☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי

פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15225

חאניאק » מאנטאג אפריל 4, 2022 12:45 pm

· #497470
פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי
עס איז שוין לאנג באקאנט פאר די נוא יארקער אידנטום אז צווישן די צענדליגער טויזענטער אידישע איינוואוינער אין עיר התורה מאנסי, געפונען זיך א הייפעלע ערליכע אידן, מענטשן וועלכע האבן שוין געוויזן פארן פאלק א זיין דערשרעקן זיך נישט פון קיינעם נאָר פון איין איינציגער הייליגער באשעפער!
עיר התורה מאנסי איז געשאנקן מיט אידן פון אלע סארט פראקציעס חסידישע ליטווישע און אריינגערעכנט ספרד׳ישע תימנ׳ישע מאדערענע, און דינט אלץ ערי מקלט פאר די בּאָקעס, דערפאר איז נישט מער ווי יושר אז אונזער הייפעלע ערליכע מקדשי שם שמים אידן געפונען זיך אין מאנסי צוצוגעבן פאר די קאליר וואס פאסט נישט מער ווי אריין.

עס טוט זיך שוין לאנג צווישן די מאנסי אידן אויב מען זאל זיי שטיצן, קודם זענען זיי נישט מוחה אויף געוויסע פערצעס,
אביר למעשה טוען זיי נאך א נאנד זיך לאזן הערן קעגן ציונות, חינוך, אינטערנעט, צניעות, און פערצעס וואס פלאגט לעצטנס די אידישע אידנטום ווי צום ביישפיל: שמאלע הויזן, אויפגעריסענע אדווערטייזמענטס, לאנגע אייזקרים, הויכע שטריימל.

די אידן זענען למעשה די איינציגסטע וואס שרייען, וויאזוי קען מען ארויסווייזן הכרת הטוב און געבן חיזוק פאר אונזערע הייפעלע?

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 4, 2022 1:48 pm

· #497476
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

חאניאק » מאנטאג אפריל 4, 2022 8:51 pm

· #497493
ס׳איז אייביג געווען קליינע הייפעלעך ערליכע אידן, און אויב נישט
אבער עס שטייט אין ספר הדור האחרון (אין נאמען פון הייליגע ספרים) אז אין משיח׳ס צייטן וועט זיין א געפערליכע כפירה אויף דער וועלט,

אויך ווערט דארט געברענגט (אינעם אויבערדערמאנטן ספר) אז א יעדע איד וואס גלייבט אין באשעפער דארף פראטעסטירן ווען ער זעט פערצעס.

אט צוליב זיי וועט משיח זיך שנעלער באווייזן, אמן.

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 5, 2022 12:55 am

· #497502
berlbalaguleh
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

וויאזוי זאגט נאר בערעלע, ברכיים אשר לו כרעו לבעל

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 5, 2022 12:55 am

· #497503
די פראטעסטירער האלטן זיך תלמידים פון ר' משה בער בעק?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 5, 2022 1:02 am

· #497504
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

וויאזוי זאגט נאר בערעלע, ברכיים אשר לו כרעו לבעל

שמעון וואלף: ייש"כ. איך זיץ און ווארט שוין א לאנגע צייט אז איינער זאלל באמערקן און קאמענטירן אויף מיין ..."מליצה'לע"... און גארנישט. אדער מ'כאפט נישט. אדער מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג...!

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 5, 2022 1:09 am

· #497505
שמעון וואלף
די פראטעסטירער האלטן זיך תלמידים פון ר' משה בער בעק?

לאו דוקא: אבער ער איז געווען דער ראש פון אלע---. ער האט געמיינט גוט. פי' געהאט גוטע כוונות. אבער ער האט געלעבט אין א טעות. ער האט געהאלטן אז ער דינט דעם אייבישטן מיט קושן און האלזן זיך מיט דעם גוי טמא אכמאדינעזשאד. אדער ער טוט עפעס אויף פאר דעם עם ישראל. נישט פאר מדינת ישראל. איך האף אז ער זיצט אין גן עדן פאר די תורה און מצוות וואס ער האט מקיים געווען. פאר קושן אכמאדינעזשאד און קויפן איהם א זילבערנע סדר קערה מייניך צאלט מען נישט קיין סאך אויבן...!

וואלווי » דינסטאג אפריל 5, 2022 3:04 am

· #497508
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

וויאזוי זאגט נאר בערעלע, ברכיים אשר לו כרעו לבעל

שמעון וואלף: ייש"כ. איך זיץ און ווארט שוין א לאנגע צייט אז איינער זאלל באמערקן און קאמענטירן אויף מיין ..."מליצה'לע"... און גארנישט. אדער מ'כאפט נישט. אדער מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג...!


איך האב אויך באמערקט, כ'האב גארנישט געזאגט, כ'האב נישט געוואלט זאלסט בלאשן...

רשכבהג » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:24 am

· #497521
.

כרם זית » דינסטאג אפריל 5, 2022 10:31 am

· #497575
Re: פראטעסטן אין עיר התורה מאנסי
רשכבהג
איך בין -מוחה- אז מ׳האט מיר אויסגעשפארט פון מאחורי. קענסט מיר אויסשפארן פון קאווע שטיבל אינגאנצן.


זאג, דו ביסט פון מאנסי?

יין שרף » דינסטאג אפריל 5, 2022 10:40 am

· #497576
berlbalaguleh
שמעון וואלף
די פראטעסטירער האלטן זיך תלמידים פון ר' משה בער בעק?

לאו דוקא: אבער ער איז געווען דער ראש פון אלע---. ער האט געמיינט גוט. פי' געהאט גוטע כוונות. אבער ער האט געלעבט אין א טעות. ער האט געהאלטן אז ער דינט דעם אייבישטן מיט קושן און האלזן זיך מיט דעם גוי טמא אכמאדינעזשאד. אדער ער טוט עפעס אויף פאר דעם עם ישראל. נישט פאר מדינת ישראל. איך האף אז ער זיצט אין גן עדן פאר די תורה און מצוות וואס ער האט מקיים געווען. פאר קושן אכמאדינעזשאד און קויפן איהם א זילבערנע סדר קערה מייניך צאלט מען נישט קיין סאך אויבן...!

די אנפירער פון די חברה (לייבוש זיכערמאן וכת דיליה) זענען חסידי רמ"ד בעק, כמדומה אפילו אייניקלעך.

חאניאק » דינסטאג אפריל 5, 2022 3:51 pm

· #497609
די חבורה הקדושה ווערט אנגעפירט דורך הרה״ג רבי יצחק ריבלין שליט״א ווער געזען ווי אימער מיט די ״האנט-מייק״

חאניאק » דינסטאג אפריל 5, 2022 3:56 pm

· #497610
כרם זית
רשכבהג
איך בין -מוחה- אז מ׳האט מיר אויסגעשפארט פון מאחורי. קענסט מיר אויסשפארן פון קאווע שטיבל אינגאנצן.


זאג, דו ביסט פון מאנסי?

די קענסט קומען אז די ווילסט. אי״ה מארגן 12:00 נאכמיטאג וועט זיין א מחאה קעגן די סעלפאון געשעפט פארנט פון עווערגרין (מאנסי)

חאניאק » דינסטאג אפריל 5, 2022 4:00 pm

· #497611
שמעון וואלף
די פראטעסטירער האלטן זיך תלמידים פון ר' משה בער בעק?

אפאר זענען, און אפאר דייקא נישט, אבער די חבורה הקדושה ווערט אנגעפירט אונטער די פירערשאפט פון הרה״ג רבי יצחק ריבלין שליט״א

שמעקעדיג » דינסטאג אפריל 5, 2022 4:33 pm

· #497615
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

וויאזוי זאגט נאר בערעלע, ברכיים אשר לו כרעו לבעל

שמעון וואלף: ייש"כ. איך זיץ און ווארט שוין א לאנגע צייט אז איינער זאלל באמערקן און קאמענטירן אויף מיין ..."מליצה'לע"... און גארנישט. אדער מ'כאפט נישט. אדער מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג...!

ר' בערל אוי ווי מען כאפט, נאר נישט אייביג זאגט מען עס, ספעציעל ווען דו דרוקסט אויס דיינע שארפע ווערטער אויף א געוויסע ניק ואתו עמו נאך א געוויסע ניק...

אבער אשר לו כרעו
על ראשון אחרון ומפטיר
ימים ונשים טובים
עפ"ל אראנדזש

וכו' וכו', אלעס זעהט מען... קיפ איט אפ!! פונקט ווי דו האסט ליב א פאן-אינטענדעד מליצה'לע, אזוי האבן מיר אלע ליב...

צום קעפל - זענען די מאנסי מוחים א שטייגער ווי צימערמאן וכת דיליה אין וומסב"ג?

חאניאק » דינסטאג אפריל 5, 2022 9:10 pm

· #497643
קול יראי השם 718-887-9206

תרמב » מיטוואך אפריל 13, 2022 2:55 pm

· #498083
שמעקעדיג
berlbalaguleh
שמעון וואלף
berlbalaguleh
די בעסטע עצה און חיזוק (אפשר חוזק) וואס איך קען זיי געבן איז, אז זיי זאללן גיין ארבעטן...! און זיי זאללן נישט וועללן העלפן דעם באשעפער פיהרן די וועלט. די וועלט שטייט שוין 5782 יאר לאורך ימים, אן זייער הילף. און ס'וועט ווייטער שטיין ביז די ענדע פון יארע 6000.

וויאזוי זאגט נאר בערעלע, ברכיים אשר לו כרעו לבעל

שמעון וואלף: ייש"כ. איך זיץ און ווארט שוין א לאנגע צייט אז איינער זאלל באמערקן און קאמענטירן אויף מיין ..."מליצה'לע"... און גארנישט. אדער מ'כאפט נישט. אדער מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג...!

ר' בערל אוי ווי מען כאפט, נאר נישט אייביג זאגט מען עס, ספעציעל ווען דו דרוקסט אויס דיינע שארפע ווערטער אויף א געוויסע ניק ואתו עמו נאך א געוויסע ניק...

אבער אשר לו כרעו
על ראשון אחרון ומפטיר
ימים ונשים טובים
עפ"ל אראנדזש

ודו"ק וק"ל ולאל לאל.... שברים תרועה לאל לאל....

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 13, 2022 4:42 pm

· #498092
האהא,
אבער דאס איז שוין א אנדערע קאטעגאריע, פון אינטרעסאנטע אויסדרוקן, נישט קיין מליצה'לעך.

berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 13, 2022 4:58 pm

· #498093
שמעקעדיג: נאר א שטיקל קארעקשן. די מליצה'לע גייט אזוי..."על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר"...!

חאניאק » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:12 am

· #498147
איך וויין אויף צרות ישראל!
שוין איבער 70 יאר פון ווען די עמלקישע לאנד איז געגרינדעט געווארן און מיר ליידן זיך צוזאם צרות אן א עק!

א קורצע תפילה אין אידיש וואס מען זאגט ביי תפילת ולמלשינים:

הייליגע באשעפער: איך בעט דיר זייער, אז די זאלסט ברענגען א עק צו די ציוניסטישע מדינה און עס זאל בטל ומבוטל ווערן שוין היינט! און די וואס קענען נאך תשובה טוהן זאלן זיך אומקערן צו דיר און די וואס נישט, זאלן צומאלן ווערן דורך די שפיציגע שטיינער וואס די האסט באשאפן אמן סלא.

חאניאק » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 9:14 am

· #498149
berlbalaguleh
שמעקעדיג: נאר א שטיקל קארעקשן. די מליצה'לע גייט אזוי..."על ראשון אחרון. ועל אחרון מפטיר"...!

האהא 😂
די ביסט גווטטטטטטט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 11:55 am

· #498161
חאניאק
איך וויין אויף צרות ישראל!
שוין איבער 70 יאר פון ווען די עמלקישע לאנד איז געגרינדעט געווארן און מיר ליידן זיך צוזאם צרות אן א עק!

א קורצע תפילה אין אידיש וואס מען זאגט ביי תפילת ולמלשינים:

הייליגע באשעפער: איך בעט דיר זייער, אז די זאלסט ברענגען א עק צו די ציוניסטישע מדינה און עס זאל בטל ומבוטל ווערן שוין היינט! און די וואס קענען נאך תשובה טוהן זאלן זיך אומקערן צו דיר און די וואס נישט, זאלן צומאלן ווערן דורך די שפיציגע שטיינער וואס די האסט באשאפן אמן סלא.

חאניאק: איך בין (כמעט) מסכים מיט דיר. ס'איז נאר דא איין פראבלעים. לויט ווי איך הער, אז די חסידי אומות העולם די בני ישמעאל וקטורה און די אנדערע בנות חת, וויללן זייער שטארק אריינגיין קיין ארץ ישראל און קושן זייערע אידישע קאזינס. און די אידישע קאזינס וויללן זיך נישט לאזן קושן פון זיי.
ערנסט גערעדט. איכ'ל דיר ענטפערן וואס איך האב געענטפערט פאר יענעם טיפש וועלכער איז אויך (ליידער) אן אייניקל פון אברהם אבינו. זיי רופן זיך נטורי קרתא. ער האט פאראויסגעזאגט נביאות אז ..."פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך"...האביך איהם געזאגט..."דו פארגעסט אז אין די מדינה וואוינען אויך דיין זיידע און דיין באבע. דיין מאמע און דיין שוועסטער...!