☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נייע אנקעטע איבער אנטיסעמיטיזם — איבערהויפט ביי פרומע

נייע אנקעטע איבער אנטיסעמיטיזם — איבערהויפט ביי פרומע

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15199

שלום דין » פרייטאג מערץ 18, 2022 1:55 pm

· #496661
נייע אנקעטע איבער אנטיסעמיטיזם — איבערהויפט ביי פרומע
ס׳האט מיר געבעטן א איד, ר׳ מארק טרענטשער, א פרומער אנפירער פון א ׳ריסורטש׳ אינסטיטוציע, ארויפצושטעלן דא א נייע סורוועי איבער אנטיסעמיטיזם, ספעציעל געמאכט אויף אידיש. ער וויל שטארק הערן פון היימישע, חסידישע, אידיש-רעדנדע. ער בעט אויך צי מען קען עס ווייטער ארומשיקן ביים היימישן ציבור, ולמצוה יחשב.
ְ
נ.ב. איך האב נישט אליין קיין קשר מיט׳ן סורוועי. איר קענט זיך אבער פארבינדן מיט מארק דירעקט אויב איר ווילט. מער אינפארמאציע קענט איר געפונען אויף זיין וועבזייטל, און זיין אימעיל איז <!-- e --><a href="mailto:mark@nishmaresearch.com">mark@nishmaresearch.com</a><!-- e -->. (ער׳ז א ווארעמער, פריינטליכער איד—קווענקלט נישט אויב איר האט אים עפעס צו פרעגן, הערות, וכו׳.)

דא איז די טעקסט פון אים:

מיר הייבן אן א וויכטיגע נייע אנקעטע (׳סורוועי׳), וועלכע זוכט אויסצופארשן די ערפארונגען און מיינונגען פון דעם גאנצן אידישן ציבור אויפ׳ן נושא פון אנטיסעמיטיזם. דאס וועט אויך זיין די ערשטע אנקעטע אויף גרונטליך אויסצופארשן די טעמע אין אלע קרייזן פון ארטאדאקסישן אידנטום. די אנקעטע איז גאנץ קורץ (בערך 7 מינוט) און מיר אפפערן צען $20 עמעזאָן מתנה קארטלעך.

דא איז דער לינק אויף זיך משתתף צו זיין. (אדער לייגט אריין http://bit.ly/Nishma-Antisemitism-Y אין אייער בראָוזער אדרעס באַר.)

א גרויסן יישר כוח פאר׳ן ארויסהעלפן.

היסטאריע » פרייטאג מערץ 18, 2022 3:27 pm

· #496665
נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

שפילער » פרייטאג מערץ 18, 2022 6:37 pm

· #496671
היסטאריע
נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אנטיסעמיטיזים

דער יוד איז אייביג פארנימען מיט די געלט...

יעקב מעקסוועל » זונטאג מערץ 20, 2022 1:15 am

· #496683
שלום עליכם ר' שלום, איך פריי מיר דיר צו זען דא.

אפשר ביסטו מהנה דעם עולם מיט אביסל שרייבערייען?

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 20, 2022 3:06 am

· #496693
שפילער
היסטאריע
נישטא קיין זכר פין דער צוואנציג דאלאר.

נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס סאיז דא אנטיסעמיטיזים

דער יוד איז אייביג פארנימען מיט די געלט...

שפילער: מ'האט נישט געפרעגט וואס דער טעם, אדער סיבה איז. אויף דעים איז דא דער טעמי המנהגים. אדער רש"י. בשם ר' שמעון בר יוחאי...."הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב...וכו'"...!

דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל... עיין ב'פורים תורות.