ברוכים הבאים - בחורים בין הזמנים!
בין הזמנים האט זיך אנגעהויבן. בחורים וועלן אנפאנגען מאכן קאנטעקסט און אנטפלעקן אז ס'איז דא א קאווע שטיבל. גרייטס ענק אויף א סעריע פון פרישע ניקס, באהאלטענע בחורים.
וויל איך באגריסן דא אלע בחורים, מיט א ברוכים הבאים. שרייבט מיט געשמאק, און פארגעסט נישט נאך בין-הזמנים, אז ס'איז דא קאווע שטיבל.
א כשרן פסח.
אויף אייוועלט הער איך נעמען זיי נישט אן קיין נייע ניקים אין לויף פון בין הזמנים סאו דארף מען דא עקספעקטן א שטראם פון פליטים.
אין אן אנדערן אשכול האט אן עלטערער, מסתמא נערוועזער איד געקוועטשט (מלשון קוועטשי בעיבי) אז ס'קומט שוין בין הזמנים און די בענק אין ביהמ"ד און די (ברייט) פלאץ אין מקוה ווערט ענג פון די בחורים וועלכע גיסן אויס קאווע און צוקער אויף די טישן. און די גאסן זענען פול מיט זיי (בליעה"ר).
ווען איך האב געוואוינט אין בארא פארק און איך האב געזעהן מיניווענס מיט דזשערזי פלעיטס, האביך געוואוסט אז דאס זענע בחורים פון לעיקוואוד וועלכע דרייוון זייער מאמע'ס קאר...!'
Wוועלקאם צי אלע חשובע בחורים וואס האבן אן ענדרואיד
(די וואס האבן א אייפאון גייען צי i velt)
)אייפאד אייפאון אייפעד איי וואס קומט דאס אין מיין שטיבל כ'גדענק נאך ווען א איי האט געמיינט נאר איי מיט צוויבל)