☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל

פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1520

a1b2 » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:06 pm

· #36262
פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל
<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn/feds-charge-brooklyn-men-money-laundering-conspiracy-local-check-cashing-firms-article-1.1137380">http://www.nydailynews.com/new-york/bro ... -1.1137380</a>
ווער עס ווייסט די נייעס זאל ביטע דערציילען

נולד מאוחר » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:11 pm

· #36731
זענען זיי ארויס אויף בעיל?

Shmilly » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 6:14 pm

· #36738
אינטרעסאנט זיי שרייבן נישט ראביי דא

איינער » פרייטאג אוגוסט 17, 2012 7:45 pm

· #36745
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

gehlungen » מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:35 pm

· #36747
איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted 😮

משה געציל » מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 9:42 pm

· #36749
gehlungen
איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted 😮

קודם כל איז 7:45 געווען פינף מינוט פארן שקיעה אין ניו יארק. והשנית אפשר איז ער אין פלארידא. והשלישית והוא העיקר, דו ווילסט מוחה זיין? גיי אין וומס״ב ב״פ שריי שבת! דא לאז פליז געמאכט.

איינער » מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 11:28 pm

· #36762
gehlungen
איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

Look what time your nik was posted 😮


אין דעם פלאץ ווי איך בין געווען דעם שבת איז די צייט געווען פארן זמן.

די קאווע שטיבל איז אינטערנאציאנאל.

איחוד פעלד » זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:39 am

· #36790
Re: פעדס ארעסטירן גרופע היימישע אידן רח"ל
אקיצור,
וואס איז די מעשה מיט די חברה?
איז דא א היימישע ספין זיי צו פארענטפערען, אדער איז די תירוץ עמך ישראל צריכין פרנסה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

דבילה » זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:29 am

· #36798
איחוד פעלד
אקיצור,
וואס איז די מעשה מיט די חברה?
איז דא א היימישע ספין זיי צו פארענטפערען, אדער איז די תירוץ עמך ישראל צריכין פרנסה.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android


פארוואס דארף מען א היימישע ספין? ווייל אפאר אנטיסעמיטן האבן נאכאמאל מחליט געווען צו ארעסטירן מאחב"י פעלט נאכנישט אויס צו פארענטפערן סיי וואס.

טעפל » זונטאג אוגוסט 19, 2012 10:10 am

· #36829
מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:17 pm

· #36879
איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן, אזוי ווייט אז מען נעמט נישט אריין קיין קינדער וואס זייערע עלטערן האבן אינטערנעט. בלייבט נישט איבער קיין סך וועגן וויאזוי צו מאכן פרנסה אין אונזער געזעלשאפט ווי געלט איז קריטיקעל וויכטיג און שטארק ארויף געקוקט.

אמת,
אבער אין דעם פאל, רעדט מען פון ביזזנעס פיפאל, וואס פארשטייען יא.
ס'איז פשוט א נסיון.

נולד מאוחר » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:18 pm

· #36880
טעפל
מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

פארוואס נישט בעפאר שבת? אזוי לאנג געווארט אויף בעיל? געווענליך ביי אונז ביז א שעה-צוויי איז דא דאס גאנצע בעיל?

שמיטה » זונטאג אוגוסט 19, 2012 7:02 pm

· #37053
טעפל
מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

וואס טייטשט "יעצט" ארויסגעלאזט?
די דעלי ניוס וואס איז צוגעצייכענט ביים אנפאנג פונעם אשכול, שרייבט שוין פאריגע מיטוואך אז מ'האט 2 חברה ארויסגעלאזט אויף בעיל.

אשכנ » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:19 am

· #37750
עס וואלט געווען א גרויסע חסד פאר אן ארגיניזאציע ארויסצוגעבען א קונטרס מיט די אלע געזעצען וואס אנ"ש זענען נישט געניג אינפארמירט, בפרט יונגערלייטלעך, און קענען אריינפאלען. למשל עניני כשר'ן, פראגראמען פראד, וכו'. אויב מ'וואלט ריכטיג פארשטאנען די געזעצען מיט זייערע תוצאות וואלטען ווייניגער אריינגעפאלען, כנלענ"ד.

חכם מחוכם » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:30 am

· #37754
רב אשכנ, דאנט ווארי די אידאלאך וויסטן פונקטליך וואס מ’מעג און וואס נישט, וואס מ’דארף יא טוהן איז, אז ווען איינער היינט א צעטל אין ביהמ"ד, "ווער ס’וויל ארבעטן להלכה ולא למעשה, זאל רופן........", אזא איינעם דארף מען געבן אפאר און אין קאפ אזש ס’זאל וויי טאהן פאר אביסל
איינער
רבותי, מען גייט הערן מער און מער פון די מעשיות אז עס וועלט באלד מער נישט זיין קיין נייעס. די פאקט אז אונזער חינוך/סיסטעם לערנט נישט אויס וויאזוי צו מאכן פרנסה און דער אינטערנעט איז שוין אויכט פארבאטן.

דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

משכיל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:07 am

· #37768
אסאך מענטשען פארדינען ערליך געלט אבער דאס קאסט כח, די וואס פאלען אריין ווילען א לייכטען דאלאר וואס רופט זיך איזי מאני, דאס איז א גרויסע רייץ

gehlungen » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:25 am

· #37775
טעפל
מ'האט זיי יעצט ארויסגעלאזט

They were shabbes in custody ??

משכיל » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:40 am

· #37779
מען האט היינט דינסטאג פרי ארעסטירט 5 מענטשען אין בורו פארק ווייסט איינער צו דאס אידן אדער גוים ?י

ידען » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:44 am

· #37780
מוסלימס.

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:14 pm

· #37802
חכם מחוכם
דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

איך ווייס נישט, איך האב נישט געציילט אונזערע און זייערע עשירים, אבער דאס איז זעכער, אז פון די בעל בתישע מענטשען וואס מאכן א הונדערט צוויי הונדערט טויזענט א יאר געהאלט, איז דא סאך ווייניגער ביי אונז.

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:26 pm

· #37806
געפילטע פיש
חכם מחוכם
דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

איך ווייס נישט, איך האב נישט געציילט אונזערע און זייערע עשירים, אבער דאס איז זעכער, אז פון די בעל בתישע מענטשען וואס מאכן א הונדערט צוויי הונדערט טויזענט א יאר געהאלט, איז דא סאך ווייניגער ביי אונז.

פון די מיטעלע קלאס און ארימע קלאס איז אויך דא אסאך ווייניגער ביי אונז... כ'מיין וואס ווילסטו ס'איז בעצם דא ווייניגער אידן ווי גוים
מ'רעדט פראצענטואל.

ידען » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:27 pm

· #37807
געפילטע פיש
חכם מחוכם
דאס איז די פראבלעם?, פראצענטיש ביי אונז איז דא גענוג גרויסע עשירים, מער ווי ביי די קלוגע ערפארענע גוים וואס קומען ארויס פון פאבליק סקול ווי מ’האט זיי יא אויסגעלערנט

איך ווייס נישט, איך האב נישט געציילט אונזערע און זייערע עשירים, אבער דאס איז זעכער, אז פון די בעל בתישע מענטשען וואס מאכן א הונדערט צוויי הונדערט טויזענט א יאר געהאלט, איז דא סאך ווייניגער ביי אונז.

די הונדערט צוויי הודערט טויזענט דאלער בעל בתישע מענטשען האסטו יא געציילט?

געפילטע פיש » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:12 pm

· #37886
נפתלי, דו ווייסט וואס איך מיין, און ידען, כ'האב טאקע נישט געציילט, אבער זאג מיך וויפיל אזעלכע אידן דו קענסט. רוב אידן וואס מאכן עכט שיין איז דאס ווייל זיי זענען סעלף עמפלויד, דאגעגן אין אלגעמיין איז די עדיוקעיטעד ארבייטער וואס מאכט א $150,000 גאנץ נארמאל און רופט זיך אן די אפפער מידל קלאס.

נפתלי » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:18 pm

· #37891
סעלף עמפלאויד וואס פארדינען הונדערט צוויי הונדערט טויזענט דאלאר א יאר איז א שטאפל העכער ווי ארבעטן פאר יענעם אויף אזא געהאלט
ביי די גוים אז איינער האלט ביי אזא שטאפל בלייבט ער נאך אלץ ארבעטן ווי ער איז, ביי אונז שפרינגט ער אליינס אריין און עפענט א ביזנעס

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אוגוסט 24, 2012 4:43 pm

· #39535
אה! ממש... מי כעמך ישראל...

נחום » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:53 am

· #39662
Shmilly
אינטרעסאנט זיי שרייבן נישט ראביי דא


איז נישט יעדער מיט א בארד א ראביי?

אפשר זענען זיי נישט קיין היימישע?