נישט אוועק געלייגט די רעסיפטס, אבער איך האב אראפגעשריבן אלעס וואס איך האב געקויפט.