☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע

לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15164

תוהו ובוהו » מאנטאג פעברואר 21, 2022 2:22 am

· #495466
לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע
אין די לעצטערע תקופה לויפט אין די מאמענט אויסגאבע מיינונג'ס-ארטיקלען דורך הרב חיים שלמה בערגער, (מעגליך האבן זיי נישט געטראפן א צווייטן גענוג כשר צו פארמיידן היץ און גענוג ברייט צו שרייבן ארטיקלען מיט זיין בילד).

דער הרב בערגער טענה'ט אז ער האט מקובל פון ר' שמעון זשעליכאווער (וואס האט עס אוודאי מקובל פון אחיה השילוני ווארום היסטאריקער ווייסן נישט וואו אזא אידישקייט פלעגט פארקומען זינט דעם חורבן ביהמ"ק) אז "אידישקייט" איז א "קאלטור" וואס באשטייט פון "טוהן אנדערש ווי דער גוי" וואס דאס איז דער סאמע וויכטיגסטע זאך ביי כלל ישראל! און דעריבער ווידמעט ער טאקע רוב פון זיינע ארטיקלען אויף דברים העומדים ברומו של עולם א שטייגער ווי פרעסערישע אדווערטייזמענטס און בעק-יארד'יגע וואכנאכטס.

די פארגאנגענע וואך האט ער געשריבן אן ארטיקל איבער.. שטריימלעך!! יא יא, איר הערט? דער שרייבער רעדט זיך שטארק אפ און דערקלערט מיט פאטוס אז דער עולם גייט נישט מיט קיין שטריימלעך! געוואלד און געשריגען! שומו שמים! איי וועט איר פרעגן: מ'זעהט דאך יא דעם עולם זיך דרייען מיט וויידלעך אויפן קאפ? אויף דעם איז דער תירוץ: אמת, אבער נישט אזוי דארף א שטריימל אויסצוזעהן! דער שרייבער טענה'ט אז ער געדענקט נאך ווען דער עולם איז נאך יא געגאנגען מיט שטריימלעך כדבעי, דהיינו אנע שפיצן און נישט דיקער ווי א תימנ'ע מצה און אטע דאס איז א שטריימל! "רחב ב' אצבעות ומקיף מאוזן לאוזן" דאס איז די מקובל'דיגע שיעור שטריימל און די אלע שמות הקדושים וואס זענען מרומז דערין פלאצירן זיך אין די סייז און כל המוסיף נמצא מחרף ומגדף.

און ניין, מיינט נישט אז הרב בערגער פארפירט קעגן דאס אומגעזונטקייט פון אונזער געזעהלשאפט פון מוזן נאכטוהן וואס יעדער טוהט, אזש אראפפלאשן א 6-7 טויזענט דאללער אינאיינעם מיט אלע אנדערע זינלאזע הוצאות החתונה איז א "מוז", און מיינט אויך נישט אז ער פארפירט קעגן דאס אויסגעריסענע אינדיווידואלקייט און לעק פון פערסאנעל טעיסט און אז יעדער מוז זיך אנטוהן די זעלבע סארט כיסוי ראש געבראשט אינעם זעלבן דירעקציע.

נעה נעה, נישט דאס שטערט אים ווארום דאס איז דאך נישט "אידישקייט", וואס ס'שטערט אים איז אז דער עולם איז געווארן "סטייליש" און אז דער שטריימל האט באקומען שפיצן, און מ'האט נישט ארויס ווי אזוי א שטריימל דארף באמת אויסזעהן.

און וואס איז די רפואה צו אזא אומפארשטענדליכקייט פונעם ציבור??
אה! דעטס ען איזי וואן! מ'מאכט תקנות ווי הויך א שטריימל מעג זיין! דער שרייבער רימט אויס תוא"י רבי וואס האט ארויסגעגעבן א הוראה אז פון היינט און ווייטער זאלן די שטריימלעך נישט זיין העכער 5 אהאלב אינטשעס!, ס'נישט קלאר צו ס'איז די זעלבע אינטשעס פון די פרויען קניען און צו וועד הצניעות וועט זיין פארמישט דערין, אבער דער עיקר איז אז ווי געווענליך איז די עצה: נאך א תקנה, כדי ס'זאל חלילה נישט פארבלייבן קיינע בליינד-ספאטס אין עני אספעקט פונעם לעבן אנע פונקטליכע סקריפט וואס מ'האט צוטוהן.

(די בעסטע פארט איז נאך, ווי אינמיטן ארויסברענגן אז אמאליגע אידן האבן נישט געקוקט אויף סטייל און זיך נישט געקומערט מיט זייער אויסערליכע אויסזעהן, פארציילט ער דארט אז ער האט א חבר וואס האט געזוכט א שטריימל אנע שפיצן און ער האט זיך זייער געמוטשעט, ווייל די שטריימעל מאכער האבן דאך נישט געוואלט ארויסגעבן אזא פראדוקט מתחת ידם, און ער האט עס צוריקגעגעבן צו איבערמאכן איינמאל און נאכאמאל - 'אמער, ער איז דאך נישט סטייליש' - א יאר א האלב!! האט גענומען ביז ער איז געווען צופרידן פון זיין שפיצן'לאזע שטריימל, דאכצעך אז דאס ברעכט אלע רעקארדס פון שטריימל-רילעידעד-שעות געספענד דורך איבערגעהיצטע בחור'לעך וואס ס'גייט זיי יא אן זייער אויסזעהן..)

נ.ב. ס'ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער אז שבת איז ר"ת ש'יינע ש'פיצן'פולע ש'טריימל ב'מקום ת'פילין ודפח"ח.

און צום מאמענט: איר האט געהאט בעסערע צייטן, ביטע לאזט זיך נישט פונעם הייפעלע חשכות-טרייע אידן, און פראבירט פארבלייבן א מעסיגע מאגאזין.

היסטאריע » מאנטאג פעברואר 21, 2022 8:05 am

· #495469
זיי קעיטערען פאר א ציבור, און זיי ווילען אז אזעלכע זאלען אויך קויפן דער מאגאזין.
דער שטריימעל האט אייביג אויסגעזעהן שיין, און אייביג געקאסט זייער טייער. דער סטייל האלט זיך אין איין טוישן.

איך וויל מען זאל צוריקגיין צו די ווייכע ביבער היטען פין סעלקא. אוי איז דאס געוועהן א צודרייטע.

פערינא » מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:37 am

· #495472
פארוואס קעטערט יעדער ווי מער רעכטס? איך האב איבער געלאזט די בלאט פאר די מאמענט. איך קען צוריק גיין צו דער בלאט אויב וויל דער מאמענט ווערן א בלאט. פארוואס זעט ער נישט די שיינקייט פון זיין מיטעלע מעסיג?

You can't do what other people do, you got to do what you do, and you got to do it well

קוקי מאנסטער » מאנטאג פעברואר 21, 2022 9:47 am

· #495473
פארוואס זאל א אויסגאבע נישט מעגן דעקן 'ביידע' זייטן? דער קענסל קאלטור האט זיך אזוי אריינגעכאפט און דער עולם איז נאר ביזיַ מיט וועם מ'דארף אלץ ארויסווארפן. פארוואס פאלט אייך נישט ביי אז אויב האט איר א פראבלעם מיט יענער'ס השקפות, אפשר קענסטו שרייבן וואס דו האלטסט און זיי וועלן עס מעגלעך אויך אריינלייגן?

פערינא » מאנטאג פעברואר 21, 2022 10:17 am

· #495474
ביסט גערעכט. אבער ביסט נישט גערעכט. יעדער דא זעעט ווי צודרייט קצניות אזוינע שטותים וועגען דיקייט פון שטריימעל איז. אבער יעדער ווייסט אז די מאמענט גייט נישט דריקען א האלבע קריטיק קעגן די רבנישע פעלצען אויב איינער שמעקט נישט אז ס'איז נישט איידעלע אדער ארענטליך.

ס'טייטש זיי וועלן דריקען משוגענע קצונישע קריטיק אבער נישט תכליתדיגע נארמאלע קריטיק.

פערינא » מאנטאג פעברואר 21, 2022 10:21 am

· #495475
אויב די וועקער דריקט ווען חשבונות אויף די דיקייט פון די שטריימעל וואלט איך עס פארשטאנען. אבער דער צענזורע פון די מאמענט ארבייט נישט אויף צודרייט רעכטס. נאר אויף נארמאל לינקס.

קוקי מאנסטער » מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 am

· #495477
פארשטייט זיך אז מען דארף וויסן וויאזוי צו שרייבן א קעגנזייטיגע ארטיקל. אבער עס זענען דא אסאך אופנים וויאזוי די מאמענט וואלט לכאורה נישט געהאט קיין שום פראבלעם אריינצולייגן די אנדערע צד.

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 21, 2022 12:25 pm

· #495482
תוהו ובוהו
די בעסטע פארט איז נאך, ווי אינמיטן ארויסברענגן אז אמאליגע אידן האבן נישט געקוקט אויף סטייל און זיך נישט געקומערט מיט זייער אויסערליכע אויסזעהן, פארציילט ער דארט אז ער האט א חבר וואס האט געזוכט א שטריימל אנע שפיצן און ער האט זיך זייער געמוטשעט, ווייל די שטריימעל מאכער האבן דאך נישט געוואלט ארויסגעבן אזא פראדוקט מתחת ידם, און ער האט עס צוריקגעגעבן צו איבערמאכן איינמאל און נאכאמאל - 'אמער, ער איז דאך נישט סטייליש' - א יאר א האלב!! האט גענומען ביז ער איז געווען צופרידן פון זיין שפיצן'לאזע שטריימל, דאכצעך אז דאס ברעכט אלע רעקארדס פון שטריימל-רילעידעד-שעות געספענד דורך איבערגעהיצטע בחור'לעך וואס ס'גייט זיי יא אן זייער אויסזעהן..
.

וויאזוי גייט נאר די מעשה, א גור'ע חסיד איז אריין אין א דזשידעיקע סטאר, און ער זיכט א גארטל, ער זיכט און זיכט אבער ער טרעפט נישט געניג א דינע גארטל,
ער גייט צו צים געשעפטסמאן און בעט אים אויב ער קען אים ברענגען 'גאר א דינע' גארטל,
ער גייט אריין איטערן געשעפט און ברעגט ארויס א דינע גארטל, די חסיד שרייט שוין פון דערווייטנס, 'ניין' נישט אזא דיקע, נאך דינער! די געשעסטסמאן גייט צירוק, און ברעגט נאך עפעס, אבער די חסיד קרימט ווידער מיט די נאז, 'איך דארף עפעס ממש גאר דין'
ער גייט צירוק און ברעגט ארויס עפעס פארשטויבטע בעגס און הייבט אהן דורכקוקן, ביז...! מען האט געטראפן גאר א אויסגעדארטן גארטן, קוים עפעס א שטריקעלע, אההה! דאס האב איך געזיכט!
די געשעפטסמאן קוקט אים אהן מיט וואונדער און פרעגט, זאג, פארוואס דארפסטו אזא דינע גארטל?
'אהה', זאגט די איד, ווייל ביי אונז אין גור, מאכט מען נישט קיין עסק מיט די גארטלעך...

עס איז אמאל אריין צום בית ישראל פון גור, גאר א באפיצטן בחור, שיינע געביגלטע קליידער, שיינע פיאות, און שיינע גלעזער, גלייך דערנאך איז אריין גאר א חאניאקישע בחור, מיט א געלע ציצות, ציפלויכטשקעטע פיאות, און גרויסע גלעזער כמו שכתיב
ווען ער איז ארויס האט די בית ישראל זיך אנגעריפן, ''ביידע בחורים זענען געשטאנען די זעלבע לאנג ביים שפיגל היינט ציפרי''
ס'איז פשוט א matter of taste...

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 21, 2022 2:38 pm

· #495493
קוקי מאנסטער
פארוואס זאל א אויסגאבע נישט מעגן דעקן 'ביידע' זייטן? דער קענסל קאלטור האט זיך אזוי אריינגעכאפט און דער עולם איז נאר ביזיַ מיט וועם מ'דארף אלץ ארויסווארפן. פארוואס פאלט אייך נישט ביי אז אויב האט איר א פראבלעם מיט יענער'ס השקפות, אפשר קענסטו שרייבן וואס דו האלטסט און זיי וועלן עס מעגלעך אויך אריינלייגן?

קוקי מאנסטער: ווייל געוויינליך די מענטשן וועלכע זענען קענסל קאלטשער און קאונטער-קאלטשער (אקעגן קאונטער קאלטשער. בבחינת הפוך על הפוך) וויללן נישט ערלויבן אז א צווייטנ'ס מיינונג זאלל געהערט ווערן. והדברים מפורסמים ואין צריכין לראיה. (נאר אויב מ'ווילל זענען דוקא דא א סאך ראיות.).

אויך. מסתמא זענען הרב בערגער'ס טאטע און זיידע נאך געפארן קיין זעליחוב וואו זיי האבן געזעהן די נישט סטיילישע הערינג שטרייימלעך.

די שאלה איז נאר. פון וואו...פון די בראנקס. אדער פון קווינס?...! Iו?

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 21, 2022 8:20 pm

· #495505
I used to be his bus driver...!

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 22, 2022 8:20 am

· #495526
He's so lucky

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג פעברואר 22, 2022 10:05 am

· #495537
berlbalaguleh
I used to be his bus driver...!

ווארט נאר צו, ער'העט נאך צוברענגן מאמרים און דברי חכמה פון זיין געוועזענעם בעל עגלה...

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 22, 2022 10:04 pm

· #495574
איך ווייס נישט וואס דער עולם ברויזט אזוי, איך גיב אים א מיליאן פראצענט גערעכט, די משוגעת פון די שטריימלעך גייט ארויס פון יעדן פראפארציע, סיי בנוגע די סטיילס און די הייך, און סיי לגבי די שרעקליכע פרייזן.

אנלעסס איינער פון די שרייבער דא האט א שטריימל געשעפט, פארשטיי איך נישט אייער וויי געשריי, אבער איך הער יא די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל, וגם אני שמעתי את צעקת בני ישראל, וואס מוזן נעבעך צאלן די הויזן פאר זייערע חתנים ווייל "יעדער" ספענדט אזויפיל.

דאס דארף בטל ווערן אסא"פ.

chosen people » דינסטאג פעברואר 22, 2022 10:20 pm

· #495575
שמעקעדיג
איך ווייס נישט וואס דער עולם ברויזט אזוי, איך גיב אים א מיליאן פראצענט גערעכט, די משוגעת פון די שטריימלעך גייט ארויס פון יעדן פראפארציע, סיי בנוגע די סטיילס און די הייך, און סיי לגבי די שרעקליכע פרייזן.

אנלעסס איינער פון די שרייבער דא האט א שטריימל געשעפט, פארשטיי איך נישט אייער וויי געשריי, אבער איך הער יא די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל, וגם אני שמעתי את צעקת בני ישראל, וואס מוזן נעבעך צאלן די הויזן פאר זייערע חתנים ווייל "יעדער" ספענדט אזויפיל.

דאס דארף בטל ווערן אסא"פ.


הרב שמעקעדיג, דאס איז א חלק וואס עס באדערט פאר הרב תוהו אז דאס באדערט נישט פאר הרב בערגער,

תוהו ובוהו
און ניין, מיינט נישט אז הרב בערגער פארפירט קעגן דאס אומגעזונטקייט פון אונזער געזעהלשאפט פון מוזן נאכטוהן וואס יעדער טוהט, אזש אראפפלאשן א 6-7 טויזענט דאללער אינאיינעם מיט אלע אנדערע זינלאזע הוצאות החתונה איז א "מוז", און מיינט אויך נישט אז ער פארפירט קעגן דאס אויסגעריסענע אינדיווידואלקייט און לעק פון פערסאנעל טעיסט און אז יעדער מוז זיך אנטוהן די זעלבע סארט כיסוי ראש געבראשט אינעם זעלבן דירעקציע.

נעה נעה, נישט דאס שטערט אים ווארום דאס איז דאך נישט "אידישקייט", וואס ס'שטערט אים איז אז דער עולם איז געווארן "סטייליש" און אז דער שטריימל האט באקומען שפיצן, און מ'האט נישט ארויס ווי אזוי א שטריימל דארף באמת אויסזעהן.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:55 pm

· #495607
שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh
I used to be his bus driver...!

ווארט נאר צו, ער'העט נאך צוברענגן מאמרים און דברי חכמה פון זיין געוועזענעם בעל עגלה...

שמחה'לע קאפשטיק: אויב ער האט נאכנישט פארגעסן. איך טרעף א סאך מאל אלטע תלמידים פון מיין באס. זיי דערמאנען מיר די תורה'לעך,דזשאוקס און ניגונים וואס איך האב געזינגען ווען זיי זענען נאך געווען יונגלעך...! ב"ה...!

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 23, 2022 9:22 pm

· #495612
שמעקעדיג
איך ווייס נישט וואס דער עולם ברויזט אזוי, איך גיב אים א מיליאן פראצענט גערעכט, די משוגעת פון די שטריימלעך גייט ארויס פון יעדן פראפארציע, סיי בנוגע די סטיילס און די הייך, און סיי לגבי די שרעקליכע פרייזן.

אנלעסס איינער פון די שרייבער דא האט א שטריימל געשעפט, פארשטיי איך נישט אייער וויי געשריי, אבער איך הער יא די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל, וגם אני שמעתי את צעקת בני ישראל, וואס מוזן נעבעך צאלן די הויזן פאר זייערע חתנים ווייל "יעדער" ספענדט אזויפיל.

דאס דארף בטל ווערן אסא"פ.

בנוגע די פרייזן איז שוין אכשור דרא, אפשר נישט איבעראל, אבער אין גאר אסאך חסידות'ן האט מען איינגעפירט ביליגע שטריימלעך, און עס איז נישטא דעם גרויסן רייץ צו קויפן 4/5k דאלערדיגע שטריימלעך, און די מנהג פון קויפן א ביליגע 2k רעגן שטריימל בנוסף צום 'טייערן' שטריימל איז שוין אויך היבש נאכגעלאזט, רוב פון מיינע חבירים אינקלאדינג מיך, האבן געקויפט בלויז איין שטריימל, און די געגנט פון צוויי, צוויי אהאלב אלפים

בנוגע די שפיצן און די הויכקייט, ס'קען זיין אז עס שמעקט נישט פאר געוויסע אלדטיימערס, אבער איך זע ממש נישט די פראבלעם דערמיט,

א משכיל האט אמאל געפרעגט דעם הייליגן... כדענק נישט ווער, 'צו האלטסו אז אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל'? מיינענדיג דערמיט אפצו'חוזק'ן פון דעם אז מען גייט מיט מאדנע אידישע קליידער, האט אים די הייליגן כגעדענק נישט ווער געענטפערט, אז, אויב אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל אדער נישט ווייס איך נישט, אבער דאס איז איינמאל זיכער, ער האט געזען וואס די גוי גייט, און האט זיך אנגעטון אנדערש,

די גאנצע שטריימל געגייעכטץ האט זיך דאכצעך אנגעהויבן פון א גזירה אפצושפעטן פון אידן, און מען האט זיי געצווינגען צו גיין וויידלעך אויפן קאפ, האט מען שוין געמאכט דערפון א שיינע מלביש לכבוד שבת, און מען האט שוין געמאכט רמזים פון ש'טריימל ב'מקום ת'פילין וכדו',
(כנהוג אצלינו אז יעדע שטות ווערט א מנהג קדוש מיט רמזים און ענינים, אזש ווען דרעזנער האט ארויפגעברענגט אויף קאלמע אז מען זאל מבטל זיין דאס אויפהייבן די חתן ביים חתונה אויף א בענקל, לאור די טראגעדיע וואס איז געשען, האט שמעלצער שנעל געזאגט אז עס איז 'זיכער' א מנהוג קדוש און מען קען עס נישט מבטל זיין סתם אזוי, אהן נאכגיין די 'מקור' דערפון)

אבער למעשה איז נישט קיין נפק''מ וויאזוי די מלביש זעט אויס, אויב דאס גייען די חסידישע אידן, נא.. זאל זיין אזוי, הא די העל קעירס, ווי פלעגט די באבע זאגן, ווען די עולם וועט זיך אנטון הערנער טוה דיך אויך אן הערנער,
ס'נישט קיין דאורייתא אדער דרבנן, און ניטאמאל א וועד ארבע ארצות, וואס מען דארף זיך שטעלן דערויף בכל חומר הדין

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 23, 2022 10:20 pm

· #495616
עצי שיטים

ס'נישט קיין דאורייתא אדער דרבנן, און ניטאמאל א וועד ארבע ארצות, וואס מען דארף זיך שטעלן דערויף בכל חומר הדין


טאקע ווייל ס'נישט קיין ועד ארבע ארצות, קען זיין אז ס'קימט פון א הייליגע מקור.....

היסטאריע » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:15 am

· #495634
א משכיל האט אמאל געפרעגט דעם הייליגן... כדענק נישט ווער, 'צו האלטסו אז אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל'? מיינענדיג דערמיט אפצו'חוזק'ן פון דעם אז מען גייט מיט מאדנע אידישע קליידער, האט אים די הייליגן כגעדענק נישט ווער געענטפערט, אז, אויב אברהם אבינו איז געגאנגען מיט א שטריימל אדער נישט ווייס איך נישט, אבער דאס איז איינמאל זיכער, ער האט געזען וואס די גוי גייט, און האט זיך אנגעטון אנדערש,


עס איז דא א מעשה אז דער חוזה אדער רר"מ פין רימאנוב האט געזעהן אברהם אבינו מיט א שטריימעל און סטראקעס.
דער באקאנטער מעשה איז פין ווי ווייסט מען אז אברהם האט געטראגען א קאפעל, און דער תשובה איז ווייל עס שטייט וילך אברם, צו קען דען זיין אז ער איז געגאנגען אהן א קאפל?

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 2:28 pm

· #495648
שמעקעדיג
איך ווייס נישט וואס דער עולם ברויזט אזוי, איך גיב אים א מיליאן פראצענט גערעכט, די משוגעת פון די שטריימלעך גייט ארויס פון יעדן פראפארציע, סיי בנוגע די סטיילס און די הייך, און סיי לגבי די שרעקליכע פרייזן.

אנלעסס איינער פון די שרייבער דא האט א שטריימל געשעפט, פארשטיי איך נישט אייער וויי געשריי, אבער איך הער יא די וויי געשריי פון אחינו בני ישראל, וגם אני שמעתי את צעקת בני ישראל, וואס מוזן נעבעך צאלן די הויזן פאר זייערע חתנים ווייל "יעדער" ספענדט אזויפיל.

דאס דארף בטל ווערן אסא"פ.

קיינער (אריינגערעכנט הרב בערגער) זאגט נישט אז מ'זאלל צוריקגיין צו די גאר דינע ...הערינג" שטריימלעך (קרעדיט: בערל בעל עגלה.). אזוי ווי אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס זענען געגאנגען. אדער וויאזוי מ'זעהט אויף די בילדער פון די שטעטלעך פון פוילן און גאליציע פאר די צווייטע וועלט מלחמה...!

איך געדענק ווען אין יאר תשכ"ב/1962 האט מיין טאטע געקויפט דעם ערשטן ..."נארמאלן"... שטריימל. געמאכט דורך קעפעטש. ווייל ביז דאמאלס האט ער אויכעט געהאט א ..."הערינג"... שטריימל. אזוי ווי אלע אנדערע אידן אין ביהמ"ד...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 2:40 pm

· #495650
היסטאריע


עס איז דא א מעשה אז דער חוזה אדער רר"מ פין רימאנוב האט געזעהן אברהם אבינו מיט א שטריימעל און סטראקעס

מיר האבן עס אלע געזען.
אין "א הילף פאר'ן קינד" 😛

קהל'ס נער » דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 7:53 pm

· #495671
שמעקעדיג
היסטאריע


עס איז דא א מעשה אז דער חוזה אדער רר"מ פין רימאנוב האט געזעהן אברהם אבינו מיט א שטריימעל און סטראקעס

מיר האבן עס אלע געזען.
אין "א הילף פאר'ן קינד" 😛


אויך אז די אמהות זענען געגאנגען מיט א שמאטע אויפן קאפ אזוי ווי די אראבערס.

טמיר » מאנטאג יולי 31, 2023 8:57 pm

· #532645
Re: לעניית דעתי - מאמענט אויסגאבע
האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.

איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צי לאכן אדער וויינען? איז דאס אונטערעסאנט כאטש פאר קינדער?https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230801/560ba172b5eff42acf71ee6366d6e60d.jpg

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 1, 2023 8:53 pm

· #532752
טמיר: פוננקט די וואך האביך פארפאסט צו באקומען דעם מאמענט. נאר בד"כ קען איך זאגן אז לייביש לאכער'ס קאלום האט אזויפיהל צו טון מיט הומאר ווי די מעשה פון יענעם (אמאטשור) בדחן וועלכער האט געגראמט אזוי...א יעדער זאל וויסן...אז דער מחותן רעב ניסן... האט צוריסענע הויזן...!

שפילער » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2023 11:28 pm

· #532924
טמיר
האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.

איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צי לאכן אדער וויינען? איז דאס אונטערעסאנט כאטש פאר קינדער?https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230801/560ba172b5eff42acf71ee6366d6e60d.jpg
אמת סאיז געווען קארני דעי וואך אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....

צוויבל קניפער » פרייטאג אוגוסט 4, 2023 5:53 pm

· #532970
שפילער
טמיר
האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.

איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צו לאכן אדער וויינען? איז דאס אינטערעסאנט כאטש פאר קינדער?
אמת ס'איז געווען קארני דעי וואך, אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....
אלץ א שטענדיגע ליינער קען איך דיר פארזיכערן, עס איז יעדע וואך אזוי שלעכט אדער אפילו ערגער, ווען איך ליין עס ווער איך רויט פון צווייטהאנטיגע בושה...

ירושלימער » מוצ"ש אוגוסט 5, 2023 8:51 pm

· #532973
במחילת כבוד פותח האשכול, איך גיב דעם שרייבער מלא רעכט, און עס איז די העכסטע צייט צו רעדן וועגן די מענערישע עקלדיגע סטייליזאצייע, ס'איז נישט געווען אזוי אמאל ביי חסידישע יודן.
איך בין מודה ומתוודה אז כ'האב נישט געליינט דעם ארטיקל, אבער כבוד פותח האשכול קלאגט איבער דעם אז דער שרייבער דארט באוויינט נישט די פראזן פון די שטריימלעך, און פארשטיי טאקע נישט פארוואס.
אבער דער אמת איז, אז דער פראז איז נישט מער פון א פועל יוצא, פון א מה יעשה הבן ולא יחטאדיגע הנהגה, וואז'ע ווילסטו נעבעך פונעם חתן, ער זאל נישט גיין ווי מ'מעג און ווי מ'דארף צו גיין?
אויב דו, טאטע, האלסט נישט אז ס'איז אפגעפרעגט מכל וכל דאס סארט לבוש, דעמאלס זיי מוחל און מאך אויף דעם בערזל. כ'מיין צו זאגן אז פרייז איז ממש ממש נישט קיין טענה, מאך איהם חתונה ווי א מענטש.
אלא מאי, דו האלסט אויף אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן, אז ס'איז איבעריג, אז ס'איז נישט פראפארציאנאליש. איז לאמיר רעדן וועגן דעם.

לאמרי אריין קלערן לעצם הענין, א שטריימל איז נישט קיין 'שיינע מלבוש', ממש נישט, קענסטו איין נארמאלע אוועקעזעצטע מענטש סיי ווי אויף די גוישע וועלט וואס טראגט זיך ארום מיט א גרויסן וויידל אויפן קאפ? נאך נעמען דעס און אויס ציען מיט שפיצן אויף ארויף? ווי א זכר-האן אויף כפרות? איר כאפט ווי פאני דאס איז?
זייט די אינדיאנע איז עס נאך קיינעם נישט איינגעפאלן.

אלא מאי, גייט איהר א שטריימל ווייל עס איז א חסידישע מלבוש, דעמאלס גיי צום שורש פון א חסידישער מלבוש, שטריימל און סטייל איז א תרתי דסתרי.

שמעקעדיג » מוצ"ש אוגוסט 5, 2023 10:30 pm

· #532976
צוויבל קניפער
שפילער
טמיר
האביך מיך ערלויבט 8 טאלאר פאר א מאמענט לכבוד שבת נחמו.

איך רייב מיך די אויגן, איז דאס צו לאכן אדער וויינען? איז דאס אינטערעסאנט כאטש פאר קינדער?
אמת ס'איז געווען קארני דעי וואך, אבער ס'מיינט נישט אלעמאל איז עס אזוי ....
אלץ א שטענדיגע ליינער קען איך דיר פארזיכערן, עס איז יעדע וואך אזוי שלעכט אדער אפילו ערגער, ווען איך ליין עס ווער איך רויט פון צווייטהאנטיגע בושה...
איי געסס עס איז א געוויסע סטיל פון הומאר וואס רעדט נישט צו יעדן. איך האב יא הנאה רוב וואכן דערפון. בפרט ווען ער מאכט ליצנות פון אונזערע נארישע אנגענומענע נארמען.

שעפטאל » זונטאג אוגוסט 6, 2023 9:48 am

· #533000
כ'קויף נישט קיין צייטונגן, אבער פון די פאר מאל וואס כ'האב עס געזעהן האב איך ע"פ רוב הנאה געהאט.

ווען ס'איז געווארן די טרענד דא צו האקן אויף עם, האבעך זיך שוין אנגעהויבן צו דאוט'ן, אפשר בינעך אויך קאורני

שכח @אנאנים פארן מודיע זיין אז דו האסט הנאה... 🙂
[האבעך שוין די וויסדאם אוו קראוד ענד אוטורעטי]

בקיצור. אויב האט איר הנאה געהאט, מעגט איר ווייטער הנאה האבן ראוגערהייט. פונקט ווי ברדק האט הנאה פון קאמיק'ס..