☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » לאנגיאריגע ספיקער אין ענגליש קאמאנס אויסגעשפארט לצמיתות

לאנגיאריגע ספיקער אין ענגליש קאמאנס אויסגעשפארט לצמיתות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15183

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 8, 2022 8:15 am

· #496181
לאנגיאריגע ספיקער אין ענגליש קאמאנס אויסגעשפארט לצמיתות
א גרויסע חילול השם אין ענגלאנד יעצט אין די נייעס. דער אידישער ספיקער, דזשאן בערקאו וועלכער איז געווען ספיקער אין די האוז אף קאמענס פאר צען יאר איז פארבאטן געווארן פון אריינצוטרעטן אין די פארליאמענט בילדינגס אויף שטענדיג נאכדעם וואס אן אינדעפענדענט עקספערט פאנעל האט אים געפונען שולדיג אויף בוליאינג קלאגעס און האבן אים אינצווישן אנדערע באצייכנט אלס א "סיריעל ליגנער און א סיריעל בולי". נישט גוט!
<a class="postlink" href="https://news.sky.com/story/john-bercow-former-speaker-banned-from-parliament-for-life-after-bullying-inquiry-finds-him-guilty-12560483">https://news.sky.com/story/john-bercow- ... y-12560483</a>

ווער ס'האט אמאל געוואטשט די פריים מיניסטער'ס קוועשטאנס אין די פארליאמענט וועט מודה זיין אז ס'איז אלעמאל געווען אן אמיוזמענט אים צו וואטשן. ווי דער קליין געוואוקסיגער ליארמעט מיט זיין באסעווע שטימע ארדער!!! ארדער!!! ארדער!!!! און פליקט אריין גוטסלעך רעכטס און לינקס. איי, ס'געווען אמאל גוטע צייטן...
📎 Screenshot 2022-03-08 131851 - Copy.png

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 8, 2022 8:38 am

· #496184
Re: לאנגיאריגע ספיקער אין ענגליש קאמאנס אויסגעשפארט לצמיתות
כדארף פארריכטן. ער איז נישט גענצליך אויסגעשפארט - ער קען קומען מיט א חבר'ס פעסס אדער אלס א מיטגליד פון די פובליק.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 8, 2022 2:07 pm

· #496195
טאמבל סאס: דאס וואלט געווען אן אינטרעסאנטע מעשה כשהוא לעצמו. נאר איבער דעם חילול ה' פארט ווייס איך נישט. ווייל אין ענגלאנד קאכט דאס אנטיסעמיטיזם די גאנצע צייט אויף א נידריגן פלאם. און ס'פעהלט נישט אויס קיין סאך אז ס'זאלל זיך צו-פלאקערן פאר אזא תירוץ אדער א צווייטן. אמאל איז עס אנטי-ציוניזם (פארשלייערטע אנטיסעמיטיזם). און אמאל איז עס עפעס א פאליטישער סקאנדאל מיט א פאליטישן פון ווייטן אידישן אפשטאם. אבער אין א נארמאלע סיטואציע וואלט עס בכלל נישט געדארפט אפילו אין א קליינעם פראצענט אויפברענגען א מאטיוו פאר אנטיסעמיטיזם...!

טאמבל סאס » דינסטאג מערץ 8, 2022 5:14 pm

· #496204
ער איז נישט פון ווייטן אידישן אפשטאם

כרם זית » דינסטאג מערץ 8, 2022 11:23 pm

· #496220
Re: לאנגיאריגע ספיקער אין ענגליש קאמאנס אויסגעשפארט לצמיתות
פון זיין אנווארט אליין ''I have never bullied anyone, anywhere, at any time in any way'', זעט זיך גאנץ שטארק זיין שטייפע כאראקטער...