דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #15152
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15152
אנאנים: ייש"כ. איך בין געווען זיכער אז דו גייסט באקומען א האלבן פעידזש מיט לייקס. און (לכה"פ) 50 תגובות....און צום סוף... (אדער איז ערשט דער אנהייב). מסתמא איז דער עולם ביי די ארבעט.. אט די סגולה, צוזאמען מיט זאגן פ' המן אום ג' בשלח זענען אויך גאנץ גוט ארויפצוטרייבן דעם קרעדיט סקאור...!...! די אינפארמאציע וואס דו האסט דא ארויסגעלייגט איז זייער שטארק נוצליך. איך ווייס פון מיין קעיס. איך האב אייביג געהאט א קרעדיט סקאור טיעף אין די אדמה. ביז איין טאג (אדער נאכט) האט מיין אייניקל, זז"ג (אויך, אי"ה א פיוטשער גרויסער עושר.) מיר צוגערעדט אז איך זאלל מיך איינשרייבן ביי א פעימאס פינאנציעלע אינסטיטוציע וועלכע האבן מיר געאפפערט א קארטל מיט א לימיט פון 300 דאללער גלייך אויפ'ן פלאץ. אזוי האביך מיר (ב"ה) ארויפגעבויעט מיין קרעדיט צו א בעל בתי'שן סקאור...נאך איין נקודה וואס דו האסט נישט דערמאנט. אז א יעדן חודש ווען מ'מאכט די פעימענטס אויפ'ן קארטל, זאלל מען אייביג אריינשיקן מער ווי די מינימום פעימענט. דאס וועט אויפטון 2 זאכן. איינס. ס'וועט אראפרוקן דעם קרן פון דיין חוב. וואס דו ביסט שולדיג. אויך, וועט עס פארשנלערן (גאר שטארק) די הויעכקייט פון דיין קרעדיט סקאור. משא"כ אויב דו צאלסט נאר דעם מינימום פעימעט א יעדן חודש, וועסטו האלטן אין איין צאללן. און דער קרן פון דיין חוב וועט אייביג בלייבן די זעלבע. ווייל דו צאלסט נאר די אינטרעסט רעיט וואס זיי טשארדזשן דיך. אויך. זעלבסטםארשטענדליך. דיין קרעדיט סקאור וועט זיך נישט ארויפרוקן...!
געוויסע זאגן נישט צו ספענדן מער ווי 9% פון די קרעדיט.
א וויכטיגע פונקט וואס נישט יעדער ווייסט:
די סקאור איז נאר א אויבערפלעכליכע נאמבער, אבער ווען מען נעמט ארויס א מארטגעדזש קוקט די באנק בעיקר אויף די תוכן ווי למשל די היסטאריע פון די קרעדיט, ווי לאנג איר צאלט שוין צייטליך, און וויפיל מיני אקואנטס (קרעדיט קארדס, לאונס, קאר פינאנסן, יוטיליטיס) די 'קרעדיט סקאור' איז מינדערוויכטיג פאר זיי.
פארדעם, אפילו איינער איז אן 'עדישינעל' צו א צווייטן מיט א הויעכע קרעדיט סקאור, וועט עס צופיל העלפן פאר ערענסטע זאכן.
**********
די בעסטע פאר איינער וואס הייבט אן, איז צו עפענען א No Annual Fee קארד און נאר נוצן א גאר קליינע פראצענט אויף דעם, למשל ארויפלייגן א טעלעפאון ביל וכדו' און האבן Auto Pay דשאסט אין קעיס...
די ערשטע דריי קארדס איז גוט צו האבן No Annual Fee, אזוי קענט איר בלייבן מיט דעם פאר אייביג, און א גרויס חלק פון די קרעדיט רעפארט איז געבויעט אויף ווי לאנג די קרעדיט היסטאריע איז. ווען איר פארמאכט א קארד קענט איר דערלייגן די גאנצע קרעדיט היסטאריע איר האט געבויעט מיט דעם.

הויכע קרעדיט יוטילעזעשאן אפעקטירט נישט די קרעדיט אויפן לאנגען טערמין. בלויז ווילאנג עס זיצט הויך וועט די סקאר פאלן, ווי נאר עס ווערט באצאלט און די יוטילעזעשאן גייט אראפ צו א געזונטע רעשיא וועט די סקאר צוריקשפרינגען צום זעלבן נומער ווי בעפאר. עס האט נישט קיין זכרון און לאזט נישט קיין פלעק אויפן רעקארד.
כ'ווייס נישט פארוואס אבער עפעס תיכף ווען איך בין אריינגעקומען דא, נאך פאר'ן אנהויבן לייענען אפי', האב איך געשמעקט א מארקעטינג קאמפיין. ס'איז עפעס די וועג ווי אזוי די ארטיקל איז פארמעטטעד. די ליין עדזשאסטמענטס, גראבע פאראגראפס, צענטרעזירטע קעפלען און איבעריגע עקסייטמענט. נאך איינער האט דערשמעקט אזאנס?
טאמבל סאסכ'ווייס נישט פארוואס אבער עפעס תיכף ווען איך בין אריינגעקומען דא, נאך פאר'ן אנהויבן לייענען אפי', האב איך געשמעקט א מארקעטינג קאמפיין. ס'איז עפעס די וועג ווי אזוי די ארטיקל איז פארמעטטעד. די ליין עדזשאסטמענטס, גראבע פאראגראפס, צענטרעזירטע קעפלען און איבעריגע עקסייטמענט. נאך איינער האט דערשמעקט אזאנס?
אויב העלפט ער ארויס מענטשן איז גיט, וואס גייט מיך אן אויב ער מאכט געלט?
עס איז מסתבר אז ער מאכט געלט אויף יעדער וואס מאכט א קארטעל
היסטאריעסיי ער אין סיי די נייע מעמבער באקומען 50,000 פאוינטס, וואס מען נוצן צו קויפן געוויסע מתנות.עס איז מסתבר אז ער מאכט געלט אויף יעדער וואס מאכט א קארטעל
דערוועקטהויכע קרעדיט יוטילעזעשאן אפעקטירט נישט די קרעדיט אויפן לאנגען טערמין. בלויז ווילאנג עס זיצט הויך וועט די סקאר פאלן, ווי נאר עס ווערט באצאלט און די יוטילעזעשאן גייט אראפ צו א געזונטע רעשיא וועט די סקאר צוריקשפרינגען צום זעלבן נומער ווי בעפאר. עס האט נישט קיין זכרון און לאזט נישט קיין פלעק אויפן רעקארד.
אפילו אויב מען מעקסט אויס די קארטל, אבער אויב צאלט מען עס אפ בעפאר די קלאזינג דעיט וועט עס נישט ווייזן אויפן ריפארט.
ס'איז גוט זיך איינגוגעוואוינען אייביג צו באצאלן בעפאר די קלאזינג דעיט אין נישט בעפאר די דאו דעיט.
א ביזנעס קארטל ריפארט נישט קיין קרעדיט יוטיליזעישן צו א פערסענאל ריפארט.
למען האמת, איז וויכטיג צו וויסן אז מ'דארף אפצאלן פאר די דעיט וואס עס ווערט רעפארטעד. רוב מאל איז עס די קלאוזינג דעיט אבער ביי געוויסע קארטלעך איז עס אנדערש. אמאל סוף חודש וכו'.