☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר

6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15245

בר גיורא » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:11 pm

· #498221
6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
https://www.timesofisrael.com/four-extremist-jews-arrested-for-planning-animal-sacrifice-atop-temple-mount/
6 אידן פון ירושלים ארעסטירט ווען מהאט זיך דערוויסט זייער פלאן צי מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר אויפן הר הבית
מהאט אויך געטראפן אין איינע פון די הייזער א ציג גרייט צום שעכטען

בר גיורא » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:15 pm

· #498222
דעיס קומט נאך וואס אין א זעלטענע שריט האבען אלע טעראריסטישע ארגעניזאציעס פון עזה פאראייניגטערהייט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אז מדינת ישראל וועט טראגן פאראנטווארטליך אויף די קאסעקווענצען פון אזא אקציע

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 5:29 pm

· #498223
דאס איז א יערליכע ספעקטאקל דורכגעפירט דורך די 'חוזרים להר' ארגאניזאציע.

דא האט איר א תוכנית אויף זיי
<a class="postlink" href="https://www.sdarot.tv/watch/4439-%D7%99%D7%95%D7%A6%D7%90%D7%99%D7%9D-%D7%9E%D7%94%D7%9B%D7%9C%D7%9C-yotsim-me-haclal/season/1/episode/1">https://www.sdarot.tv/watch/4439-%D7%99 ... /episode/1</a>

בר גיורא » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:11 pm

· #498237
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
.

Sent from my Pixel using Tapatalk

מאנטריאל » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 10:29 pm

· #498244
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

כרם זית » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 10:39 pm

· #498245
Re: 6 אידן ארעסטירט פארן וועלן מקריב זיין קרבן פסח דאס יאר
מאנטריאל
אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מען האלט שוין אזוי ווייט אין גאולה אז מען איז שוין נישט מקרב קיין בהמות.

יואליש » פרייטאג אפריל 15, 2022 12:58 am

· #498260
כרם זית
מאנטריאל
אזוי אין גלות איז מען נאך אז מען קען נישט שעכטן א פשוטע ציגעלע

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
מען האלט שוין אזוי ווייט אין גאולה אז מען איז שוין נישט מקרב קיין בהמות.


לכאורה באציסטו זיך צו הרב קוק'ס פשט אין וערבה ליהוה "מנחת" יהודה וירושלם כימי עולם וכשנים קדמניות, אז די וועלט אינעם מצב התיקון וועט ווערן וועדזשיטעריען אריינגערעכנט די קרבנות, אלעס וועט זיין בלויז קרבן מנחות.