☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הויכע שכר לימוד פרייזן?

הויכע שכר לימוד פרייזן?

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1517

real jew » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:22 pm

· #36205
הויכע שכר לימוד פרייזן?
אין אלגעמיין זענען די וויליאמסבורגער מוסדות אסאך ביליגער ווי די בארא פארקער. ווי אזוי קען א מוסד אנגיין מיט $700 ווייניגער פער קינד ווי א ענליכער מוסד קעגן איבער די גאס? איז עס די הכנסה פין פלייש, מצות, שמחה זאלן וכדו', אדער די טיפע טאשן פון די הנהלה?

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:26 pm

· #36304
די וויליאמסבורגע מוסדות
פאנדרעיזן אסאך מער נדבות פאר סאם ריזאן
אין צאלען ווייניגער פאר די איינגעשטעלטע ווי די ב''פ מוסדות

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 4:54 pm

· #36311
אז די וועסט קוקען וועסטו זעהן
ווי פרום די מוסד איז אלס ביליגער איז די שכ''ל אין אלס ווייניגער צאלט מען די מלמדים
וויליאמסבורג, קרית יואל אין שיכון סקווירא זענען די ביליגסטע
אין אפי' אין וויליאמסבורג זענען די מער פרומע ביליגער ווי די מער אהערגעשטעלטע
טשעק די פרייזן פין סאטמאר/סאטמאר אין קאמפער עס מיט די אנדערע אהערגעשטעלטע
בארא פארק איז טייערער, - אבער די פרומע פין ב''פ זענען נאך אלס ביליגער פין די אהערגעשטעלטע אין וויליאמסבורג
פלעטבוש איז אסאך טייערער
אא''וו
שטעלטס ענק פאר ווען די מאדערנע אידן זאלען האבען 10 קינדער עס וואלט זיי געקאסט 8000 א חודש שכ''ל אלייןס

דולה ומשקה » דינסטאג מאי 5, 2015 2:16 pm

· #272689
אז די אידן האבען לכל הפחות 6 קינדער מיינט דאס $25,000 א יאר מיט קעמפ והמסתעף,
דער מוסד באקומט $5000 פער יאר פער קינד.
וואלט דער שכר לימוד געוועהן נאך העכער ווען נישט דער גרענט?

אין ווען יא וואלטן מיר אלע דאס טאקע געקענט צאלן? זיכער אז נישט.