☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15246

ברוינשטיין » זונטאג אפריל 17, 2022 10:45 pm

· #498284
"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)
ס'קען אַמאָל זיין אינטערעסאנט צו גריבלען אין די קינדערישע זכרונות וועלכע זענען לויטער און זויבער, די וועלט איז געווען בליטשקעדיג אבער שרעקעדיג ביינעאַם, ביסט געווען באמת דיך אליינס האסט נישט געגעבן קיין *** פאַר קיינעם, אַז דו האסט עפעס געוואלט האָסטו דאָס געבעטן, ווען די ביסט געווען פרייליך האסטו געלאַכט, ווידער ווען די ביסט געווען עכט טרויעריג האסטו געקענט שטיין צווישן דרייסיג מענטשן און קאַכן מיט אַ טיפע געוויין אָנע בישות.

אַז דיין נפש האט געשפירט ווי ער דאַרף אביסל "עטענטשען" צו אָנגיין ווייטער האָסטו אויפגעהויבן דיין "אַרטסינקרעפטץ" און דאס געוויזן פאַר דיין מאַמע פרעגענדיג: אמת ס'איז שיין? היינט אויב ווילסטו שעפן אביסל "עטענטשאָן" דאַרפסטו אריינשמייסן אינעם דרייוועי פונעם שוהל מיט אַ לוקסוריעזן קאַר, שטעלן אַ בלעכענעם פנים און מיט זייטיגע בליקן שעפן הנאה פון אַפאָר כולל יונגעלייט וואָס דו מיינסט אַז זיי קוקן דיך אַרויף.

אַלזא לאָמיר צוריק לויפן צום גאָלדענעם אַמאָל און ארויפשלעפן די פאַרוואָרפענע שיינע זכרונות.


____

נישט פאַרגעסן צו צולייגן בעפאָר יעדעס זאַץ די ווערטער: איך געדענק נאָך ווען איך פלעג,

-פלאַטשקענען אין פאָדלס

-אָנשמירן מיין האנט מיט גלו, דאָס לאָזן אויסטריקענען, און נאָכדעם עס אָפשיילן.

-מיינען אז אַ "וואָלקעינאו" איז דאָס עפענונג פון גיהנום.

-שטיין אינמיטן די רינג און קלאָצן אויף אַלע טאַטעס מיט אַ ריהוגקייט.

-נישט קענען גרייכן דאָס הענטל פונעם קראַן\"סינק"

-מורא האָבן צו אַרויפגיין אויפן בוידעם.

-זיך נעמען לויפן פאַר גאָרנישט און פאַרנישט.

-נישט אויפמערקן אַז דער טאַטע וואָס שמעוסט מיט מיך איז נישט מיט אַלעמען.

-מורא האָבן פון אַ גוי'.

-ליב האָבן קפרה'ס שלאָגן.

-ווילן מאַכן קידוש.

-ארויף-קוקן אַ ליטוויש געגאָלטן באָרד מיט זיין בענד-דאון.

-מיינען אַז "סעלעבערטיס" זענען אַנדערע מין באַשעפענישן.

-קענען קומען אין שיהל מיט אַ בלויזן העמד!

-גרייטן נעגל וואַסער. (מען ברויך זיך טאקע מחזק זיין)

-לאַכן פון דזשאוקס.

-זיך נישט שעמען צו זיצן אויף אַ בענקל אַנקעגען די מוזיק ביים חתונה.

-מיינען אַז נאָר נאָכן כאַפּן אַ שווים, האָב איך די רעכט צו לייגן מיינע פיאות אינטער די אויערן.

-פרעסן ספרינקלס.

-מיינען אַז נאָר אידן זענען פרייליך.

-שטיין אין בעק פונעם באָס און זיך גריסן מיט די גוישע קאַר וועלכע פאָרט אונטער אונז, (ער פלעגט ווייזן מיט זיין מיטעלסטע, און מיר פלעגן דאָס אויסטייטשן אַלץ אַ בלעם סטייל שעלט מיטל)

-מיינען אַז אַלע קאַרן וועלכע פאָרן אַריבער מיין הויז האַלב דריי פאַרטאָגס קומען פון אַ חתונה, (בחורים ליידיגגייערס..)

-אריינקוקן אינטער די כלה'ס פנים צידעק ביים חופה.

-קלאַפן אויף אַ טיר נאָך צדקה פאַר לאַנגע מינוטן אין איין צי.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס עסן נישט קיין נאַשערייען אַגאַנצען טאָג כאָטש אפילו זיי האָבן צוטריט דערצו. (היינט ווייס איך אַז זיי עסן יאָ…)

-זיך אויפרעגן ווען אַ גרויסע טאַטע פלעגט מיך שנעל אַדורך וואָקן אין אַ צעשטיפטען אָרט, בשעת וואָס זיינע לענדן פלעגן אַריינהאַקן אין מיר אַזש איך האָב פאַרלוירן באַלאַנס.

-זיך פאָרשטעלן אין חדר ביי חימוש ווי עשו ליגט אין אַ וויגעלע בעת וואָס זיין האַרטע אָראָנדזשע באָרד שטעקט זיך ארויס אַלע זייטן פונעם וויגעלע, "פאָר סאָם אַד ריזען" פלעג איך דמיון'ען אַז ער איז געבוירן געוואָרן מיט אַ שוואַרצ'ן זייגער אויפן האָריג האַנט. (יאָ, כ'האָב שוין דעמאָלט אָנגעהויבן פאַנטאָזירן).

-מיינען אַז ביי די צווייטע וועלט קריג איז אַלעס געוועזן "בלעק ענד ווייט".

-מיינען אַז מיין מלמד איז באמת אַ קלוגע מענטש.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס האָבן נישט די רייץ צו בליקן אין בעק פון די חימוש ביים ליינען און קוקן די בילדער.

-קראַצן די פעינט פונעם וואַנט אין חדר. (נו, הקדש! הקדש!)

-לאַכן פון מענטשן וועלכע גלייבן אַנדערש פון מיר.

-**מיינען אַז פון מיך וועט שוין גאָרנישט אויסוואקסן**(און יעצט מיין איך אַז איך מיין נאָך אלץ… #מאטי)

שפילער » זונטאג אפריל 17, 2022 11:50 pm

· #498288
ליב האבן צו וואקן אויף די צעמענטענע גדרים אויף די הייזער

אריבער זאמפן די סקווערס אויף די גאס

זיך שפילן מיט מצות באקס שטריק

זיך ווינדערן וויזוי די גראבע מענטש אין בית מדרש קיקט אויס אין מקוה

מורא צו האבן צו טרינקן קאפי ווייל סמאכט נישט וואקסן

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 18, 2022 1:39 am

· #498295
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
אליין אריבער צו קראסן די גאס ווי א גרויסער בחור.

אויספאסטן אין שול מיט די גרויסע טאטעס און בחורים.

זיצן אין די פראנט זיץ פון די קאר.

גיין אין שוויץ.

קויפן אייזקריעם מיט קענדיס פון די אייזקריעם טראק.





Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שאלתיאל » מאנטאג אפריל 18, 2022 4:58 am

· #498297
ווען איך פלעג..

- מיינען אז מיין טאטע איז דער שטערקסטע מענטש אויף דער וועלט.

- זיין זיכער אז 'טאטעס' (= איינער וואס טראגט א שטריימל), זענען מושלמים , אזא מין העכערע סארט מענטש.

- ציטערן אין די הויזן פון יעדן ווינט אויס פחד אז עס וועט מיך אוועקבלאזן.

- זיין זיכער אז אונזער מאדנע שכן וואס רעדט העברעאיש איז א מוסד אגענט.

- דמיונ'ן אין מיין קאפ כאילו איך בין א געשעפטסמאן און שפעטער א פאליסמאן און שפעטער א סאלדאט און שפעטער (ממש לעצטנס..) א געהיימע אגענט.

- ארויסקוקן מיט לעכצעניש אויף דער חתונה פון מיין צווייטע קאזין וואס וועט פארקומען אין א האלבע יאר ארום און עס סעלעברעטן מיטן גאנצן ארום און ארום.

- טויט מקנא געווען מיין טאטע אז ער האט יעדן טאג א חתונה.


אוי, ס'געווען צייטן, ווי נעמט מען די יונגע יארן..

אלבערט איינשטיין » מאנטאג אפריל 18, 2022 1:11 pm

· #498303
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
ווען איך האב געציטערט פון די מענטש וואס איז געזעצן הינטער מיר מיט א רויטע בארד מיט שטייפע אויגן ברעמען.

ווען איך האב געריסן מיט מיינע עלטערן אז איך דארף גרעיפ דשאוס ביז די אויבערשטע ליניע פון די גלאז.

ווען איך האב געשפילט דאגי. מיטן ציבינדן א גארטל צום האלדז און א אנדערע ברודער האט עס געשלעפט. נישט פארשטייענדיג פארוואס מאמי לאזט נישט בינדן א גארטל צום האלדז.

ווען איך האב געוואלט האבן פאר פורים א עכטע דאן אבער מאמי האט געזאגט אז עס איז גויאיש.

ווען מיין טאטע האט מיר נאר געלאזט ליינען די שבת בלעטיל ביי לכה דודי.

ווען איך האב ארום געלאפן אין די נישט פארטיגע הייזער (under construction) צווישן חברת תהילים און מנחה שבת נאכמיטאג.

איך האב נישט געמעגט לייגן די הענט אין טאש.

איך האב געוואלט זעהן ווען די לייט פון די פרידש צינדט זיך אן צו עס איז בכלל מעגליך צו זעהן מיט די טיר אפען א שפאלט.

ווען מרוקט די סוויטש שטאטליך צו וויסן ווען גענוי צינדט זיך עס אן

איך האב מורא געהאט צו גיין אין די בוידעם..

ווען איך האב מיר געטשעפעט מיט די לאקאלע תימנער קינדער צו אין חדר צו אין שכינות בלויז פאר זייער הויט קאליר.

ווען איך האב געווען גענוג קלוג ווען די רבי האט געפרעגט ביי די חומש ווי האלט מען האב איך געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו זאגן די ווארט וואס ער האט פריער געזאגט. (צומאל איז די רבי געווען אביסל מער כיטרע האט ער געפרעגט וואס איז די נעקסטע ווארט)

מיין ציטערדיגע הענט ווען די מנהל האט געדראעט מיט א שטעקן נישט קענעדיג אויספירן זיין באפעל צו האלטן די הענט ארויס געשטרעקט.

פאליטיקאנט » מאנטאג אפריל 18, 2022 3:16 pm

· #498307
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
-געטוען 'שטיק' ביי ענגליש.

-אריינגעשטעקט גאפלעך אין בילקעס ביי חתונות.

-געהאלטן די מנהל איז גערעכט.

-ארומגעהאצקעט "אין וואלד" אין קעמפ.

בן עיר » דינסטאג אפריל 19, 2022 5:22 pm

· #498354
ווען איך האב נישט געקענט גלייבן אז מיין טאטע האט נישט קיין געדולד צו הערן מעשה טעיפס פון ר ' פישל שעכטער

קהל'ס נער » מיטוואך אפריל 20, 2022 9:57 pm

· #498412
-פיצן די נאז בפני כל עם ועדה
-מיינען אז די "פ" ווארט איז א קללה
-אז ווער ס'האט א סעבערבן איז א עושר
-אז די טיטל ראש ישיבה אדער רבי מיינט אז יענער איז א ערליכע יוד
-געכאפט א שאק ווען איך בין די ערשטע מאל געגאנגען אין מקווה ואכמ"ל
-מיין טאטע האט מיך נישט געלאזט שמעקן טאביק, מיטן אויסרייד אז עס נעמט אוועק די חן, (@ברוינשטיין, איך בין אויך בא'חן'ט...לאל)
-געקיקט אויפן זייגער דעצעמבער 30 11:59 pm צי זען ווי די נייע יאר איז חל
-מיין מאמע האט מיך אויסגעטון נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיינער טאר נישט רעדן צו מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'

גליקלעך » מיטוואך אפריל 20, 2022 11:40 pm

· #498422
קהל'ס נער

-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'

WHAT???

מען מעג פרעגן וועלכע דור ביסטו? וועלכע יארן בערך רעדט מען דא ?

ברוינשטיין » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:49 am

· #498425
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
קהל'ס נער
-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'


מיין האַרץ איז מיט דיר, באמת!

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 12:54 am

· #498426
אויב איז עס אמת איז דיין מאמע א נארסאסיסט און מיין הארץ איז מיט דיר

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:10 am

· #498429
גליקלעך
קהל'ס נער

-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'

WHAT???

מען מעג פרעגן וועלכע דור ביסטו? וועלכע יארן בערך רעדט מען דא ?



Real story
איך בין אין די צוואנציגער יארן
איך האב עס שוין געוואלט שרייבן אבער ס'צי א שווערע זאך זי שרייבן, (נישט פון א שרייבערישע פוינט נאר פון א עמאציאנאלע פוינט)
ס'האט זיך דא ארויסגעכאפט,
אי"ה איין טאג וועל איך עס געהעריג דערציילן, האפנטליך.

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 1:11 am

· #498430
קאצקע ציקער
אויב איז עס אמת איז דיין מאמע א נארסאסיסט און מיין הארץ איז מיט דיר

יא איך האלט אויכט אזוי

פאליטיקאנט » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 3:41 am

· #498434
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?

קהל'ס נער » דאנערשטאג אפריל 21, 2022 6:12 pm

· #498453
פאליטיקאנט
OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?

yes

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 24, 2022 1:56 am

· #498470
דער גאלדענער אדלער
אליין אריבער צו קראסן די גאס ווי א גרויסער בחור.

אויספאסטן אין שול מיט די גרויסע טאטעס און בחורים.

זיצן אין די פראנט זיץ פון די קאר.

גיין אין שוויץ.

קויפן אייזקריעם מיט קענדיס פון די אייזקריעם טראק.





Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט זאגן אז דו ביסט שוין געווען א גרויסער טאטע אלס קליין יונגל. אבער מיט דעם לעצטין פסוק האסטו עס אוועקגעהרג'עט. ס'הייסט דו האסט געוואלט קויפן אייזקריעם פון אייזקריעם טראק. נאכדערצו מיט ספרינקלס...לאל

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 25, 2022 12:19 am

· #498524
מען האט געקויפט ווישי וואסער פאר פסח.
יאפ, איך בין פונעם עלטערן דור, איך געדענק נאך רעקארד פלעיערס...

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג אפריל 25, 2022 12:28 am

· #498525
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
שמעקעדיג
מען האט געקויפט ווישי וואסער פאר פסח.
יאפ, איך בין פונעם עלטערן דור, איך געדענק נאך רעקארד פלעיערס...
גא"מ. די קליינע גרינע פלעשלעך מיט די פאום לעבלעך, אזא זאלציגע טעם, און בכלל נישט אזוי שטארק געשטאכן ווען ס'דורך געפארן דעם האלדז, גאנץ איידל געשפירט, נישט אזויווי די היינטיגע באר מים סעלצער אבער ס'געווען היפש גרעבטצווערטפול אזוי איידעלרהייט האט דאס א היפשן שלשלת אנגעדרייט!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 25, 2022 8:04 am

· #498541
דו ביסט פיינע נייעס, אנאנים..... 😂

שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 25, 2022 8:06 am

· #498542
[ציטאט אראפגענומען]

מען קען מוסיף זיין, ווען מיר האבן גע'חלש'ט צו האבן תפלין, און צוזאמדרייען יענעמ'ס רצועות איז געווען די גרעסטע מתנה וואס מען האט אונז געקענט געבן...

קאצקע ציקער » מאנטאג אפריל 25, 2022 8:16 pm

· #498574
יהורם גאר פיין 😂

תרמב » דינסטאג אפריל 26, 2022 11:36 pm

· #498647
פאליטיקאנט
OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?
דו האלסט אז קראנקע מענטשן וואוינען נאר אין קראון הייטס אדער אין פלעטבוש?

אלבערט איינשטיין » מיטוואך אפריל 27, 2022 4:15 pm

· #498670
Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא
תרמב
פאליטיקאנט
OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?
דו האלסט אז קראנקע מענטשן וואוינען נאר אין קראון הייטס אדער אין פלעטבוש?
ער האט געוואלט זיכער מאכן אז ער קומט נישט פון ארגענטינע אדער גוטמאלא אדער גאר מאנטשעסטער.....

קהל'ס נער » מיטוואך אפריל 27, 2022 10:39 pm

· #498698
תרמב
פאליטיקאנט
OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?
דו האלסט אז קראנקע מענטשן וואוינען נאר אין קראון הייטס אדער אין פלעטבוש?
ער האט געטראכט אז איך קים פון לב טהור