☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אחר מטתו פון הגאון רבי חיים קנייבסקי - ווער נעמט איבער?

אחר מטתו פון הגאון רבי חיים קנייבסקי - ווער נעמט איבער?

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15201

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 20, 2022 2:23 am

· #496687
אחר מטתו פון הגאון רבי חיים קנייבסקי - ווער נעמט איבער?
שטייענדיג נאכ'ן פטירה פון הגאון ר' חיים וועלכע איז בחייו באטיטעלט געווארן (בבחינת כל המוסיף גורע) אלץ שר התורה, איז אצינד געווארן אוועילעבל די לעיבל און געוויסע שארפן זיך שוין די ציין עס צו פארכאפן. די גרעסטע מארקעטערס זענען ריטעינד געווארן דורך די חצרות הקודש צו פראפאגנדירן מיטן טיטל פאר זייער מנהיג.

פון אונזער זייט עמיר דא פראבירן צו הערן די דעת הקהל און אזוי קומען צום החלטה ווער ס'וועט זוכה זיין צו דעם תואר - וואס מיינט בעצם גארנישט.

נו, וואס קלערט איר?

בת קול » זונטאג מערץ 20, 2022 2:24 am

· #496688
איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?

שמעון וואלף » זונטאג מערץ 20, 2022 2:29 am

· #496690
בת קול
איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?

ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין

ליפא » זונטאג מערץ 20, 2022 3:01 am

· #496691
ר' מלכיאל קוטלר?

ליפא » זונטאג מערץ 20, 2022 3:03 am

· #496692
שמעון וואלף
בת קול
איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?

ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין

איז ווער האט געהאט דעם טיטל בעפאר? האט נישט ר' חיים איבעגענמען הרב שטיינמן?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 20, 2022 3:20 am

· #496695
ליפא
ר' מלכיאל קוטלר?

ביי מהרז"ל מ'סאטמאר שליט"א. אבער נישט ביי די גאנצע וועלט...!

קאצקע ציקער » זונטאג מערץ 20, 2022 3:45 am

· #496696
ר'משה שטערנבוך

וואלווי » זונטאג מערץ 20, 2022 8:43 am

· #496697
ר' אהרן

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מערץ 20, 2022 9:58 am

· #496700
אינטערסאנט צו וויסן פארוואס ער האט באקומען די טיטול

איך בין ח"ו נישט גורע פון זיין גדלות, אבער לאמיר נאר קוקן אין די ליטווישע קרייזן, האט ער געקענט מער פון חזו"א, ר"מ פיינשטיין, בריסקער רב?
אויב ער האט געקענט כל התורה כולה, האבן זיי געקענט ווייניגער?
אדער אפשר אין דעם דור איז נישט דא בדומה לו?

צקון לחש » זונטאג מערץ 20, 2022 12:13 pm

· #496710
.

ליפא » זונטאג מערץ 20, 2022 12:58 pm

· #496714
א חסיד פון ווילנא
אינטערסאנט צו וויסן פארוואס ער האט באקומען די טיטול

איך בין ח"ו נישט גורע פון זיין גדלות, אבער לאמיר נאר קוקן אין די ליטווישע קרייזן, האט ער געקענט מער פון חזו"א, ר"מ פיינשטיין, בריסקער רב?
אויב ער האט געקענט כל התורה כולה, האבן זיי געקענט ווייניגער?
אדער אפשר אין דעם דור איז נישט דא בדומה לו?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11594">viewtopic.php?f=4&t=11594&hilit=%D7%94%D7%99%D7%A8%D7%A9%D7%A4%D7%A8%D7%95%D7%A0%D7%92</a><!-- l -->

שאלתיאל » זונטאג מערץ 20, 2022 2:21 pm

· #496719
איך האב פונקט געטראכט ביי מיר אז דאס גאנצע פעקטערי פון 'שר התורה' 'מנהיג הדור' וכו' וכו', דאס גאנצע פאליטיזאציע און פארטייאיזאציע געמויזעכץ ביים ליטווישן ציבור איז נישט שטענדיג געווען אזוי.

איך מיין אז דאס אלץ האט זיך אנגעפאנגען ביי די צייטן פון הרב ש"ך. איך געדענק נישט אז פארדעם איז געווען א 'מנהיגהדור' ביי די ליטווישע. ער האט אנגעהויבן פולעווען די מושג פון' הנהגה' און פון א 'גדול הדור' וואס אלע מוזן זיך בייגן צו זיין ווארט. ער האט אויך באנייט די מושג פון 'השקפה' וואס דאס איז בעצם אזא מין קאוד ווארט וואס נעמט ארין אונטער זיך אלץ וואס דער גדול הדור זאגט, פון וועלכע פארטיי צו וואטען ביז וועלכע ספרי מוסר צו לערנען. אונטער די מושג פון 'השקפה' איז געבויעט געווארן דגל התורה און אונטער די מושג האט מען גערודפט יעדער וואס איז נישט געווען איינשטימיג מיטן 'מנהיג הדור', אפילו ר' שלמה וולבה, ר' שמשון פינקוס און ר' משה שפירא זענען געווען אויפן צימבל צוליב זייער אייגנארטיגע 'אפענע' דרך הלימוד.

זינט דיין איז דאס גאנצע מוסד פון 'גדול הדור' געוואקסן און געבליעט און נאך פארשטערקערט געווארן אין די צייטן פון ר' חיים זצ"ל ווי דאס פראפאגאנדע האט שווער געארבעט אים ארויפצוארבעטן אלץ נייע מנהיג הדור נאך רב שטיינמאן ווען ס'איז געווען קלאר אז ר' חיים איז נישט צו פארגלייכן (אין הנהגה פארשטייט זיך) צו רב שטיינמן.

מצפצף » זונטאג מערץ 20, 2022 2:48 pm

· #496722
ר' דב לנדא.

מחצה''ק » זונטאג מערץ 20, 2022 4:11 pm

· #496726
ס’הייבט זיך אן
📎 1953.jpeg

yn.NY » זונטאג מערץ 20, 2022 4:28 pm

· #496728
שמעון וואלף
בת קול
איך מיין אז די טיטל איז שוין ביי ר' גרשון אדלשטיין. נישט אזוי?

ער איז בלויז מרן ראש הישיבה.
די טיטל שר התורה איז נישט אויטאמאטיש געגעבן געווארן פאר יעדע מנהיג פון דגל התורה. רב שך און רב שטיינמאן האבן עס נישט באקומען. איך האב אבער מורא אז פון יעצט וועט עס יא אזוי זיין

גראדע זענען די 'טיטלען' היפש אין פלאץ
רב שך און רב שטיינמאן זענען געווען "מנהיגים" פון פאך אויס (רב שך איז געווען די ערשטע "מנהיג" פון דגל התורה, וועלכע האט געפירט די ליטווישע עולם בזרוע נטיעה), רב חיים קנייבסקי האט זיך בכלל נישט ספעציעליזירט און מנהיגות, פונקט קאפויער כידוע, זיין 'ספעשילטי' איז געווען 'שר התורה' כפשוטו.
נאר וואס דען - ביי אונז אידעלעך ווייסט מען אז 'מעלין בקודש ולא מורידין', איינמאל מ'געט א טיטל פאר איינעם, מוז מען עס שוין געבן פאר'ן ממלא מקום כדי שלא יאמרו ח"ו....

א חסיד פון ווילנא » זונטאג מערץ 20, 2022 6:30 pm

· #496734
וואלווי
ר' אהרן
📎 4fce856ad8ae4edf9ac69c7176a081c3.jpg

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 20, 2022 7:33 pm

· #496739
קאצקע ציקער
ר'משה שטערנבוך

כ'מיין פוסק הדור. דאס פאסט ענדערש פאר הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 21, 2022 1:05 am

· #496759
berlbalaguleh
קאצקע ציקער
ר'משה שטערנבוך

כ'מיין פוסק הדור. דאס פאסט ענדערש פאר הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

איך וואלט געזאגט ענדערש שר התורה. נישט אז דאס איז די ריכטיגע טיטל ווייל ערשטענס, וואס פינקטליך מיינט דאס? צווייטענס, ווייל ווער האט אפגעמאכט אז ס'נישטא קיין גרעסערע גאונים ווי אים בדורנו? אבער למעשה פון זיינע ספרים זעהט מען אז ער איז בקי בהרבה מקצועות התורה.
ווידער לגבי פוסק הדור טיטל איז דאך דאס סתם א ליצנות. ווער פינקטליך ווארט צו הערן זיינע פסקים? וועלכע רבנים פרעגן אן ביי אים זייערע שאלות?

שמעון וואלף » מאנטאג מערץ 21, 2022 1:06 am

· #496760
איך הער אז פאר חסידי ר' שאול אלתר שמעקט זייער צו פארכאפן די פאסטן פאר זייער מנהיג

פרנס החודש » מאנטאג מערץ 21, 2022 10:04 am

· #496766
שאלתיאל
איך האב פונקט געטראכט ביי מיר אז דאס גאנצע פעקטערי פון 'שר התורה' 'מנהיג הדור' וכו' וכו', דאס גאנצע פאליטיזאציע און פארטייאיזאציע געמויזעכץ ביים ליטווישן ציבור איז נישט שטענדיג געווען אזוי.

איך מיין אז דאס אלץ האט זיך אנגעפאנגען ביי די צייטן פון הרב ש"ך. איך געדענק נישט אז פארדעם איז געווען א 'מנהיגהדור' ביי די ליטווישע. ער האט אנגעהויבן פולעווען די מושג פון' הנהגה' און פון א 'גדול הדור' וואס אלע מוזן זיך בייגן צו זיין ווארט. ער האט אויך באנייט די מושג פון 'השקפה' וואס דאס איז בעצם אזא מין קאוד ווארט וואס נעמט ארין אונטער זיך אלץ וואס דער גדול הדור זאגט, פון וועלכע פארטיי צו וואטען ביז וועלכע ספרי מוסר צו לערנען. אונטער די מושג פון 'השקפה' איז געבויעט געווארן דגל התורה און אונטער די מושג האט מען גערודפט יעדער וואס איז נישט געווען איינשטימיג מיטן 'מנהיג הדור', אפילו ר' שלמה וולבה, ר' שמשון פינקוס און ר' משה שפירא זענען געווען אויפן צימבל צוליב זייער אייגנארטיגע 'אפענע' דרך הלימוד.

זינט דיין איז דאס גאנצע מוסד פון 'גדול הדור' געוואקסן און געבליעט און נאך פארשטערקערט געווארן אין די צייטן פון ר' חיים זצ"ל ווי דאס פראפאגאנדע האט שווער געארבעט אים ארויפצוארבעטן אלץ נייע מנהיג הדור נאך רב שטיינמאן ווען ס'איז געווען קלאר אז ר' חיים איז נישט צו פארגלייכן (אין הנהגה פארשטייט זיך) צו רב שטיינמן.

עס האט טיפערע ווארצלען, דער חפץ חיים איז לענ״ד געווען דער ערשטער גדול פון די קאטעגאריע.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 22, 2022 2:07 am

· #496827
אז מען רעדט שוין, וואס וועט זיין מיט קופת העיר? זיי בלייבן אין ביזנעס?

שאלתיאל » מיטוואך מערץ 23, 2022 2:37 pm

· #496921
berlbalaguleh
קאצקע ציקער
ר'משה שטערנבוך

כ'מיין פוסק הדור. דאס פאסט ענדערש פאר הגר"מ שטערנבוך שליט"א.

דאכט זיך מיר אז ער האט שוין טאקע פונלאנג אנעקסירט דעם טיטל פאר זיך

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:16 pm

· #496943
ער פארדינט עס...!

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:59 pm

· #496944
עס איז דא א כת"י פון ר' חיים וואס ער שרייבט אויף ר' משה פוה"ד

שמעון וואלף » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 12:46 am

· #496951
berlbalaguleh
ער פארדינט עס...!

אפשר ביסטי מסביר וויאזוי מ'פארדינט עס. איך האב חשק דערפאר און איך וויל מיך דאס איינהאנדלן.

מחצה''ק » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:56 am

· #496968
פוסק הדור מרן בעל פסקי תשובות שליט’’א
כ’’ק אדמו’’ר שר התורה מקלויזענבורג שליט’’א

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 1:58 am

· #496969
[ציטאט אראפגענומען]

דאכט זיך אז שמואל ווידער ע"ה האט געגעבן דעם טיטל פאר ר' מאיר בראנדסדארפער ז"ל, ניין? אדער אפשר גאר פאר ביידע?

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 8:02 am

· #496973
[ציטאט אראפגענומען]


פשט פון דיינע ווערטער? אדער סתם געשאסן

ווער האט געגעבן די טיטול נועם המדות פאר רז"ל?

דרך אגב, ר' שמואל ע"ה לעבט שוין נישט אפאר יאר אבער זיינע נעמען זענן נאך אקטיוו, קווינס קעמפ, קווינס ישיבה

מיליאנער » דאנערשטאג מערץ 24, 2022 4:36 pm

· #496985
אודאי שפתותיו דובבות, יעדע גוטע זאך, סיי וואס די ארוינים טוען און סיי וואס די זאליס מאכן נאך, אלעס איז ר' שמואל'ס קרעדיט! כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!