וויפיל איז ווערד שוויץ שותפות?
(למשל) איך וויל עפענען א רעסטעראונט, איך האב שוין 10 יאר עקספיריענס אין די ליין און איך וויל עפענען א רעסטאראונט, ס'גייט אבער דארפן א אינוועסטמענט פון 300ק, איך האב נאר איין קליינע פראבלעים, כסף מנלן? איז דא א עצה וואס הייסט מען נעמט א געלט שיתוף, יעצט איז די שאלה וואס איז די אינדעסטרי סטענדערט, וויפיל פראצענט שותפות דארף איך עים אוועקגעיבן, כ'פארשטיי אז עס איז נעגאשיעבל (פארהאנדעלבאר??) אבער וואס איז די אינדעסטרי סטאנדארט?