☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בד"ה: הרב זכריה וואלערשטיין ז"ל

בד"ה: הרב זכריה וואלערשטיין ז"ל

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15268

ששון ושמחה » מאנטאג מאי 2, 2022 8:43 am

· #498989
בד"ה: הרב זכריה וואלערשטיין ז"ל
מיט גרויס צער קומט אן די בשורה אז דער באקאנטער משפיע און רעדנער ר' זכריה וואלערשטיין פון פלעטבוש איז נפטר געווארן אין יונגען עלטער פון ארום 65 יאהר.

הרב וואלערשטיין איז געווען א וועלט'ס רעדנער און האט מקרב געווען טויזענטער אידן - בפרט בחורים און מיידלעך - לאבינו שבשמים.

סמבטיון » מאנטאג מאי 2, 2022 10:53 am

· #498991
בד"ה
וואס איז געשעהן? נישט געזינט געווען?
מוראדיגע ספיקער געווען, און צוריקגעברענגט הינדערטע יודישע נשמות וואס זענען פארפאלן געווארן.
יהא זכרו ברוך

ששון ושמחה » מאנטאג מאי 2, 2022 11:18 am

· #498994
כ'ווייס נישט וואס איז געוועהן מיט אים, אבער די לעצטע פאר וואכן איז געווען בקשו רחמים צעטלעך פאר אים.

אויך אז מ'קוקט די ווידיאו'ס פון די לעצטע יאר צוויי זעהט ער אויס מער איינגעפאלן ל"ע (און מסתמא געלאזט אביסל וואקסן א בערדל אויסצוזעהן בעסער)

שאלתיאל » מאנטאג מאי 2, 2022 12:31 pm

· #499018
ב.ד.ה
שאק און שוידער!

יעקב מענטש » דינסטאג מאי 3, 2022 4:22 pm

· #499193
געווען נאנט מיט רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, נייו?

בן עיר » מיטוואך מאי 4, 2022 6:09 pm

· #499293
יעקב מענטש
געווען נאנט מיט רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, נייו?
יאפ

בן עיר » מיטוואך מאי 4, 2022 6:09 pm

· #499294
יעקב מענטש
געווען נאנט מיט רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, נייו?
יאפ

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 10, 2022 7:48 pm

· #499835
ששון ושמחה
מיט גרויס צער קומט אן די בשורה אז דער באקאנטער משפיע און רעדנער ר' זכריה וואלערשטיין פון פלעטבוש איז נפטר געווארן אין יונגען עלטער פון ארום 65 יאהר.

הרב וואלערשטיין איז געווען א וועלט'ס רעדנער און האט מקרב געווען טויזענטער אידן - בפרט בחורים און מיידלעך - לאבינו שבשמים.
איך האב איהם נישט געקענט פון פריער. אבער אז הרב שמואל שלמה טעללער/ש.ב. מרגליות האט געשריבן א כמו הספד אין זיין עדיטאריעל. אן א סאך זייטיגע בויכווייטאג. אזוי ווי ער קען. איז א סימן אז הרב וואלערשטיין ז"ל איז יא געווען עפעס א כלי.

moneyminded » דינסטאג מאי 10, 2022 9:55 pm

· #499844
לכאורה האט ער געדילט מיט אים מיט מיידלעך, שמואל שלמה איז דאך מנהל בית רחל

קאצקע ציקער » מיטוואך מאי 11, 2022 12:12 am

· #499857
berlbalaguleh
ששון ושמחה
מיט גרויס צער קומט אן די בשורה אז דער באקאנטער משפיע און רעדנער ר' זכריה וואלערשטיין פון פלעטבוש איז נפטר געווארן אין יונגען עלטער פון ארום 65 יאהר.

הרב וואלערשטיין איז געווען א וועלט'ס רעדנער און האט מקרב געווען טויזענטער אידן - בפרט בחורים און מיידלעך - לאבינו שבשמים.
איך האב איהם נישט געקענט פון פריער. אבער אז הרב שמואל שלמה טעללער/ש.ב. מרגליות האט געשריבן א כמו הספד אין זיין עדיטאריעל. אן א סאך זייטיגע בויכווייטאג. אזוי ווי ער קען. איז א סימן אז הרב וואלערשטיין ז"ל איז יא געווען עפעס א כלי.
וואס זאגט ער?

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 11, 2022 11:39 pm

· #499920
ליין דעם עדיטאריעל אין בלאט: ער רימט איהם אלס מחזיר פון היימישע אידישע נשמות (אינגלעך און מיידלעך) בתשובה. כאטש ער איז נישט געגאנגען א בארד. נו, א ביסל בויכווייטאג מוז ער אריינווארפן. כדרכו בשטות.