☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל

הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15149

ששון ושמחה » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:28 pm

· #494978
הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער וואס איז באקאנט שוין אסאך יאהרן מיט זיינע רייכע שיעורים אויף תפילה און אנדערע ענינים איז ארויסגעקומען מיט א שארפע אטאקע קעגן די אמעריקען דרים מאָלל וואס איז "ערגער פון די ערגסטע פלעצער אין די וועלט".

אינטערסאנט אין זיין דרשה זאגט ער אז די יונגע וואס זאגן אז די עלטערע דור פארשטייט נישט, ברענגען כפירה און מינות, ווייל אויב די טאטע פארשטייט נישט אז מ'מעג עכט יא גיין צו אמעריקען דרים איז די גאנצע אמונה איינגעשטעלט.

"וואס פארשטייט מיין טאטע, ער איז פון די אלטע דור"

"נו, אז ער פארשטייט נישט דאס, ווער ווייסט צי ער פארשטייט צו יציאת מצרים, איז דאך איינגעשטעלט כל כולו."

אזוי זאגט ר' ישראל דוד.

איך ווינדער מיך אויב ער האלט אויך אז ווען די שומרים ארגאניזעישאן וואס פארשטפרייט פאר קינדער אנטיסעמיטישע קארטלעך קעגן זייערע אייגענע טאטע'ס, און די אלע אסיפות ווי מ'העצט קעגן זייערע טאטע'ס, וויינט ער אויך אז ס'איז "דאך איינגעשטעלט כל כולו"

וואלווי » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:30 pm

· #494979
ער איז אן אלטער שונא ישראל

קלוגע יודל » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:41 pm

· #494980
מיט וואס איז דאס ערגער ווי א צוויטע מאלל?

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:43 pm

· #494981
קלוגע יודל
מיט ווא סאיז דאס ערגער ווי א צוויטע מאלל?


אז ער קען בעיטן לא יחרץ געלט......

יין שרף » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:43 pm

· #494982
ער איז אויך געווען די ערשטע צו האקן אקעגן שאפערס העווען אין מאנסי.
און צו די פותח האשכול, כפי וואס איך קען אים (איך האב אים אמאל באשריבן אין איינע פון די קאווע שטיבל אויסגאבעס, גיי געדענק..) וואלט ער קיינמאל מסכים צו די געדאנק פון השומרים קארטלעך, נישט אז איך ווייס, אבער איך שטעל מיר פאר.

תוהו ובוהו » מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:44 pm

· #494983
Re: הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל
פאלט אים נישט ביי אז די עלטערן וואס זאגן אז מ'טאר נישט גיין צו אמעריקען-דרים 'זיי' שטעלן איין די גאנצע אמונה, ווייל אויב קען מיין פאטער רעדן אזאנע שטותים אפשר איז יציאת מצרים אויך שטותים.

מונטסורי » דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:04 am

· #495037
איך קען פארשטיין דאס מעורר זיין קעגן גיין צו אזוינע פלעצער, עכ״פ פון זיין קוק ווינקעל, ראיות אסורות, ליגן אין גשם, פרעס, וכו׳ וכו׳. ס׳וואונדערט מיר נאר אויב וואלט איינער פון געשעפט אייגענטומער געווען מבאי בית מדרשו צו ער וואלט אויך געשריגען מיט אזא וודאות ״זיי זענען עתידים ליתן את הדין״ אדער וואלט ער אין אזא פאל געטראפען עפעס ווייכערע לשונות און אפשר גאר עפעס א לימוד זכות. אזוי צו אזוי האט ער זיך איצט געהערט ווי דער אנטי-ר׳-לוי-יצחק. כ׳האב געשריבען א האלבע רמז דערוועגען אויף אייוועלט האט מען געמעקט תוך כדי דיבור כנהוג שם.

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:18 am

· #495039
יין שרף
ער איז אויך געווען די ערשטע צו האקן אקעגן שאפערס העווען אין מאנסי.
און צו די פותח האשכול, כפי וואס איך קען אים (איך האב אים אמאל באשריבן אין איינע פון די קאווע שטיבל אויסגאבעס, גיי געדענק..) וואלט ער קיינמאל מסכים צו די געדאנק פון השומרים קארטלעך, נישט אז איך ווייס, אבער איך שטעל מיר פאר.


וואס איז שייך "וואלט", האט ער מוחה געוועהן קעגן דעם אדער נישט?

יאסל ראקאווער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:24 am

· #495042
ס'איז דא פראבלעמען וואס יעדע שתו"מ אין כלל ישראל (אפילו אן א מוח בקדקו) מיט צוויי פאר אויגן ווייסט אז ס'איז ביטער ווי א גאל און ס'איז נישט דא קיין שום תירוץ דערויף. אבער די פראפעשנעל בעל מוחות פון מאנסי וואגען זיך נישט צו רעדן דערפון. נעם למשל די וויזניצע עבודה זרה צו די גערער טעראר. אדער השומרים קארדס וואס ווערט דערמאנט דא.

ווען די הרב שלעזינגר'ס פון די וועלט קענען זיך נישט באלאנסירן און אויך האבן די חוצפה דקדישה צו רעדן דערפון. אנשטאט דרשנט ער אויף מאללס וואס באמת קען מען הערן איינער זאל זאל זאגן ס'איז נישט א פלאץ פאר איינער וואס איז כל כולו שמירת עניים וכדומה. מן הסתם ווייזט מען אים בילדער פון די עדס און פון די פארק ווען ס'איז געמישט וכו' און מרייצט אים אן. אבער אז מ'הערט נישט קיין פיפס קעגן די עבודה זרה מהפיכה משום איזה סיבה שתהייה פארלירט ער ממש די קרעדיביליטי צו רעדן צו קאווע שטיבל אידן וואס ליגן נישט פונקט ווי אים ראשו ורובו און די איסור פון שמירת עניים. ס'טייטש א גרויסע רב און מאנסי זאגט ס'איז די ארגסטע ממש אויף דעם איז ער פשוט נישט נאמן. איי ס'איז דא שאלות אין שמירת עניים, אמת, אבער אונז האב מיר אנדערע שטאטוטען - די ערגסטע איז עס זיכער נישט!

פונקט ווי למשל ער הערט נישט @אנאנים שאגת אריה אויף ענייני דיומו, הערט מיר אונז נישט אים. ווער ס'קען אונזערע לייבן דא ווייסען אז זיי פארמעסטען זיך און שלימות מיט די הרב שלעזינגר'ס פון די וועלט. הא לן והא להוא.

נישט מיין עבירה נישט מיין מורה דרך. עפעס א @ליטוואק פון בודאפעסט. ס'טייטש א שטארקע תלמיד חכם און א גוטע זאגער. אבער ער איז נישט מחייב קיינעם. פארוואס? ווייל ער איז זיך למעשה זיך אליין נישט מחייב צו רעדן פון אלעס נאר וואס ס'איז וויכטיג פאר אים.

לאמיר נישט פארגעסן אז ווען מ'גייט צו די מאלל שטיצט מען די גארמעיזען פאמיליע וואס זיי זענען ריזיגע אידישע פילאנטראפען וואס שטיצען תורה ומדע ארום די וועלט.

היסטאריע » דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:29 am

· #495043
העניך איז דיין שאגת אריה. ס'מיר גוט.

קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:48 pm

· #495137
וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:09 pm

· #495146
כ'זעי נאכנישט פארוואס מען ווערט אזוי איבערגענימען פון ר' שלעיזינגער, סה"כ א מגיד, אזוי ווי אברהם מרדכי מלאך נאר אן די אינטערסאנטקייט, שטעלט דיך פאר אברהם מרדכי מלאך קימט ארויס ארויס מיט א גזירה אויפן ציבור אז יעדן טאג מיז מען אריינריקען 3 ראולס סושי טעמפארע, מיט א סלורפי פון 7/11, בערך אזוי קיק איך אן ר' שלעיזינגער ווען ער צי לאזט זיך אויף אמעריקען דרים.

לך לך » דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:16 pm

· #495147
קאצקע ציקער
וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

זיין טאטע איז פון ציריך גענף גלילות
ערגעץ דארט

יין שרף » מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:02 am

· #495161
לך לך
קאצקע ציקער
וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

זיין טאטע איז פון ציריך גענף גלילות
ערגעץ דארט

דאס איז זיין פעטער. זיין טאטע איז רב אין שטראסבורג.

היסטאריע » מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:36 am

· #495190
איך מיין אז ער און אייזענבערגער האבן דער סילבר אקצענט, עס קומט פין דער ישיבה פון ר' קאפלמאן.

קא משמע לן » מאנטאג מערץ 7, 2022 7:47 pm

· #496164
קאצקע ציקער
וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין


עס איז א פראנצויזישע אקצענט. זיין טאטע איז א רב אין פראנקרייך און איז כמדומה דארטן אויף געוואקסן.