☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל

שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15218

תרמב » דינסטאג מערץ 29, 2022 2:50 pm

· #497167
שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל
ס'קומט יעצט אריין די ביטערע נייעס איבער א פרישע טעראר אטאקע די וואך רח"ל אין בני ברק, צוויי אדער דריי טעראריסטן האבן געעפענט פייער אין בני ברק און געהרגעט כאטש פיר מענטשן רח"ל, דער הויפט טעראריסט איז דערהרגעט געווארן און א צוויטער איז אראפגעהאלטן געווארן און ס'איז נישט קלאר איבער די דריטער, אויב ס'איז געווען א דריטער בכלל.

דאס קומט אין די זעלבע וואך וואס איז פארגעקומען נאך צוויי ערנסטע אטאקעס איינס אין באר שבע מיט פיר אומגעקומענע און איינס אין חדרה מיט צוויי אומגעקומענע רח"ל, וואס דערשרעקט מער איז אז די צוויי איז דורכגעפירט געווארן דורך אראבערס מיט ישראלישע בירגערשאפט, און זיי האבן עס געטון אין נאמען פון אייסעס/דאעש, און נאך א נקודה אז די היינטיגע אטאקע און די אטאקע אין באר שבע איז דורכגעפירט געווארן מיט מאשין גאנס, וואס דאס איז ארויף א שטאפל פון די לעצטערע יארן.

מ'ווארט יעצט צו זעהן וואס בענעט און זיין קאבינעט גייט יעצט טון, היות ער זיצט מיט אראבערס אין זיין ממשלה, וואס דאס קען אים אנמאכן פראבלעמען, לאמיר האפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו אמן.

שאלתיאל » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:12 pm

· #497194
מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:14 pm

· #497195
Re: שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל
שאלתיאל
מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.
און נישט די מוסעלמענישע וויילענס[emoji848]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

שאלתיאל » דינסטאג מערץ 29, 2022 8:20 pm

· #497196
דער גאלדענער אדלער
שאלתיאל
מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.
און נישט די מוסעלמענישע וויילענס[emoji848]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

בלויז עטליכע שעה שפעטער האט א ''מתנחל'' מיטן נאמען ראלב אחמד אבו אל־קיעאן, גערצח'ט דריי מענטשן אין באר שבע.

היסטאריע » מיטוואך מערץ 30, 2022 7:35 am

· #497221
ערגעץ האב איך געזעהן אז צוויי פין די געהרגעטע זענען גאר געוועהן גוים פין אוקריינא.

כלבאשבוע » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:11 am

· #497515
הרגע הזה שאתה מגלה שאחד הנרצחים בפיגוע בבני ברק השתחרר לא מזמן מהכלא שם ריצה מאסר ממושך על עבירות אונס ופדופיליה

<a class="postlink" href="https://twitter.com/freyisrael1/status/1511283302308720640?s=21&t=hqSCPllpoi_1zlp_ABUODg">https://twitter.com/freyisrael1/status/ ... zlp_ABUODg</a>

שאלתיאל » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 3:58 pm

· #497752
טעראר, דראמא און אנגסט אין הארץ פון תל-אביב.
פאר א שעה צוריק האט א טעראריסט געפנט פייער אין א באר אויף רח' דיזנגויף אין הארץ פון תל אביב, געהארגעט 2, און פארוואנדעט 8. מען האלט שוין איבער א שעה דערויף און מען האט נאכנישט אפגעפינען דעם טעראריסט, הונדעערטע סאלדאטן און זיכערהייט קרעפטן צווישן זיי ספעצעילע עליטע קאמאנדא איינהייטן פון מיליטער גייען אריבער הויז הויז זיכענדיג דעם טעראריסט.

שאלתיאל » דאנערשטאג מאי 5, 2022 2:14 pm

· #499385
טעראר אטאקע אין אלעד.

ערשטע באריכטן קומען אריין איבער א טעראר אטאקע אין דער פרומע יישוב אלעד ווי א אראבער האט אטאקירט מענטשן אויפן גאס מיט א האק, אויפן סצענע זענען פארהאן 3 טויטע ה"י און עטליכע שווער פארוואונדעטע. לויטן פארדאכט זענען פארהאן צוויי טעראריסטן איינער מיט א האק און איינער מיט געווער, איינוואונער פון אלעד זענען געבעטן געווארן זיך צו פארשפארן אינדערהיים. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

מנחם ציון » דאנערשטאג מאי 5, 2022 5:35 pm

· #499416
📎 unnamed.jpg

פאלאצ'ינטא » פרייטאג מאי 6, 2022 5:43 pm

· #499540
מנחם ציון
📎 unnamed.jpg
📎 IMG-20220506-WA0012.jpg